Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג
ער האט געזאגט אז ער איז ארויף מיט 350 א חודש וועגן זיין ריפיינענסן קאסט וכדו'. זאג איך אז די טענענט איז נישט מחיוב צו באצאלן דיינע פריוואטע הוצאות אפילו עס איז געקומען צוליב די דירה.reset האט געשריבן:ווער זאגט ער איז ארויף מיט דעע פרייז מהאט גערעדט וועגן Expenses אין דעעס איז מער פין דעעםבן כלבא שבוע האט געשריבן:אפאר פראצענט? וויפיל פראצענט איז 350 א חודש?reset האט געשריבן:מרעדט דא אז מען האט זיך אויסגענימען פין פארדעם אז עס גייט ארויף די פרייז אפאר פראצענט יערליךבן כלבא שבוע האט געשריבן:ווייל דו קענסט. פינטל. דו קענסט פארלאנגען וויפיל דו ווילסט. קיינער קריגט זיך נישט מיט דעי פאקט.הײמישער זײגער האט געשריבן:קענסט ענטפערן א פשוטע שאלה?
א גוי העכערט מען צום מאקסימום ווען די ליעס לויפט אפ אפילו עס איז דאפלט די פרייז, פארוואס ביי א איד דארף זיין אנדערש, ווי די שרייבסט דו קענסט נישט יעצט פארלאנגען?
די קענסט שרייבן האב רחמנות אויף דיין ברידער/ געב צדקה פאר א איד/ קענסט עס נעמען פון מעשר וכדומה...
און יא, אז דו פארלאנגסט פון א גוי פון איין טאג אויפן צווייטן אפאר הונדערט דאלער מער א חודש ביזטו די זעלבע נישט גערעכט, אבער ביזט למעשה נישט קיין חיה, ווייל די גוי קען גיין וואוינען אין אלע פינעף באראוס, אלע פיפציג שטאטן און אלע זעקס קאנטינענטן. אבער די איד וואס דו ווייסט אז אויב דו העכערסט אים פלוצלינג מיט אפאר הונדערט דאלער א חודש וועט ער מוזן בע''כ בלייבן דא וואוינען און זיינע קינדער וועלן פשוט נישט האבן קיין נייע שיך אדער פלייש, דאן דארפסטו דיך מער איבערטראכטן.
און יא, א איד מעג וויסן אז געלט וואס איז דורכגעווייקט מיט א צווייטע איד'ס טרערן איז ווייט פון א גוט געשעפט. אפילו מ'איז גערעכט.
אז די קענסט נישט צאלן נעם נישט דעם דירה!
אויב די עצם הוצאות פון די דירה איז ארויף ווי למשל מעינטענענס, אינשורענס, יוטיליטעטיס דאן איז א אנדערע מעשה. און אפילו אזוי דארף מען זיך אראפזעצן מיט'ן טענענט און אויסארבעטן ווען מ'רעדט פון 350 א חודש.