רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן....

דאס איז די גאר דער פרייענדע בשורה מיט וואס עס ענדיגט זיך א בלעטעל וואס ווי איך הער איז געווארען פארשפרייט אין אלע וומסב"ג שולען במשך דעם יו"ט.

וואס איז דער אומדירעקטערמעסעדזש וואס א יונגערמאן וואס ליינט דעם צעטעל באקימט?? צו וואס זיך מוטשענען אין אוועקמופען אויף אן אנדערען פלאץ וואס איז נישט אזוי באקוועם ,ווען פרייזען פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן ....

צו וואס זיך שפארען מיטן ווייב..שווער..שוויגער אז איר האלט מער נישט אויס צאלען 3000$ ווען אייער גאנצע וועידזשעס באטרעפט קוים אזוי פיל, די ישועה איז דאך שוין "אראונד די קארנער" פרייזען פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן ....

און דער עיקר צו וואס האבן טענות צו די עסקנים און פירערס הלמאי מען טוט נאר צו זען אז מען זאל בוען דעוועלאפמענטס פאר אידען א וויכטיגע זאך, וואס וועט נישט העלפן פאר 80 % ציבור, און מען פארנאכלעסיגט אינגאנצען דעם ריכטיגע עצה אז דער ציבור זאל רילאקעטן...האט איר שוין דעם תירוץ פרייזען פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן ...

איך האב מיך דערמאנט פון א תגובה פון אונזער חשובן מחותן א יאר צוריק...
דורך מחותן » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:12 pm
איך בין שוין לאנג מיט מיין קאנסיפראציע אז געוויסע וואס שטייען ביים רידער און זיי האבן אינוועסטירט אין וומסב"ג זייערהאב און גוטס, מאכט און כבוד, זענענן די וואס מישען א קאשע אז אלעס זאל בלייבען ווי עס איז,
פאר די וואס האבן אויסגעצאלטע בנינים אין וומסב"ג און עסטאלבישט זייער ביזנעס/כבוד/געלט אין וומסב"ג וועט זיין א קאסטראפע אויב אנדערע פלעצער ארבייט זיך אויס, פאר זיי איז גוט אזוי ווי עס איז יעצט, און דער עמך יונגערמאן וואס דערטרינקעט זיך קען זיך סיי ווי נישט אליינס העלפן דערפאר וועט זיך די רעדל ווייטער דרייען אויפן זעלבן אויפן ווי ביז יעצט.


הגם איך וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט, אבער חכמים הזהרו בדבריכם. קיינער וויל נישט נעמן דעם אחריות אז א יונגערמאן וואס קומט אים שוין סיי ווי אן גענוג שווער צו ענדליך מאכן די החלטה זיך אוועקציען, וועט דאס אפשטופען מיט א פאר יאר (נאך א 100,000$ אין חובות ) וואס קען אים חלילה צוגרינד לייגען, אלס ווייל ער האט דאך געזען קלאר שווארץ אויף ווייס אז עס איז כדאי צו ווארטען.

וועגן דעם האב איך געטראכט אז עס איז כדאי צו האבן אן אשכול ווי מענטשען וועלן קענען אראפברענגען אזאלכע סארט מימרות (פארשטייט זיך אן נעמען אדער סיי וואסערע פאליטיק אזוי ווי עס פארלאנגט זיך לויט די איי וועלט תקנות) און דער ציבור זאל עס קענען איבערשמועסן צו יש דברים בגו.
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

פרייזן אין וויליאמסבורג וועלן פאלן, ווען דער ברוקלין בריק וועט זיין מיינס
לעצט פארראכטן דורך טעגלאש אום דינסטאג מאי 26, 2015 12:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

איך נעם די ארמארי בילדינג!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אינטערעסאנטע נקודה האב איך אויפגעמערקט יו"ט, דער פייטן אינעם פיוט דעם ערשטן טאג שבועות טראסקעט אריין די אלע "סופליי & דימענד לענדלארדס" צווישן די לא תחמוד'ניקעס.
אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן פרעשער »

פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן.....
אויף די פלייצע פון וויליאמסבורגע איינוואינער.
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

אן פרעשער האט געשריבן: פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן.....
אויף די פלייצע פון וויליאמסבורגע איינוואינער.

גוט.


רט
9 משפחות גייען בקרוב זיך אריבערציען קיין וואודריטש צו וואינען דארט א גאנץ יאר. ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד, שטייט אינטער דעם ר' חיים מאיר ניימאן, פון גיבערס, וואס איז אינסטראמענטל אז דער היימישער עולם זאל זיך באזעצן אין די קעטסקילס א גאנץ יאר.
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

ביבער היט האט געשריבן:
אן פרעשער האט געשריבן: פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן.....
אויף די פלייצע פון וויליאמסבורגע איינוואינער.

גוט.


רט
9 משפחות גייען בקרוב זיך אריבערציען קיין וואודריטש צו וואינען דארט א גאנץ יאר. ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד, שטייט אינטער דעם ר' חיים מאיר ניימאן, פון גיבערס, וואס איז אינסטראמענטל אז דער היימישער עולם זאל זיך באזעצן אין די קעטסקילס א גאנץ יאר.

עס איז גראדע נישט קיין שלעכטע געדאנק לענ"ד פאר די וואס זענען גרייט צו וואוינען אביסל ווייטער פון די שטאט אדער פאר אידען פון קרית יואל. א רחבותדיגע ווינטערייזד סאמער האום לויפט היינט פאר בערך 175 טויזענט. מוסדות, שולען, מקואות, און אלע צוגעהערן איז דאך שוין דא דארט, ס"ה דארף מען נאר מענטשען.
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אן פרעשער האט געשריבן: פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן.....
אויף די פלייצע פון וויליאמסבורגע איינוואינער.


ביטער זיס#
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איינער קען אהערברענגן דעם בלעטל?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בעסער נישט עס צו ברענגען, ווייל איך האב מורא אז כ'וועל אויך ווערען בא'איינפלוסט און באשליסען יא אויס צו ווארטען די נידעריגעדיגע פריץ'עס ראטעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

בילדער, גענונג קלאר מיין איך.
אטעטשמענטס
1.jpg
2.jpg
3.jpg
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בקיצור, אין די דריי צעטליך שטייט אז מען גייט בויען טויזענטער נייע דירות און איין נעמען נייע גאסען און דאס גייט עטוואס מאכען די פרייזען פאלען.

איז "עטוואס" גענוג? און צו וועט טאקע גענוג דירות געבויעט ווערען אז דער סופליי ענד דימענד זאל האבען א עפעקט אויפען פרייז?

איך מאך נישט אוועק דער וויכטיגקייט פון בויען א סאך דירות; דער וואס טוהט עס און מיינט גוט, תבוא עליו ברכה; אבער גלייך צייטיג איז אויך וויכטיג (און נאך וויכטיגער) אז אין אונזערע גאסען זאלען זיך די ארטיסטען נישט באזעצען. למשל הער איך אז דער "Knights collision" אויף יוניען האט פארקויפט זייער שטח פאר א כינעזער וואס גייט בויען דירות פאר די ארטיסטען. פאר בחינם רענט וואלט איר זיך באזעצט מיט אייערע קינדער נעקסטע טיר?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גייט עס דען אפי' "עטוואס" נידערן די פרייזן?

א תאנה מיט צנון
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דאס איז די גאנצע בראשור?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיסטעריעז האט געשריבן: גייט עס דען אפי' "עטוואס" נידערן די פרייזן?

א תאנה מיט צנון

אויב נישט דענמאלט וואס האט מען אויף געטוהן?

אפשר איז דער אויף טוה, אז מען וועט בויען און געבען פאר אידען פאר ביליגער און מיט דעם נישט לאזען די ארטיסטען חרוב מאכען וויליאמסבורג. אבער צו לינדערען די שמערצען פון די וואס האבען נישט פון ווי צו צאלען די מארגעדז און רענט, פאר זיי איז דערווייל נישט דא א עצה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

פון ווי קומט דער בלעטל?
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מיסטעריעז האט געשריבן: בילדער, גענונג קלאר מיין איך.

ביטע ברענגען א דבר השלם.
סראלי
שר תשעת אלפים
תגובות: 9134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פאר בחינם רענט וואלט איר זיך באזעצט מיט אייערע קינדער נעקסטע טיר?[/quote]

מ׳וועט זיך צו דעם אויכעט צוגעוואוינען. ו׳דאמסי פראיעקט יוכיח. מ׳האט דארט לכתחלה געקויפט וויסענדיג וואס עס וועט געבויעט ווערן קעגן איבער
ישראל אשר בך אתפאר
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ביטער פאר דער וואס קען זיך צו דעם צוגעוואוינען. און פארדעם דארף מען ראטעווען ווילאמסבורג? איך מיין אז מען דארף זיך ראטעווען און אנטלויפען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ליצנות איז נישט דאס ווארט אויף די באשרייבעכץ, ממאכט פורים פונעם עולם גולם אז סגייט א רויך!! דעס זענען אפאר בילדערס וואס מיינען עפעס,
הערט מיך אויס!!! קיין איין בילדער גייט נישט אראפלאזן די פרייז פאר אונז קיין פעני, ווער עס האלט אז נעקסטע וואך צו 6 חדשים ארום צו אפילו צוויי יאר ארום גייט מען פארקויפן דירות דא פאר $200 א סק פיס צו אפילו $350 מיט די אלע געבויעכצער וואס מגייט בויען פאר יודן זאל זיך שנעל אונטערזיכן, ענק האלטן עכט אז א 4 בעדרום דירה גייט איין שיינעם טאג ווערן פארדינגען פאר $2200?? זיי ווילן שטיפן עפעס א אגענדע איך ווייס נישט וואס, זיי גייען מאכן געלט און אונז גיימער עס באצאלן,
מוואלט געדארפט ערלעידיגן א יונגערמאן וואס האט גאטס זיך אויפצושטעלן דארט אין קאנטינענטעל אויף א שיינעם איידעלען אופן פארנט פון אלע גרויסע בילדערס וואס זענען געזיצן דארט און פרעגן אין פנים אריין, " עטס מיינטס עכט אונז יונגעלייט וואס מוטשענען זיך צו באצאלען די רענט?? וואס האט מען פון די גאנצע הרחבת העיר אז מבא'גנב'עט אונז אונזער קארגע פעיראל יעדע איינציגע חודש??" זיי וואלטן אלע רויט געווארן, סיז זייער ווייטאגלעך אבער סיז א פאקט, זיי רייטן אויף אונז און מלאזט זיך, אידן הייבץ ענק אויף און יאגט ארויס פון וויליאמסבורג, העמיר זעהן וועלעכע בילדער פונקליך גייט אונז נאכלויפן אונז זאלמיר צוריקקומען, זיי לאכן פון אונז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמעתי מאחורי הפרגוד, א ריזיגע קאנטער-אסיפה איז געפלאנט, דורך אונזערע שכינים די יאפיס וארטיסטן למיניהם, ווי מען גייט אויס שמועסן די נייע גזירה וואס רוקט זיך אן אויף זיי, מען גייט אויפהערן צו דעליווערן סטודיאו'ס פאר זיי, מען גייט נאר בויען פאר די האסידיק פיפעל, ואנא אנו באים.....
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

SPUSMN האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן: גייט עס דען אפי' "עטוואס" נידערן די פרייזן?

א תאנה מיט צנון

אויב נישט דענמאלט וואס האט מען אויף געטוהן?

לאמפ האט שוין מסביר געווען באריכות אז אין וויליאמסבורג איז דא צוויי פראבלעמען, א דירות מאנגל און א פרייזן קריזיס, די מאנגל גייט געלעהזט ווערן (פופציג דירות גייט גאר אסאך אויסמאכן, עהעהעם...
אבער עס איז דא שטח פאר נאך צוויי טויזענט דירות, און "מען" "גייט" "מאכן" א "וועד" וואס "גייט" זיך "אפגעבן" מיט "זוכן" די שטחים, דערנאך "גייט" "מען" עס אפקויפן, דערנאך "גייט" "מען" עס "אויפבויען" פאר אידן, און נאך דעם "גייען" די רענט פרייזען פאלן.
א פשוט'ע חשבון, איינס מיט איינס.)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

לא לנו האט געשריבן: דאס איז די גאנצע בראשור?

עס איז נישט געווען א בראשור, נאר א פיר-זייטיגער צעטל, און דאס איז די גאנצע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זיכער איז דא שטחים.... העכערן איסט ריווער.... אדער העכער די BQE, מ'האט פרעגן הרב קאלער פון ב"פ....
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג מאי 26, 2015 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מיסטעריעז האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן: גייט עס דען אפי' "עטוואס" נידערן די פרייזן?

א תאנה מיט צנון

אויב נישט דענמאלט וואס האט מען אויף געטוהן?

לאמפ האט שוין מסביר געווען באריכות אז אין וויליאמסבורג איז דא צוויי פראבלעמען, א דירות מאנגל און א פרייזן קריזיס, די מאנגל גייט געלעהזט ווערן (פופציג דירות גייט גאר אסאך אויסמאכן, עהעהעם...
אבער עס איז דא שטח פאר נאך צוויי טויזענט דירות, און "מען" "גייט" "מאכן" א "וועד" וואס "גייט" זיך "אפגעבן" מיט "זוכן" די שטחים, דערנאך "גייט" "מען" עס אפקויפן, דערנאך "גייט" "מען" עס "אויפבויען" פאר אידן, און נאך דעם "גייען" די רענט פרייזען פאלן.
א פשוט'ע חשבון, איינס מיט איינס.)

ווי קען מען קויפן דעם קאלקיולעיטאר?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”