טעסלע קאר קאמפאני (עלעקטעריק קאר)
איך וויל פארציילען א אינטערעסאנטע געשיכטע וואס שפילט זיך אפעט די טעג אין די וועלט פון "אלטערנעטיווע ענערגיע" קאר'ס.
פריער אינעם אשכול ביי די "עלעקטעריק" קאר (נאר עלעקטעריק, נישט די הייבריד) איז געווען באשריבן בקיצור "טעסלע מאטערס". זיי זענען די וואס האבן ערצייגט א געלונגענע - כאטש זייער טייערע - עלעקטריק קאר.
זייער האבן עטליכע סארט מאדעלען פון זייער קאר, איינס איז די "מאדעל עס." וואס האט לויט די ביכער א "דיסטענס" א ווייטקייט פון 265 מייל, דאס מיינט אזויפיל קען עס פארן אין איין טשארדזש.
א ניו יארק טיימס ריפארטער דזשאן בראדער (גמד"ק - גארנישט מיט די קהילה), האט גענומען די קאר פאר א טעסט דרייוו אויך א ווייטקייט פון 200 מייל בערך.
קומענדיג אהיים האט ער אבגעשריבן א בייסיגער ארטיקל, און גוט אראפגעריסען די קאר!! נישט אינטערעסאנט אלע דיטעילס, בקיצור טענה'ט ער אז זיין קאר איז געווען פולי טשארדזשד, און ער איז אויסגעלאפען פון עלעקטעריק, סאך פאר די געשאצטע מיילידזש, און דאס איז געווען שוין נאכדעם ווי ער האט אריינגערופען און מען האט אין געגעבן פארשידענע עצה'ס ווי אזוי צו שפארן עלעקטעריק, ווי פארן שטייט, און מאכן די סטים שוואך וכדו' . און האט געמוזט רופן א שלעפער טראק, ווייל ער איז געווארן סטאק אינמיטן וועג!! און ער איז אנגעקומען קום אין צרות, מיט פארפרוינע גלידער. בקיצור די ארטיקל איז געווען א געזונע "העק דזשאב", אזוי ארינטער געריסען די חברה אז ס'איז געגאנגען א רויך.
נא, נא!!
זענען געגאנגען די חברה פון טעלסע און קודם געשיקט א "טוויט" אז דער איז פשוט א ליגענער, און געטענה'ט אז זיי האבן די "דעטע" פאר פרואוו, ווייל פארשטייט זיך אז די קאר איז גאר סעפיסטעקירט אין קאלעקטען דעטע, פון די נסיעה.
דערנאך איז געקומען א לאנגע ארטיקל ,באגלייט מיט סקרין שאט'ס, און א פונקט ביי פונקט, פרעזענטאציע, אז דער ריפארטער האט פשוט ליגענט געזאגט!!
ער איז נישט געפארן שטייט ווי ער וויל זאגן, ער האט נישט פולי געטשארדזשט די בעטערי, וכו' וכו' ווייטער נישט אינטערעסאנט די דיטעיס, (בעסער געזאגט ס'איז יא אינטערעסאנט, אבער כ'וויל דאך נישט שרייבן קיין בוך דא, נאר סך הכל אן ארטיקל).
דאן האט נאכגעפאלגט אן ארטיקל פון די ריפארטער זעלבסט, ווי ער פארענפערט זיך און מער ווייניגער זאגט ער אז אויב איז אמת וואס די טעלסע חברה זאגן אים, דעמאלס איז מינימום א חורבן מיט זייער "קוסטעמער סעפארט", וואס האבן אים פאדרייט א קאפ, און געגעבן נישט ריכטיגע אינפארמאציע, ער געט נישט אויף אויך אנדער טענות אבער מער ווייניגער איז עס דאס.
איז געגאנגען סי. ען. ען., און נאכגעמאכט די טריפ, און זיי טענה'ן אז כאשט אינדעמיט האט אויסעגזעהן אז ס'איז צרות, יז עס כעווען אומזינסטע שרעק, און ער האט באקוועם דורך געמאכט די טריפ, נאך בעסער ווי די פארשריפטן פון טעלסע אליינס.
היינט האבן עטליכע אייגענטומער פון טעלסע קאר'ס זיך ארויס געלאזט אויפן וועג נאכפארן די וועג פון בראדער, און כאטש נישט אלע האבן עס געמאכט ביזן סוף, איינער האט געהאט א מעכאנישע פראבלעם מיטן פלאג, און איינער האט באשלאסען, צו בלייבן אינמיטן וועג, און נישט פארזעצען, האבן עטליכע פון זיי עלפאלגרייך געמאכט דעם נסיעה.