ניין דעמאלטס ביי די אגודהאיסט"ן איז גיווען איינגעפירט צי שרייבן ביי דע דאטום אויך וועלעכע דף אין וועלעכע מסכתא מ'לערנט אין דף היומי
און אז ס'איז געווען איינגעפירט ביי די אגודיסטן?! וואס איז דען די הוה אמינא אז דער מנחת אלעזר זצ"ל זאל זיך קימערן דערמיט?
ס'איז גיוועהן א טייל פין די דאטום אזוי ווי די שרייבסט היינט מיטוואך פרשת נח א' דר"ח מר - חשוון 06/10/21 למנינם אזוי אויך דעמאלטס מ'האט אזוי געשריבען
נעה. וויפול דאקומענטן האסטי געזעהן מיט די דף היומי אלץ דאטום? ר' מאיר שפירא ז"ל פלעגט עס שרייבן און אפשר נאך אפאר גרויסע, איך מיין אז איטשע מאיר לעווין האט עס געשריבן, אבער סתם המון עם נישט. איך האב נישט קיין הו"א שבהו"א אז ס'געשטאנען אויפ'ן אינוועטעישן.
----- ס'דא א בריוו וואס ר' מאיר שפירא האט געשריבן צום מנחת אלעזר און ס'איז נישט דאטירט. זאגט מען אז וויבאלד ער האט אלץ געשריבן די דעיט פון דף היומי און ער האט עס נישט געוואלט שרייבן צום מנח"א, האט ער עס געלאזט ליידיג

די לינק פירט צו א גרויסע וועבסייט אפשר געבסטו אביסל אנווייזונגען פונקטליך וויאזוי מ'קומט אן צו דעם ספעציפישן קליפ?
זיידעניו האט געשריבן:
דא קענט איר זעהן פון וואס איך רעד קודם די מונקאטשע חתונה (זהירות נשים\תרעבות ווי די פאליציי שטיפט ביי די חופה) און נאכער די חופה און מודה אני פון די ארטעדאקסע חדר שבת אין מונקאטש די ניגון התקוה פון די שטאטעס שולע (תרעובת) די געמיינע טענץ פון בחורים מיט ..... אויף די ניגון
און נאך אסאך אינטרעסאנטס
יעצט האטהירשל ציגארויפגעלייגט אן אינטערסאנער קליפ איבער די מונקאנטשע ווידאו, מען האט דארט צוזאמגענומען עטליכע ילידי מונקאטש (פון די ציונים דארט) און זיי טוען אידענטעפעצירן עטליכע מענטשען אויפ'ן באקנט'ן ווידאו פון מונקאטש, וואס עס איז אינטערסאנט, פארציילט דארט איינע פון די אלטע פרויען (בערך ביי 9:30 ביז 11 מינוט אינעם קליפ) אז ווען דער מנחת אלעזר איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געהערט אז איינער רעדט עיברית האט ער אנגעהויבן שעלטען און שעלטען און נאר שעלטען, רופט זיך אן די אנדערע אידענע אז נישט נאר קללות פלעגט גיין נאר אויך "מכות", די בחורים פון מונקאטשער ישיבה מיט די תלמידים פון די גימנסיה הציוני פלעגן זיך שלאגען, ווי אויך פילע אינטערסאנטע הערות (נישט אלעס קען מען דא ברענגען וד"ל). אויך זעט מען דארט ר' ברוכ'ל ממונקאשט רעדן איבערן שואה, און ווייזט דארט נייע בילדער פונעם גיא ההריגה ווי מען האט אויסגעהארגט הונדערטער קינדער ל"ע, און זיין זון ר' יאיר שליט"א ווייזט זיי פיל ארגינעלע בילדער און דאקומענטן.
ווי אויך פארציילט דארט ר' יאיר דעם ביטערן פאקט אז בשנת תש"ד הארט פארן אומקום פונעם אונגארישען אידענטום האט ר' ברוכ'ל זיך אויפגעשטעלט אינעם גרויסן בית הכנסת און געשטורמט אז מען גייט יעדעם הרגנ'ן און ווער עס וויל אנטלויפן און זיך ראטעווען קען קומען צי עם און ער וועט געבען פאלשע פאפירען, למעשה זענען נאכדעם די ראשי קהילה צו געגאנגען צו עם און געזאגט "רעבע מיר פארשטייען אז איר דארפט געלט, אבער פארוואס דארפט איר סתם דערשרעקען דעם עולם"...