איז נוצן אן עד בלאקער א שאלה?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

איך מיין אז נאר איין יוד דא אויפן וועלטל איז מצדד לאיסור.

פארשטיי איך נישט פארוואס
אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע:אויפן געז רענדזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשייניק »

זאכליך האט געשריבן: קען איינער ארויפלייגן די לינק צו זייער סייט?

אויב איינער דא האט א עד בלאקער איז עס א שאלה פון ולפני עור... (אפשר זאל מען עפענען א אשכול צו מ'מעג ארויפלייגן א לינק)
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

לעכטיגער האט געשריבן: די עצם בילד באורד איז אויך נישט אין רשות הרבים. אין אפילו די בילד באורד זאל זיך דיספלעיען/ריפרעשען ווען איינער קוקט דערויף, פארשטייט יעדער אז ס'איז זיראו גזילה אויב מ'קוקט דערויף מיט אנדערע סארט גלעזער ווי די בעה"ב פארלאנגט, אין דורך דעם זעהט מען נישט געוויסע אדווערטייזמענטס.. וה"ה בנד"ד די וואורלד ווייד וועב איז א רשה"ר וואס איז חסר תקדים. די עצם סערווער מעג זיין פארשלאסען בחדרי חדרים טוישט נישט די מציאות אז די אינטערנעט איז אפען פאר יעדער בר נש וואס וויל א קוק טאן. ועוד, אינעם פשוט'ען טריקענעם מציאות פארלאנגסטו גארנישט פון אים, דו שפאצירסט אויפען אויפענעם אינטערנעט אין קוקסט זיך אום. אז ער וויל זאל ער צושפארען זיין סייט פארען פובליק, וואס ער וויל נישט.. אין כפי הנראה וויל ער אפעלו נישט בלאקען יוזערס וואס ניצען עד בלאקער. ער וויל נאר סטראשענען..

ר' איד איר ווייסט נישט ווי אזוי אינטערנעט סערוועס וועבסייטס איירבעטען סאו עס איז א שאד מיין רעדען צו אייך
נאר איין זאך יא ביטע פרעגען א דיין וואס קען די מציאות און זיך נישט אליין פסקענען על אף די מנהג איז געווען אז ביי דיני ממנות פסקענט מען זיך אליין...
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

כ'פארשטיי ב"ה זייער גוט. אדרבה, כ'זעה די עולם זאגט אז כפי הנראה האט איר עפעס א נגיעה צום ענין.
דאס אז דו ווייסט אז מיין קאמפיוטער 'פארלאנגט' עפעס פון יענעם'ס סערווער, מאכט נאכנישט אז הלכה'דיג דארף מען עס אויך אזוי באטראכטען. אדרבה, מנהגי וסדר העולם וכן דיני דמלכותא שטעלט די הלכה ביי אזוינע עניינים.
פארשטייט זיך אז אויב ס'וועלען ארויסקומען בירורים לאיסור פון רבנים הפוסקים, וועט עס טוישען די מציאות. אבער וואס מיר האבען ביזדערווייל, איז נאר א סטראשע פון ככר השבת אן קיין שום בעקינג פון קיין שום רב, דיין וכדו', און א אנאנימער ניק וואס זאגט אז ער האט געפרעגט 'מיין דיין'.. כ'ווייס נישט ווער די ניק איז אין ווער 'זיין דיין' איז אין צו ער האט בכלל געפרעגט.. אדער צו די תרצן איז בכלל מאסגעבענד..
זייער גערעכט אז מ'פסק'נט זיך נישט אליינס, ווען ס'איז דא שאלה. אבער ווילאנג ס'איז נאר א סטראשע פון ככר, מיט א פסק וואס אן אנאיידענטיפייד ניק ברענגט פון אן אנאנימער דיין איז עס נאכנישט בגדר שאלה בכלל. סך הכל איז עס 'אפשר' א גוטע טעמע פאר אפאר קובצים שרייבערס, אין אפשר דאס אויך נישט.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

דו טוישט שוין פריער האסטו עס צוגעגליכען צו א בליבאורד וואס ריפרעשט זיך אליינס יעצט ביסטו שוין מער מודה אז עפעס פרלאנגט מען שוין פין יענעמס סערווער
יעצט אז מען האלט שוין דא זאג מיך וואס א חילוק פין נוצען אזוי יענעמס סערווער און נוצען יענעמס לעפטאפ דורך טיעם וויוער אדער נאך ווייטער נוצען יענעמס קומפיוטער לאוקעלי און יענער לאזט נאר נוצען די מויז אבער נישט די קומפיוטער
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אט קוקט וואס דער איד האט געטון (איר קענט עס נאר זען אויב איר האט עד בלאקער)

http://kehuna.org/about-kohanim/who-is- ... n-muchzak/
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

איך צו גארנישט צירוק. כ'האב נאר מדגיש געווען, אז דאס וואס דו ווייסט וואס טוט זיך אפ בעהיינד די סיענס, טוישט נישט די מציאות ווי אזוי מ'באטראכט דאס אוועלטליך אין הלכה'דיג. די דמיון צום בילבאורד איז נאך אלס דא. אפילו מיט דיין קוקען פארלאנגס דו אז זיין סערווער מיט זיין הארד דרייוו פלאס די מאניטער זאל זיך ריפרעשען. אז ער האט תנאים זאל ער עס צודעקען, ער קען מוחה זיין וויפעל ער וויל. דאס פארשטייט יעדער.
דיין דמיון צו טיעם וועיוער, איז קיין צושטעל. ט"וו איז פאר'ן פריוואטען באנוץ אין דו האסט באקומען צוטריט. משא"כ די אינטערנעט. נאכאמאל דאס איז די WORLD WIDE WEB.. כ'ווייס נישט וואס די הלכה איז ווען איינער לאזט זיין זאך הפקר ברה"ר במכוון, קאן זיין אז דעמאלט קען ער אויך נישט תובע זיין. אבער דא איז אסאך ערגער, די אינטערנעט איז אויסגעשטעלט פאר'ן ברייטען באנוץ, פאר די גאנצע וועלט לאורכה ולרחבה. אין די סדר איז אויב ווילסטו באגרעניצען צוטריט, יש כמה דרכים לזה. אין ווען די טוסט עס נישט, איז עס די גרעסטו ראי' אז דו ווילסט אים נישט בלאקען. נאר סטראשענען.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

לעכטיגער האט געשריבן: איך צו גארנישט צירוק. כ'האב נאר מדגיש געווען, אז דאס וואס דו ווייסט וואס טוט זיך אפ בעהיינד די סיענס, טוישט נישט די מציאות ווי אזוי מ'באטראכט דאס אוועלטליך אין הלכה'דיג. די דמיון צום בילבאורד איז נאך אלס דא. אפילו מיט דיין קוקען פארלאנגס דו אז זיין סערווער מיט זיין הארד דרייוו פלאס די מאניטער זאל זיך ריפרעשען. אז ער האט תנאים זאל ער עס צודעקען, ער קען מוחה זיין וויפעל ער וויל. דאס פארשטייט יעדער.
דיין דמיון צו טיעם וועיוער, איז קיין צושטעל. ט"וו איז פאר'ן פריוואטען באנוץ אין דו האסט באקומען צוטריט. משא"כ די אינטערנעט. נאכאמאל דאס איז די WORLD WIDE WEB.. כ'ווייס נישט וואס די הלכה איז ווען איינער לאזט זיין זאך הפקר ברה"ר במכוון, קאן זיין אז דעמאלט קען ער אויך נישט תובע זיין. אבער דא איז אסאך ערגער, די אינטערנעט איז אויסגעשטעלט פאר'ן ברייטען באנוץ, פאר די גאנצע וועלט לאורכה ולרחבה. אין די סדר איז אויב ווילסטו באגרעניצען צוטריט, יש כמה דרכים לזה. אין ווען די טוסט עס נישט, איז עס די גרעסטו ראי' אז דו ווילסט אים נישט בלאקען. נאר סטראשענען.

דאס הייסט אז דו ביסט מודה אז מען נוצט די סערווער פונקט אזוי ווי טיעם וויוער אויב אזוי קענסטו עס נישט מדמה זיין צו א בילבאורד וואס דו נוצט נישט
די קומסט מיט הנחות אז יעדער זאך וואס איז אפען צו די אינטערנעט איז הפקר און אויף אזוי ווייט אז מען דארף אפילו נישט פרעגען קיין שאלות
איך מיין אויף דעם אליין זאלסטו אויך פרעגען א שאלה
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7330
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: אזא וועבסייט ווי זיי דינגט נישט פלאץ אויפען סערווער זיי דינגען די סערווער

קען זיין, אבער היות זיי דארפן נישט טוישן די סערווער ווען ס'ווערט אפגענוצט און זיי האבן נישט קיין שום שאדן ווען איך נוץ עס, קען מען אפשר זאגן אז כופין על מידת סדום
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

נאופ וועט קלאר געפאסקענט נישט דא קיין כופין ווען יענער טוט אזאך פאר באצאלט אז נישט קענסטו ארויפגיין אויף א באס אן צאלען און זאגען כופין אוואדאי אז נישט חוץ דעם ווען מען זאגט קלאר צא אפילו אויב יענער נעמט נישט באצאלט איז אויך נישט דא קיין כופין
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

כ'דארף נישט פרעגען קיין שום שאלה אויף א זאך וואס איז דבר פשוט עד למאד אז די אינטערנעט איז אויפען פאר'ן ברייטען פובליקום.
ווי ביסטו מדמה אריינלאגען אין יענעמס פריוואטען טיעם וויוער??? אז די טעכניק איז דיזעלבע, מאכט עס פאר די זעלבע הלכה??? אז דו קענסט נישט עגריען אויף דברים פשוטים ווייל דעמאלט שטומט עס נישט מיט 'דיין' פסק איז א שאד אלע דיבורים.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

לערען דיך אויס אז וואס ביי דיר איז א דבר פשוט מיינט נאך נישט אז עס איז אזוי

דאס ביסטו מודה אז טאמער פארשפארט ער עס טאר מען עס נישט העקען אזוי איז משמע פין דיינע ווערטער סאו דו פארשטייסט אז עס א פריוואטע סערווער און דו ביסט אויך מודה אז נוצען א לעפטאפ דורך טיעם וויוער הייסט גענוצט
יעצט וואס איז אנדערש אז ער האט עס נישט פארשפארט אבער ער לאזט נישט אריין עס בלייבט פינקט אזוי זיין סערווער און ער איז בעל הבית ווער עס מעג עס נוצען און ווער נישט
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

א דבר פשוט מיינט אז ס'איז אזוי אנגענומען. כ'מיין אז מ'פרעגט אין די גאס אין קוקענדיג אין די פריערדיגע תגובות, זעהט זיך אויס אז אזוי איז אנגענומען. דאס איז דאך די טייטש פון די וואורלד ווייד וועב, אין כ'דארף נישט פון קיינעם קיין רשות דארט ארום שפאצירען, אפילו נישט פון על גאור..
יא איר האט גוט פארשטאנען; א צוגעמאכטע סייט וואס פארלאנגט א לאגין טאר מען נישט העקען, ופשוט הוא. (אבער אויפען האום פעידזש מעג איך נאך גיין..). אריינהעקען אין יענעמס טיעם וויוער איז לכאורה הארבער,אבער כ'קען נישט אנווייזען פונקטליך. (בד"וו, פארוואס זאגסטו לעפטאפ??)
אין א אפענע וועבסייט וואס כן הוא סדר העולם אז ס'איז אפען פאר די גאנצע וועלט, (אין אדרבה מ'וויל אז ס'זאל זיין ווי מער טרעפיק) קען מען נישט אסר'ען יענעם פון אריינגיין.
זעהט זיך אבער אויס אז איר האט אן אינטערעס צו זאגען פאקערט, זעהט איר אבער דאך אז קיינער דא פארשטייט עס נישט. ממילא ווי פריער ארויסגעברענגט איז עס ביזדערווייל ניטאמאל א שאלה. אין אז איר ווילט דוקא, אפשר לוינט אייך צו באצאלען אפאר דאלער פאר א כולל אינגערמאן וואס קען זיך אומגיין מיט אוצר החכמה, זאל ער עפעס פירקלען פאר א קובץ, אפשר אזוי וועט זיך עפעס מאכען. מסתמא אזוי אויך נישט. אבער ביזדערווייל איז ניטאמאל דא א שאלה אויך נישט.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

דו גייסט אזוי ווייט ווי עס איז אפילו נישט קיין שאלה פאר צוויי טעמים
איינס ווייל עס איז א רשות הרבים
דאס איז נישט אמת יעדע וועבסייט געהערט צו א בעל הבית אויב ער וויל פארשפארט ער אויב ער וויל עפענט ער און אויב ער וויל פארשפארט ער האלב און אויב ער וויל לאזט ער עס אפען אבער אויב דיין נאז געפעלט אים נישט קען ער זאגען אז דיך לאזט ער נישט און קיינער אנדערש אויסער אים קען דאס נישט טון צו זיין סייט

צוויי גייט אז איינמאל דו האסט אראפגעלייגט די הנחה אז עס א רשות הרבים איז אויב פארשפארט ער דאס נישט מעג מען עס נוצען
דאס איז אויך נישט אמת אז א מענטש לייגט עפעס אין רשות הרבים געט עס נאך נישט קיין היתר צו נוצען
און דאס וואס דו שרייבסט
אין א אפענע וועבסייט וואס כן הוא סדר העולם אז ס'איז אפען פאר די גאנצע וועלט, (אין אדרבה מ'וויל אז ס'זאל זיין ווי מער טרעפיק) קען מען נישט אסר'ען יענעם פון אריינגיין.
איך האב אויבען געברענגט פין די שלחן ערוך הרב אז עס איז נישטא קיין סדר העולם ביי דעי זאכען ווען עס איז קלאר אז די בעל הבית לאזט נישט נוצען זיין סערווער
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

די הלכה ווייס איך נישט און געזעץ אויך נישט אבער די קאמאן סענס איז מיט אשמרה.

אוודאי איז די אינטערנעט א רשות הרבים אבער סערווערס, וועבסייטס און אינטערנעט פארבינדונגען נישט. די רשות הרבים בכללית מיינט אזויפיל אז די אלטוועלטליכע יודענטום און גויעשטום האט זיך פארפליכטעט אז עס די רעגירונג קאנטראלירט נישט די אינטערנעט. דאס הייסט קיינער דארף נישט האבען א פערמיט און יעדער שמויגער קען עס נוצען אן באגרעניצונגען. וואס האט דעיס צוטוהן מיט פריוואטע וועבסייטס און סערווערס? מיין קאר איז פארקירט אין א רשות הרבים, וואגען זאלסטו עס צו טאטשען איך וועל דיר געבן אין קאפ אריין!

דאס איז לגבי רשות הרבים/יחיד

לגבי נוצען אן רשות ווייל איך שיק נאר א ריקוועסט און ער געט פון אייגן ווילען אאז"וו.

ער געט דיר פון אייגען ווילען נאר די ערשטע פעידש וואס דארט זאג ער דיר עד פה תבוא! איך לאז דיר נישט שיקען נאך א ריקוועסט נאר טאמען דו ביזט פון די וואס קומען נאך מיינע פארלאנגען! וואס א שייכות איז דאס מיט בילבארדס וואס טוישט 'אליין' פיקטשערס? אויס עפעס איז עס ווי א בילבארד וואס די דארפסט קוועטשין א קנעפעל צו גיין צו די נעקסטע פיקטשער.

וואס א שייכות איז דאס מיט איינער וואס טיילט קונטריסם וואס און די ערשטע בלאט איז אויסגערעכענט תנאים ווער עס מעג עס נוצען אבער דאס איז שוין נאכדעם וואס דער ליינער האט שוין די גענצע זאך און אלע קאנטענט און די האנט? אוודאי איז עס לאחר המעשה. עס איז יא גלייך צו א קונטרסט וואס אין די ערשטע בלאט איז אויסגערעכנט תנאים צו זיין בארעכטיגט צו בעטען נאך א קונטרס.

צו ס'איז להלכה גניבה ווייס איך נישט. צו ס'איז געזעצליך גניבה ווייס איך אויך נישט, לכאורה נישט. אויב די לאזט אפען דיין קאר און איינער זעצט זיך דארט אריין פרעסען און לאזט איבער א חאזעריי קענסטו אים אויך גיזעצליך גארנישט טוהן אפילו אויב די קאר איז געווען באהאנגען מיט צעטליך "איינטריט פארבאטן" אבער די גייסטעך נישט משדך זיין מיט אזא איינעם...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע:אויפן געז רענדזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשייניק »

ע"פ תורה אדער חוקי המדינה, קען איך נאך טראכטן אזוי ווי אשמרה, יא רשות הרבים נישט רשות הרבים, קען ער אסר'ן ווייל ס'זיינס אדער נישט, נאכדערצו ער זאגט אז ער האט א דיין.

אבער קאמאן סענס? לייג ארויף א שלאס!
אז איינער לייגט אראפ א באנק אינמיטן גאס איז קאמאן סענס אז מ'מעג זיך דארט אראפזעצן.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

היער יו גאו איגען... א "באנק אינמיטען די גאס"

אזוי גייט מען אין סירקולס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

הייינט אינדערפרי האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט א מורה הוראה וואס פארשטייט צו טעכנעלאגיע, מיר האבן לאנג ארום געשמיסט וועגן דעם ענין, איך זאג אייך איבער זיינע ווערטער <אויב איז יא דא דיינים וואס זענען מסכים אז סאיז א שאלה פון גניבה, איז עס א געפערליכע שוואכע איסור וואס הענגט אויף א האר>
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

א דיין אין חושן משפט ?
וואס הייסט אז ער פארשטייט צו טעכנעלאגיע ער ווייסט וואס א סערווער איז ווי אזוי עס איירבעט און וואס די יוזער טוט און וואס די יוזער נוצט?
וואס איז זיין הסבר ?
אויב דו קענסט ביטע שרייב א נאמען איך וועל פארשטיין אויב דו קענסט נישט ווייל למשל איך האב געפרעגט א דיין וואס ווען איך וועל זאגען די נאמען וועט מען וויסען ווי איך דריי מיך
לענין הלכה למעשה זאל יעדער פרעגען זיין אייגענע חושן משפט דיין און מאכען זיכער אז ער ווייסט אז מען נוצט יענעמס מאשין ווען ער לאזט נישט און אז ער קען אביסעל ווי אזוי עס איירבעט
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

הערשט יעצט באמערקט די אשכול

איך זע נישט וואס דער עולם איז אזוי זיכער אז מען מעג


און פון ווי דער עולם נעמט אן אז א וועבסייט גיט די אינפא מיינט אז איך געב רשות

עס איז א מאשין וואס גיבט אטאמאטיש רשות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

נע הייב נישט אן נאכאמאל...
ווער עס וויל פארשטייט און ווער עס וויל נישט וועט עס מדמה זיין צו זאכען וואס איז בכלל נישט דומה און מודה זיין אז עס איז נישט דומה און נאך זאגען אז עס איז פשוט און מען קען נישט פארשטיין אנדערש און עס איז אפילו נישט קיין שאלה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אשמרה
עס קוקט מיר אויס וואו די גייסט נאך ווערן א שר האלף אין דעם אשכול..
תכלית גערעדט, עס איז קלאר אז עס איז דא 2 צדדים דא אין די שאלה דארף געברענגט ווערן פאר א טעכנעלאגיע עקספערט וואס קען אביסעל חו"מ
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

וואס עפעס? האט געשריבן: תכלית גערעדט, עס איז קלאר אז עס איז דא 2 צדדים דא אין די שאלה דארף געברענגט ווערן פאר א טעכנעלאגיע עקספערט וואס קען אביסעל חו"מ

פונקט פאקערט! מ'דארף א רב וואס קען גוט חושן משפט, וואס מ'קען אים מסביר זיין די טעכנעלאגיע אין אזוי אויך פארשטיין די סדר פון די אינטערנעט.
כ'האב נישט קיין צייט צו מגיב זיין אויף די פריערדיגע, אויבער אויף דעם האב איך געמוזט. אין די נקודה ליגט אלעס.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

וואס עפעס? האט געשריבן: אשמרה
עס קוקט מיר אויס וואו די גייסט נאך ווערן א שר האלף אין דעם אשכול..
תכלית גערעדט, עס איז קלאר אז עס איז דא 2 צדדים דא אין די שאלה דארף געברענגט ווערן פאר א טעכנעלאגיע עקספערט וואס קען אביסעל חו"מ

דאס קען איך הערען אבער איינער וואס איז מדמה צו אזאך וואס איז בכלל נישט דומה און ער איז עס מודה אבער ער וויל נישט פרעגען ווייל עס איז אזוי פשוט אז עס איז נישט קיין שאלה אויף דעם קריג איך מיך
נאך אזאך ווי לאנג איך האב נישט אנגעפאנגען צו שרייבען דא האט יעדער אנגענומען אז עס איז בכלל נישט קיין שאלה און יעצט איז דא א גרויסע עולם וואס פארשטייט עס
אין הכי נמי אז עס האט נישט קיין פשט איבערציגיין נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך נאר אביסעל אנדערש ווייל א צווייטער איז אנגעקומען מיט די זעלבע טענה פין וואס מען האט שוין גערעט אפאר מאל איז איך גיי טאקע בל"נ מער נישט ענטפערען אויף אזאך וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

1) כ'וויל איינמאל קלאר מאכ'ן אז פאר מיר איז עס בכלל נישט נוגע. מיין פילטער לאזט מיך סייווי נישט אהינגיין אין בעפאר'ן פילטער ביך איך אויך נישט געווען קיין גרויסע וויזיטער.

2) קאמאן סענס קומט אריין נאר אויב ס'איז מכריע די הלכה. אויב די הלכה  אין להבדיל די געזעץ זאגען אנדערש, איז קאמאן סענס נישט מעלה ומוריד. ובד"וו קאמאן סענס זאגט אז אויב ס'באדערט אים שטארק, זאל ער בלאקען יוזערס וואס האבען עד בלאקער, נישט סטראשענען.

3) ביי הלכות שבת קוקט מען אויף די פעולות  אפילו וואס ווערט געטאן בעהיינד די סיען, דערפאר דארפען די אפלייענסעס וואס האבען די נייעסטע טעכנאלאגיע 'שבת מאודס'. מ'קוקט אבער אויך אויף וואס ווערט געטאן למעשה, ווי מ'זעהט האבען אסאך רבנים גע'אסר'ט די נייע שבת סוויטש אפילו מ'קען זאגען אז ער טוט נישט גארנישט. אבער למעשה צינדט זיך אין לעשט זיך אויס די לעקטער. ביי חושן משפט איז דא אנדערע דינים. דיני דמלכותא אין סדר העולם שפילען א גרויסע ראלע, אין ס'דא הלכות אז מ'זאגט אז וואס דו שרייסט אסור, מיינסט עס נישט באמת, אויב ס'דא אומדנות אין ראיות דערצו, אדער בטלה דעתו א.א.וו. פארצווייגטע הלכות.
למשל די באקאנטע תנאי אויף די אלע סידיס אז אויב מ'מאכט א קאפי אפילו פאר דיר, איז עס בשכירות דולר ליום, הלכה'דיג האט עס נישט קיין שום האפט. א ודאי טאר איך נישט מאכ'ן קאפיס צו פארקויפען, כ'רעד פונעם חלק אז די מכירה איז על תנאי. אבער פאר מיר אליינס מעג איך מאכ'ן קאפיס וויפל כ'וויל. אפשר אלס מדת חסידות איז דא אן ענין.

4) ממילא בפשטות די וועלט באטראכט נישט ווי איך בין זיך משתמש מיט דיין סערווער אפילו אז דיין סערווער שיקט למעשה די פעידזש (משא"כ ביי טיעם וויוער וק"ל החילוקים), נאר ענדערש ווי איך דריי זיך אין די גאס אין איך באטראכט שאו ווינדאוס, ממילא איז זייער שווער צו זאגען אז ס'איז גזילה, נאכדערצו ווען ס'דא וועגען ווי אזוי מונע זיין די מענטשען וואס באנוצען זיך מיט דיין וועבסייט שלא כרצונך. (ואפילו לשיטתך אז מ'דארף יא קוקען אז דיין סערווער שיקט די אינפאו אין דו ווילסט נישט.., סאו שיק נישט. איך טאר עפעס נישט בעטען..)

5) יעצט אז נאך איינער האט געברענגט א 'דיין'.. איז די איינע עצה אז זאלסט פרובירען נישט ביי דיין לאקאלער דיין וואס קען צוקומען צו א חשש גילוי ח"ו... ס'דא גענוג רבנים, דיינים וואס קענען חושן משפט אין מ'קען זיי מסביר זיין ווי אזוי דאס ארבעט. נאר איך גלויב אז דו וועסט נישט טרעפען איינער וואס זאל דאס מגדיר מיין ווי גזילה. א בעסערע עצה וואלט געווען ווי כ'האב פריער געזאגט פרוביר ביי  די קובצים שרייבערס  וואס גלייכען סענזאציעס. אפשר אזוי וועט זיך עפעס מאכען.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”