איז אזוי, קודם האמער גערעדט איבער בעטטער פלעיס, האבן זיי מיר מסביר געווען אז בעטטער פלעיס האט געקאסט צופיל געלט, ווייל זיי האבן געארבעט אויף א מהלך פון טוישן בעטעריס, און אויף דעם דארף מען אויפשטעלן איבער גאנץ אמעריקא (איבער די גאנצע וועלט באמת) טשארדשינג סטעשאנס, און יעדעס איינע אזא סטעישאן קאסט הונדערטער אלפים, מען דארף דעם פראפערטי, פערמיטס צו בויען, און דערנאך אויפשטעלן דעם סטעישאן. ווידער טעסלא ארבעט דירעקט אויף סופער טשארדשערס (דאס זענען אזעלכע אוטלעטס וואס וועלן אנפולן דעם קאר אין בערך צ 20 מינוט ביז א האלבע שעה), און דאס אויפצושטעלן קאסט זייער ווייניג און געדויערט נישט קיין צענטל די צייט וואס עס וואלט געדויערט די בעטטער פלעיס טשארדשינג סטעישאנס.
נעקסט זאגט ער מיר אז טעסלא ארבעט יעצט אויף א פלענט צו קענען פראדוצירן זייערע אייגענע באטעריס (יעצט נעמען זיי עס ביי אן אנדערע קאמפאני, איך האב שוין פארגעסן ביי וועמען), און דעמאלס (בערך צוויי יאר ארום) וועלן זיי קענען מאכן דעם זעלבן סייז בעטערי וואס זאל זיך סיי אנפולן שנעלער, און סיי פארן ערגעץ צווישן 350 ביז 400 מייל פער טשארדש. מער פון דעם, איז ער מסביר, פעלט נישט אויס אפילו, ווייל אפילו היינט איז כמעט נישט דא קיין קאר וואס פארט אזוי פיל אויף איין טשארדש, און אז דו פארסט אזא לאנגען וועג, 350 מייל געדויערט דאך אפאר שעה צו פארן, און נאך א פאר שעה דארף מען דאך סייווי מאכן א סטאפ פאר א בעסקיסע וכדו', און ביז מען איז פארטיג איז שוין כמעט אדורך די 20 מינוט אדער האלבע שעה וואס עס געדויערט צו טשארדשן.
לגבי דעם טראנק וויל איך פשוט בעסער ארויסברענגען דא, די טראנק איך די בעק איז נישט ווי א געהעריגע טראנק, עס איז מער אזא איידיע ווי דער פריוס, אז דער בעק פון דער קאר איז איין גרויסער טיר מיט א גלאז/פענסטער דערין. עס איז באמת א גרויסער טראנק, אבער מען קען עס עפענען צו האבן דארט צוויי קלענערע סיעטס פאר קינדער. אויסער דעם איז דא אין די פראנט, אין די נאז פון דעם קאר, נאך א טראנק, היפש קלענער ווי די אין בעק, אבער דאך האט עס סטארדעדש פלאץ.
איך האב אים אבער מסביר געווען אז איך דארף א מיני ווען (כ'בין דאך א חסיד'ישער אינגערמאן), זאגט ער מיר אז זיי נעמען שוין ארדערס פאר א נייעם מאדעל קאר, א קראסס אווער, וועלכע וועט דינען דעם זעלבן ציל ווי א מיני ווען, ווייל עס וועט האבן פולע זיבן זיצן, אזוי ווי א מיני ווען, און צווישן דעם פראנט און דעם בעק גייט עס האבן פונקט אזויפיל סטארעדש ווי א אדיסי אדער סיענע. דער פרייז זאגט ער גייט זיין בערך די זעלבע ווי ביי דעם מאדעל S. דאס מיינט בערך 70-75 אלפים.
מאך איך מיר יעצט א חשבון צו עס גייט מיר לוינען. איך האב יעצט א מיני ווען, איך האב עס שוין כמעט זיבן יאר (פעלט נאך דריי חדשים), איך האב שוין ארויפגעלייגט אויף דעם 120 טויזענט מייל. געקויפט האב איך עס דאכצעך פאר 26 אדער 27 אלפים, געצאלט חודש'ליך 450 פאר דעם קאר לאון. אויב איך רעדן לויט די יעצטיגע פרייזן האב איך אריינגלייגט אין דעם קאר בערך 28 אלפים אין געז. (האלט מיר שוין ביי בערך 55 אלפים) יעצט לייג צו אויל טשעינדשעס, טון אפס, ברעיקס וכדו' - וואס ביי טעסלא זענען די אלע זאכן אריינגערעכנט אין דעם פרייז - גלייב איך אז איך האלט שוין ביי קרוב צו זעכציג. אויב אזוי, אפשר לוינט זיך פאר נאך א צענער צו האבן א טעסלא?
עס האט מיך געמאכט טראכטן, און דערווייל האב איך געהאט וואס צו טיען די לעצטע צוויי מעת לעת.
NO man is a failure who has friends