יום המיוחס תשע"ה - יובל העשירי - שכחום וחזרו ויסדום
היינט ווערט אפגעצייכנט 10 יאר זינט די התייסדות פון אייוועלט / אידישע וועלט / היימישע קרעטשמע און אלע אירע גלגולים און פארמאטן.
הצד השוה פון אלע גלגולים, אז דאס פלאץ איז געפירט געווארן מיט א קלארע ציל און שטרעבן, און דאס איז שטענדיג געווען פאר די אויגן פון די ליינער און שרייבער און מעקער, נעמליך: א ריין ווינקל, ריין פון שמוץ, ריין פון פאליטיק, ריין פון יעדע זאך וואס שטערט פאר היימישע אידעלעך.
האט זיך אבער געמאכט אז עטליכע פון די מנהלים און אחראים זענען געווארן צו פארנומען צו האלטן אן אויג, און זאכן האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן ארויסגליטשן פון די הענט. אודאי האט מען געמעקט זאכן וואס זענען קלאר אין פארלעצונג פון די תקנות, אבער דא און דארט האבן פארשידענע שרייבער זיך צופירט די הענט מיט רמזים און אפענערע רמזים בעניני אידישע פאליטיק א.ד.ג., זאכן וואס זענען נישט טאלערירט געווארן אין די פארגאנגענהייט און וועלן ווייטער נישט טאלערירט ווערן בעז"ה.
הערשט דעם פארגאנגענעם סוף זוממער איז פארגעקומען אן אסיפת מנהלים וואו מען האט פריש איבערגעארבעט די תקנות און ארויפגעשטעלט אויפן פארום, אבער ווייזט אויס אז אין מזרזין אלא למזורזין, נאך אלץ איז דא א מקום וואו צו ווארענען און דערמאנען מען זאל זיך ביטע האלטן צו די גדרים.
האבן זיך לעצטנס אומגעקערט אהער עטליכע פון די מנהלים וואס האבן שוין זייער לאנג נישט באזוכט דאס פלאץ, און האבן געזאגט אז דאס פלאץ איז אומדערקענבאר צוליב די געדעכטע פאליטישע שמועסן במישרין ובעקיפין, א זאך וואס קרענקט זיי געפערליך, ווייל איינס פון די הויפט צילן פון די היימישע קרעטשמע בשעתה (נאך אויף היידפארק) איז געווען אוועקצושטיין פון די גרויליגע געשטאנק וואס האט זיך געשפירט דארט פון די פאליטישע פארומס.
היידפארק איז שוין ב"ה א פארגאנגענהייט, און אירע ממלא מקומ'ס זענען האפנטליך פארשלאסן פארן היימישן ערליכן ציבור, אבער דאס מיינט נישט אז אויב איינער האט עפעס א זאפטיגע רכילות אדער נארוואס געהערטע לשון הרע זאל ער דאס מעגן קומען מעלדן בשער בת אייוועלט. עס הייבט זיך אן אלס א טרוקענע מכלומר'שט אומשולדיגע נייעסל, און עס פארוואנדלט זיך צו א פולהארציגע דעבאטע פון אלע סארט פראקציעס ביים ציבור, ביז איינער פון די באהערדע באשלוסט אז דאס איז שוין צופיל און מעקט אדער שליסט אפ דעם שמועס.
היום יום המיוחס גייט זיך דאס האפנטליך אפשטעלן, מען האט מיר געבעטן אראפצושטעלן א פוס און קלארשטעלן פארן ציבור אז דאס טאר נישט ווייטער אנגיין אויף דעם אופן. די מנהלים האבן באשלאסן איינצושטעלן א זערא טאלעראנץ אויף אלע אזעלכע סארט געשפרעכן, און אויב איינער וועט פארגעסן און יא שלח'ן אזא תגובה, וועט דער מעקער מוזן גענוצט ווערן און יענער וועט קיין טענות נישט קענען האבן.
היימישע קרעטשמע / אייוועלט פארמאגט ב"ה פיינע תקנות, עס מאכט זיך נאר אמאל אז מען פארגעסט זיך, און דערפאר וועלן מיר זיך אינאיינעם מחזק זיין צו געדענקן און פירן ווי די פארשריפטן, אין די בחינה פון "שכחום וחזרו ויסדום".
הייבן זיך פערצופאל אלע פאראגראפן אן מיט די אות ה', און פאראגראפן איז גראדע דא צען אין צאל, כמנין שנות אייוועלט...
קרעמער בשם המנהלים