רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

zurich
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 10:48 am
אגב איז אינטרעסאנט די מהלך המחשבה פון די חילוק פון א אויסגעצאלטע הויז ביז א נייע.
באנדאס/לעפקאוויטש וכדומה גראסערי בעט אויך 10% ביליגער ווי ראזמעריע און פאאדאא וכדומה ווייל ער האט א אויסגעצאלטע פלאץ און צאלט נישט 100,000 רענט א חודש?
איינער וואס צאלט ביליגער איז מחיוב צו שערן זיין ריווח מיט זיין טענענט?
שטארק!
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

תגובה דורך ברייט בארימט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:34 am
אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:48 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
ווייזט אויס אז די האסט נישט אויסגעהערט דעם אינטערוויא אדער עטליעסט נישט די גאנצע. ער רעדט פון צוויי שטארקע נקודות. א) די רענט, וואס אגב דעס וואס דו שרייבסט אז די ס 8 העכערט די פרייזען וואס די ביסט גערעכט דערמיט, אבער דאס איז דא אלס הילף פאר טענענטס (יא, און אויך פאר לענדלארדס אז זיי קענען באקומען מער…) נישט אז דער לענדלארד זאל ארויפגיין פאר א אכטער טענענט נאך מער און יענער גייט קוים ארויס מיט רוח דערפון.
ב) איז א גאר גאר ווייטאגליכע נקודה, און דאס איז די באנעמונג פון געוויסע לענדלארס (ליידער אסאך) צו זייערע טענעטס. פארוואס פירסטו דיך אויף צו יענעם ווי א כלב… ער ארבייט ביטער שווער צו דעקן זיין רענט פאר דיינע רווחים, שריי נישט אויף אים אז ער וואוינט אומזיסט אדער אנדערע נידריגע לאזונגען צו מאכן יענעם פילן ווי דיין עבד.
איך האב לגמרי נישט אויסגעהערט די אינטערוויא, אגב, איך קען ר' שלום יוסף הערשקאוויטש שוין יאאארן, האמער געוואוינט נעקסט הויז... דער איד איז באמת א צדיק פון א איד...

דאס טוישט אבער גארניש! ווילאנג די גאווערמענט טיילט, גייט די קאסט אוו ליווינג ארויף, מעג איך נעמען מער... און ווי געזאגט, דאס טיילן מאכט אנדערע זאלן נישט קענען עפארדן!

חלק ב' איז נישט קיין נייע זאך, סיז ליידער דא אידן וואס ווייסן נישט וויזוי צו דיעלן מיט אנדערע מענטשן... גארניש מיט קיין לענדלארס און טעננענטס...
פליז הער עס אויס. אפשר העסטו פארשטיין אביסל בעסער פון וואס מ'רעדט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:58 am
א בלוטיגע נושא.

ס'גיסט זיך בלוט אין אלע גאסן, טויזענטער ליידן אין שווייגעניש. ס'איז א ביטערע גזירה. דאס איז וואס ס'איז, א גזירה. מען ברויך רידערן א וועלט און מאכן אווערנעס ווי מען רופט עס.

מען מאכט היינט אווערנעס אויף מענטל העלט, רבותי עס דרייען זיך ארום טויטע אינגערלייט און האלב צורידערטע ווייבער מיט דאגות בייטאג און ביינאכט. מען זיצט אין א פיצעלע דירה מיט 4-5-6-7 קינדער ווייל מען קען זיך נישט ערלויבן צו מופן. די מצב איז ביטער.

מען דארף ארויסמופן דעם עולם אדער טון אנדערע שריט. מענטשן ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט צו צאלן רענט. מען לויפט ארום פארסאפעט, אן קיין קאפ, אן קיין מנוחה, און די קאלענדער האלט און איין אויפמישן צום ערשטן.

איך קען אינגערלייט וואס האבן נארמאלע פרנסות און זיי שפירן דעם עני חשוב כמת. זיי שפירן זיך ווי ביים טויט מארש וואס מען גייט און מען גייט מיט די לעצטע כוחות אלעס נאר איבערצולעבן.

זיי פרעגן אבער שטילערהייט, וואס בוי איך דא? איך גיס אויס שווערע געלטער יעדע חודש, פארוואס? איך קום אהיים צו א פיצל הויז וואס פליהט ווייל גארנישט האט נישט קיין פלאץ. די ווייב איז נערוועז און האט נישט קיין רגע מנוחה. זי שפירט ווי זי לויפט אויך אינעם געיעג, א קליינע דירה ווערט שנעל שמוציג אבער זאכן מוזן אנגיין...

טאטעס האבן נישט קיין איבריגע אטעם צו אועקגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר די קינדערלעך. אבער שוין, די חדר וועט זיי שוין מחנך זיין, ווי נישט ווי זענען זיי דאך קרבנות עולה פאר די הייליגע סיסטעם.

מען גייט צו שמחות, מען זיצט ביי וואכנאכטס, מען טאנצט ביי חתנות און מען געבט געלט פאר וואוילטעטיגע ארגינעזאציעס. אלעס שמייכלט, אלעס איז גוט, לאז געמאכט... אבער דאס הארץ בלוטיגט, גופים דרייען זיך ארום אינעם שדים טאנץ אן קיין גייסט און זענען נישט דעם ענד פונעם לאנגן שווארצן טונעל...

אויב מיינט איר אז איך האב אפילו איבערגעטריבן א משהו, דאן האט איר נאך קיינמאל געשפירט דאס וואס טויזענטער גייען לייידער אריבער. טייערע ברודער וועקט אייך אויף, ס'ברענט א פייער!
עבסעלוטלי!!

און מענטשן מיינען אז מיטן שרייען שגץ אויף די לענדלארס גייט זיך עפעס טוישן! יעדער פאר זיך זאל זיך עפענען די אויגן און מופן דארט ווי ער קען עפארדן + מאכט סענס פאר אים... שטיין אין ווארטן אז "מ'" זאל עפעס טוהן, גייט גארניש געשעהן...

(קר"י איז אויף די מינוט אויך נישט עכט עפארדעבל, האפענטליך וועלן אדי נייע תקנות עפעס אויפטוהן)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

לאמיר זאגן אז די רענט פרייזן וועלן בלייבן אזוי הויעך ווי ס'איז, אבער מ'וועט חתונה מאכן פאר מאקס 30K אלעס צוזאמען, נישט פארן אין קאנטרי, און אוועקשניידן די שלעכטע חלק פון די פעיר פרעשור. וועט נאך זיין אזוי אומאויסהאלטבאר די רענט פרייזן?

אגב וואס ר' שלום יוסף זאגט אז ער האט הארצרייסענדע מעסעדזשעס פון פרויען, איז לענ"ד א שטיקל ספין צו כאפן די הערצער. די מענער ווערן פארשמאכטעט דערפון.
לעצט פארראכטן דורך ענדיג אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 10:51 am
בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:58 am
קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:25 am
ר שלום יוסף מעג אזוי רעדן ווייל איך בין 100% אז ער מיט זיין אויסטערלישע לב טוב וואלט זיכער נישט געהעכערט פאר זיינע טענענטס אבער אנדערע וואס שרייען דא, ווילאנג זיי זענען נישט קיין לענדלערס דארפן זיי גוט גוט אריינטראכטן מיט א אמת פאר זיי שרייען, ווען דו האסט ווען א 2 בעדרום דירה וואס יענער צאלט 1800 און יעצט איז די פרייז 3000 צו וואלסט געהעכערט מיט עט ליעסט 4-5 הונדערט דאלער ביי ענד פון די ליעס!! פלעין טראכט
איך ביו נישט קיין לענדלארד
ביסט מסביר די גרויסקייט פון די נסיון.
האסט שוין איימאל געזען א היתר אויף עפעס צוליב די גרויסקייט פון די נסיון?
דו ברענג מיר א איסור וועל איך דיר ברענגען א היתר!
אגב, יעדע מציאות איז אנדערש, מיין טאכטער וואוינט ערגעץ, די לענדלארד איז ארויף מיט 700 דאלער פון ווען איך האב געטראכט צו נעמען די דירה ביז איך האב עס גענומען, איך פארשטיי אים 100%, איך ווייס אז דאס איז זיין פרנסה, אהן דעם האט ער נישט צו לעבן בהרחבה, און ער איז נישט מחויב צו לעבן בצמצום און אוועקגעבן אפאר 100 דאלער א חודש פאר יענעם.
אוודאי איז דא גבירים מיט אויסגעצאלטע בילדינגס, וואס אגב ווער עס ווייסט נישט מיינט אז מען מאכט גאר אסאך געלט אויף דעם, ער זאל נאר קוקען די פראפערטי טעקס ביל ווי עס קען ארויפגיין מיט 30% אין איין יאר, סאו בעסיקלי איטס א קעיס ביי קעיס
עקזעקטלי!

ביידעוועי, איך האב נישט קיין טעננענטס אין די היימישע געגענטער בכלל, און איך קוק אויך שטארק ארויף אויף די גוטע אידן וואס רייסן נישט אויס יענעם'ס טאשן... אבער פון דארט ביזן שרייען גנבים גזלנים, אידיש בלוט וכד'... דו ווייסט וויפיל אינשורענס אויף א הויז איז ארויף? דו ווייסט וויפיל טעקס איז ארויף?

א מענטש מעג בעטן וויפיל די מארקעט פרייז איז, דו מוזט נישט נאכלויפן די מארקעט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:14 am
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:58 am
א בלוטיגע נושא.

ס'גיסט זיך בלוט אין אלע גאסן, טויזענטער ליידן אין שווייגעניש. ס'איז א ביטערע גזירה. דאס איז וואס ס'איז, א גזירה. מען ברויך רידערן א וועלט און מאכן אווערנעס ווי מען רופט עס.

מען מאכט היינט אווערנעס אויף מענטל העלט, רבותי עס דרייען זיך ארום טויטע אינגערלייט און האלב צורידערטע ווייבער מיט דאגות בייטאג און ביינאכט. מען זיצט אין א פיצעלע דירה מיט 4-5-6-7 קינדער ווייל מען קען זיך נישט ערלויבן צו מופן. די מצב איז ביטער.

מען דארף ארויסמופן דעם עולם אדער טון אנדערע שריט. מענטשן ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט צו צאלן רענט. מען לויפט ארום פארסאפעט, אן קיין קאפ, אן קיין מנוחה, און די קאלענדער האלט און איין אויפמישן צום ערשטן.

איך קען אינגערלייט וואס האבן נארמאלע פרנסות און זיי שפירן דעם עני חשוב כמת. זיי שפירן זיך ווי ביים טויט מארש וואס מען גייט און מען גייט מיט די לעצטע כוחות אלעס נאר איבערצולעבן.

זיי פרעגן אבער שטילערהייט, וואס בוי איך דא? איך גיס אויס שווערע געלטער יעדע חודש, פארוואס? איך קום אהיים צו א פיצל הויז וואס פליהט ווייל גארנישט האט נישט קיין פלאץ. די ווייב איז נערוועז און האט נישט קיין רגע מנוחה. זי שפירט ווי זי לויפט אויך אינעם געיעג, א קליינע דירה ווערט שנעל שמוציג אבער זאכן מוזן אנגיין...

טאטעס האבן נישט קיין איבריגע אטעם צו אועקגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר די קינדערלעך. אבער שוין, די חדר וועט זיי שוין מחנך זיין, ווי נישט ווי זענען זיי דאך קרבנות עולה פאר די הייליגע סיסטעם.

מען גייט צו שמחות, מען זיצט ביי וואכנאכטס, מען טאנצט ביי חתנות און מען געבט געלט פאר וואוילטעטיגע ארגינעזאציעס. אלעס שמייכלט, אלעס איז גוט, לאז געמאכט... אבער דאס הארץ בלוטיגט, גופים דרייען זיך ארום אינעם שדים טאנץ אן קיין גייסט און זענען נישט דעם ענד פונעם לאנגן שווארצן טונעל...

אויב מיינט איר אז איך האב אפילו איבערגעטריבן א משהו, דאן האט איר נאך קיינמאל געשפירט דאס וואס טויזענטער גייען לייידער אריבער. טייערע ברודער וועקט אייך אויף, ס'ברענט א פייער!
דו מאסיווע קאמפיין אויפוואכונג דארף זיין אז די עלטערע אינגערלייט, די געסעטעלטע זאלן זיך אויפהייבן און מופן און נייע ישובים פאר די סעק און תכלית פון זייערע קינדער
זייערע קינדער האבען במילה נישט קיין פיוטשער און וויליאמסבורג , נישטא קיין פלאץ, איטס אווער.

דו אויפטו איז צווייפאכיג, עלטערע מיט לייוו עקספירענס קענען בעסער אויפבויען אינגע נייע ישובים, איבערקומען די צער לידה סטראגעלס גרינגער מט ריעל ערפארנוג, זיי קענען פארקויפען זייערע שטאטישע דירות און העלפן זייערע קינדער און די נייע געגענטער , און די קינדער וועלן זיך פילען באקוועם און די נייע בלאט און לעבן

קענען מיר אפאר אזאנע אינגערלייט גלייך פארן חתנוה מאכן וואס האט זיי באמת גארנישט געפעלט און שטאט אבער פאר די ליבשאפט צו זייערע קינדער זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן פון פריש, און כהיום זענען זיינע פארפעלקער גאר באקוועם אינעם נייעם ארט, זיי האבען אפילו די מאמעס פארטוך, און יענער אלץ א עלטערע אינגערמאן גיט גאר אסאך צו צום בלי פונעם ארטיגן געגענט.

גרעסטע טשאלענטש וואס מען דארף די עיני העדה, אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מוסדות קענען אנגיין גאר עפארדעבל און קליינע ישובים דורכאויס די איסט קאוסט, ווי און די אלטער היים, אדער א שטייגער ווי די קליינע דעי קעמפס און קאנטרי, דאס איז די גרעסטע שטער און סטראגעל פאר א פאלשטענדיגע וואוקס, פיינע קרוקלום, אבער אן טייערע אויפרייסערישע בניינים , טייטערע לאגיסטיקס, די עיקור די לימודים, חב"ד צום ביישפיל אפילו פאר די אינטערנעט עפאכע האט געראנט אויף געוויסע מהלכים לויט זייער שטייגער

מען דארף טראכטן גרויס, די פאר וויליאמסבורגע לענדלארס וועלן נישט סאלווען אינזער בלי בליע"ה, עס מאנגעלט אן ארגענזאציע ווי עס איז דא אויף געזינט בנפש ובגוף אדג
אויך א גוטע איידיע! די פוינט איז, ווארט נישט אז דער לענדלאר זאל זיך מרחם זיין... טוה וואס דו האסט צו טוהן!

אגב, די אידן וואס נעמען עקשן פאר די ארגענעזאציעס קומען אן, פארדינען געווענליך אסאך... סאו ארגענעזעישענס איז וויכטיג אין די לאנג ראן, אבער יעדער פאר זיך זאל נישט ווארטן אויף זיי...

שטייצעך אז מ'דארף מתפלל זיין צו דעם וואס גיבט הרחבת הדעת אז ס'זאל זיך אויסארבייטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

pop האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:21 am
בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:15 am
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:58 am
א בלוטיגע נושא.

ס'גיסט זיך בלוט אין אלע גאסן, טויזענטער ליידן אין שווייגעניש. ס'איז א ביטערע גזירה. דאס איז וואס ס'איז, א גזירה. מען ברויך רידערן א וועלט און מאכן אווערנעס ווי מען רופט עס.

מען מאכט היינט אווערנעס אויף מענטל העלט, רבותי עס דרייען זיך ארום טויטע אינגערלייט און האלב צורידערטע ווייבער מיט דאגות בייטאג און ביינאכט. מען זיצט אין א פיצעלע דירה מיט 4-5-6-7 קינדער ווייל מען קען זיך נישט ערלויבן צו מופן. די מצב איז ביטער.

מען דארף ארויסמופן דעם עולם אדער טון אנדערע שריט. מענטשן ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט צו צאלן רענט. מען לויפט ארום פארסאפעט, אן קיין קאפ, אן קיין מנוחה, און די קאלענדער האלט און איין אויפמישן צום ערשטן.

איך קען אינגערלייט וואס האבן נארמאלע פרנסות און זיי שפירן דעם עני חשוב כמת. זיי שפירן זיך ווי ביים טויט מארש וואס מען גייט און מען גייט מיט די לעצטע כוחות אלעס נאר איבערצולעבן.

זיי פרעגן אבער שטילערהייט, וואס בוי איך דא? איך גיס אויס שווערע געלטער יעדע חודש, פארוואס? איך קום אהיים צו א פיצל הויז וואס פליהט ווייל גארנישט האט נישט קיין פלאץ. די ווייב איז נערוועז און האט נישט קיין רגע מנוחה. זי שפירט ווי זי לויפט אויך אינעם געיעג, א קליינע דירה ווערט שנעל שמוציג אבער זאכן מוזן אנגיין...

טאטעס האבן נישט קיין איבריגע אטעם צו אועקגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר די קינדערלעך. אבער שוין, די חדר וועט זיי שוין מחנך זיין, ווי נישט ווי זענען זיי דאך קרבנות עולה פאר די הייליגע סיסטעם.

מען גייט צו שמחות, מען זיצט ביי וואכנאכטס, מען טאנצט ביי חתנות און מען געבט געלט פאר וואוילטעטיגע ארגינעזאציעס. אלעס שמייכלט, אלעס איז גוט, לאז געמאכט... אבער דאס הארץ בלוטיגט, גופים דרייען זיך ארום אינעם שדים טאנץ אן קיין גייסט און זענען נישט דעם ענד פונעם לאנגן שווארצן טונעל...

אויב מיינט איר אז איך האב אפילו איבערגעטריבן א משהו, דאן האט איר נאך קיינמאל געשפירט דאס וואס טויזענטער גייען לייידער אריבער. טייערע ברודער וועקט אייך אויף, ס'ברענט א פייער!
יעדער דארף אללין ארויסמופן און נישט קוקן אויף קיינעם קיינער וועט קיינעם נישט טראגן אין ערגעץ
גיימיר ווי אהין? סאיז נישט דא ווי צו מופן
שטא קיין דירות אין מאנטיסעלאו? דזשערסי סיטי? לינדן? בלומינבערג? אפילו אין גלילות קר"י קעמען טרעפן גאנץ ביליג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
zurich
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:29 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:28 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:40 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
דער טענענט וואס וואוינט אין די אלטע דירה האט אויך בילס צו באצאלן, זיין גראסערי איז אים אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס דארף מען אים פייניגן און ארויפגיין מיט אומדערהערטע סכומים ווען ער צאלט יעדן חודש אין צייט?

ס'איז דא א מיטל וועג. מ'דארף נישט מאכן די טענענט שפירן ווי אן ATM מאשין, ווי הצדיק ר' שלום יוסף זאגט.
סאו יעדער דארף טוהן וואס אים איז גוט, איך דארף באצאלן מיינע ביללס און דו דיינע...
ס'איז דא א מיטל וועג. פינטל.

מ'דארף נישט ארויפגיין מיט אבנארמאלע סכומים.
אויב די קאסט פון קויפן און בויען איז ארויף מיט אבנארמאלע סכומים אן קיין מיטעל וועג דאן באלאנגט אין א ציוולירטע וועלט אז די רענט זאל אויך ארויפגיין אבנארמאל

איז א מענטש האט א חפץ בירושה אן באצאלן דערפאר א רויטע גראצער איז דאס זיין מזל און מעג נאך אלס בעטן רענט לויט וויפל די מארקעט פרייז ( וואס ווערט געשטעלט לויט וויפל עס קאסט צו בויען) איז יעצט

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:35 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:29 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:34 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
וויאזוי קען איך מופן און קויפן א הויז ווען איך האב נישט די מעגליכקייט אוועקצולייגן געלט ווייל מיין לענדלארד גייט יעדע יאר ארויף מיט 200 דאלאר..?
גוטע פראגע, אבער דער לענדלאר קען זיך נישט זארגן פאר דיר, ער דארף זיך זארגן פאר זיך קודם... סאו דו מוף טעמפארערי צו א געגענט וואס איז ביליג, ביז דו קענסט אנזאמלן גענוג געלט צו קויפן...
דעת בעל הבית היפך דעת תורה

קוק וואס ר שמעיה ז"ל זאגט, קוק וואס דיין דעת תורה זאגט אויף די מייקרי שער און ק"י
און ק'י רעד מען פון אראפברענגן די פרייז ביים קויפן, קיינער האט דערווייל נישט גערעד פון די פרייזן ביים דינגן

יעדער פארשטייט אז דאס ארבעט אינאיינעם
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו
110.png
110.png (63.38 KiB) געזען 641 מאל
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

zurich האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:56 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:29 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:28 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:40 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am

דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
דער טענענט וואס וואוינט אין די אלטע דירה האט אויך בילס צו באצאלן, זיין גראסערי איז אים אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס דארף מען אים פייניגן און ארויפגיין מיט אומדערהערטע סכומים ווען ער צאלט יעדן חודש אין צייט?

ס'איז דא א מיטל וועג. מ'דארף נישט מאכן די טענענט שפירן ווי אן ATM מאשין, ווי הצדיק ר' שלום יוסף זאגט.
סאו יעדער דארף טוהן וואס אים איז גוט, איך דארף באצאלן מיינע ביללס און דו דיינע...
ס'איז דא א מיטל וועג. פינטל.

מ'דארף נישט ארויפגיין מיט אבנארמאלע סכומים.
אויב די קאסט פון קויפן און בויען איז ארויף מיט אבנארמאלע סכומים אן קיין מיטעל וועג דאן באלאנגט אין א ציוולירטע וועלט אז די רענט זאל אויך ארויפגיין אבנארמאל

איז א מענטש האט א חפץ בירושה אן באצאלן דערפאר א רויטע גראצער איז דאס זיין מזל און מעג נאך אלס בעטן רענט לויט וויפל די מארקעט פרייז ( וואס ווערט געשטעלט לויט וויפל עס קאסט צו בויען) איז יעצט
מעגן מעג ער.

אבער מענטשליך??? איז דאס נישט.
zurich
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:08 pm
zurich האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:56 am

אויב די קאסט פון קויפן און בויען איז ארויף מיט אבנארמאלע סכומים אן קיין מיטעל וועג דאן באלאנגט אין א ציוולירטע וועלט אז די רענט זאל אויך ארויפגיין אבנארמאל

איז א מענטש האט א חפץ בירושה אן באצאלן דערפאר א רויטע גראצער איז דאס זיין מזל און מעג נאך אלס בעטן רענט לויט וויפל די מארקעט פרייז ( וואס ווערט געשטעלט לויט וויפל עס קאסט צו בויען) איז יעצט
מעגן מעג ער.

אבער מענטשליך??? איז דאס נישט.
אדרבה קום אריין קלאר;

א איד ירשנט היינט א 4 רומיגע דירה, וויפל רענט מעג ער בעטן

0 - $100 - 1000?
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:13 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
די ווייסט אז פיקסן א קליינע זאך אויף די בוילער קאסט 1000$?
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 pm
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:13 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
די ווייסט אז פיקסן א קליינע זאך אויף די בוילער קאסט 1000$?
די ווייסט אז רוב לענדלארדס אין וויליאמסבורג הייסן די טענענט באצאלן די באוילער פראבלעמען?

א חבר מיינע האט לעצטענס געדארפט צאלן 2 אלפים פאר א נייע באוילער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:35 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:29 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:34 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
וויאזוי קען איך מופן און קויפן א הויז ווען איך האב נישט די מעגליכקייט אוועקצולייגן געלט ווייל מיין לענדלארד גייט יעדע יאר ארויף מיט 200 דאלאר..?
גוטע פראגע, אבער דער לענדלאר קען זיך נישט זארגן פאר דיר, ער דארף זיך זארגן פאר זיך קודם... סאו דו מוף טעמפארערי צו א געגענט וואס איז ביליג, ביז דו קענסט אנזאמלן גענוג געלט צו קויפן...
דעת בעל הבית היפך דעת תורה

קוק וואס ר שמעיה ז"ל זאגט, קוק וואס דיין דעת תורה זאגט אויף די מייקרי שער און ק"י

הער וואס ער זאגט ר שלום יוסף אינעם שמועס, איינער פון די מעגא בילדערס/לענדלארס א ביליאנער..האט געקאלט א צווייטער וואס האט געגעבן ריזעבעל פרייזן שרייען די ברענגסט אינטער די מארקעט, פון דעם רעד מען דא..
מיין דעת תורה זאגט אינגאנצן עפעס אנדערש... ער זאגט בוי נישט פאר טייער! ער הייבט אן פון די שורש, די לאטס זאלן גיין ביליגער, פערמיטס שנעלער אין ביליגער, קאנסטראקשן ביליגער... קומט אויס ביליגערע דירות! און ער נוצט זיין כח פון גיבן פערמיטס עס צו ענפארסן...

ער האט נישט געזאגט פאר איינעם וואס האט געקויפט א דירה צו בעטן ביליגער... אין פאקט, ווען איינער האט שוין די פערמיטס קעמען טאקע גארניש טוהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
zurich
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:13 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
ווי אין די וועלט קומט אריין א חילוק צו עס איז שוין לאנג אויסגעצאלט אדער נישט?

איעדע זאך האט א פרייז, עס מאכט 0 אויס וויפל געלד יענער האט
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:13 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
האסט שוין געליינט דאס?
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 10:48 am
אגב איז אינטרעסאנט די מהלך המחשבה פון די חילוק פון א אויסגעצאלטע הויז ביז א נייע.
באנדאס/לעפקאוויטש וכדומה גראסערי בעט אויך 10% ביליגער ווי ראזמעריע און פאאדאא וכדומה ווייל ער האט א אויסגעצאלטע פלאץ און צאלט נישט 100,000 רענט א חודש?
איינער וואס צאלט ביליגער איז מחיוב צו שערן זיין ריווח מיט זיין טענענט?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:40 am
בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:05 am
@וויכטיג מאכער די תורה האט אויך וואס אריינצורעדן דא?
דו באהאנדלטס די נושא כאילו מ'ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיין איד.
דו קענסט נישט אפמאכן אויב יענער זאל מופן אדער נישט. דאס איז בכלל נישט קיין היתר אויף מייקר השער. ס'איז דא פלאץ אין גיהנם פאר יעדע לענדלארד. איים סארי, טו אויס די ביזנעס גלעזער פאר איין מינוט. קוק וויאזוי די געלט איז אנגעקומען צו דיר.

א פראגע? נאר דעת תורה...

יעצט אויב דו ווילסט קום מיט מיר צו א דעת תורה און מעט עס אדורך טוהן...

אויף וויפיל איך האב מיטגעהאלטן עטליכע דיני תורות האט בי"ד גע'פסקט אז דער טענענט זאל באצאלן אדער מופן...

שרייבן דא דיין דעת תורה איז מיר נישט נוגע...
אויב אזוי וואס איז די מערכה און ק"י אויף די בראקערס און די וואס בעטן 500 א ס"פ, ער מעג, ער וויל לעבן באקוועם, און קען בעטן וואס ער וויל, פארוואס האקט מען אויף זיי.
זאג דו מיר איין מענטש וואס גייט אראפ מיט די רענט יעצט? קיינער נישט!

די נייע תקנות אין קר"י זאגט איך גיב נישט קיין פערמיטס נאר פאר עפארדעבל האוזינג! אזוי אין די סיטי באקומסטו נישט קיין 421 אדער אנדערע זאונינג פריווילידזשעס נאר אויב דו בויסט עפארדעבל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:40 am
בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:05 am
@וויכטיג מאכער די תורה האט אויך וואס אריינצורעדן דא?
דו באהאנדלטס די נושא כאילו מ'ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיין איד.
דו קענסט נישט אפמאכן אויב יענער זאל מופן אדער נישט. דאס איז בכלל נישט קיין היתר אויף מייקר השער. ס'איז דא פלאץ אין גיהנם פאר יעדע לענדלארד. איים סארי, טו אויס די ביזנעס גלעזער פאר איין מינוט. קוק וויאזוי די געלט איז אנגעקומען צו דיר.

א פראגע? נאר דעת תורה...

יעצט אויב דו ווילסט קום מיט מיר צו א דעת תורה און מעט עס אדורך טוהן...

אויף וויפיל איך האב מיטגעהאלטן עטליכע דיני תורות האט בי"ד גע'פסקט אז דער טענענט זאל באצאלן אדער מופן...

שרייבן דא דיין דעת תורה איז מיר נישט נוגע...
אין דין תורה זענט איר גערעכט.
האט איר א דעת תורה וועם איר רעספעקטירט און ער איז נישט משעובד צו אייך?
אויב נישטט, איז דאס דער שורש.
אויב יא, אפשר כאפט א שמועס מיט אים וועגן רענט און פאלגט אים.
איך האלט שוין נאכן כאפן א שמיעס... איך טוה אין די נושא פון העלפן מענטשן וואס קענען זיך נישט קאווערן, אדער קענען קוים זיך קאווערן... די דעת תורה זאגט אז די אינגעלייט זאלן מופן!

יעצט זאג דו צו דו האסט גערעדט מיט א דעת תורה...

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:43 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:34 am
אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:48 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
ווייזט אויס אז די האסט נישט אויסגעהערט דעם אינטערוויא אדער עטליעסט נישט די גאנצע. ער רעדט פון צוויי שטארקע נקודות. א) די רענט, וואס אגב דעס וואס דו שרייבסט אז די ס 8 העכערט די פרייזען וואס די ביסט גערעכט דערמיט, אבער דאס איז דא אלס הילף פאר טענענטס (יא, און אויך פאר לענדלארדס אז זיי קענען באקומען מער…) נישט אז דער לענדלארד זאל ארויפגיין פאר א אכטער טענענט נאך מער און יענער גייט קוים ארויס מיט רוח דערפון.
ב) איז א גאר גאר ווייטאגליכע נקודה, און דאס איז די באנעמונג פון געוויסע לענדלארס (ליידער אסאך) צו זייערע טענעטס. פארוואס פירסטו דיך אויף צו יענעם ווי א כלב… ער ארבייט ביטער שווער צו דעקן זיין רענט פאר דיינע רווחים, שריי נישט אויף אים אז ער וואוינט אומזיסט אדער אנדערע נידריגע לאזונגען צו מאכן יענעם פילן ווי דיין עבד.
איך האב לגמרי נישט אויסגעהערט די אינטערוויא, אגב, איך קען ר' שלום יוסף הערשקאוויטש שוין יאאארן, האמער געוואוינט נעקסט הויז... דער איד איז באמת א צדיק פון א איד...

דאס טוישט אבער גארניש! ווילאנג די גאווערמענט טיילט, גייט די קאסט אוו ליווינג ארויף, מעג איך נעמען מער... און ווי געזאגט, דאס טיילן מאכט אנדערע זאלן נישט קענען עפארדן!

חלק ב' איז נישט קיין נייע זאך, סיז ליידער דא אידן וואס ווייסן נישט וויזוי צו דיעלן מיט אנדערע מענטשן... גארניש מיט קיין לענדלארס און טעננענטס...
פליז הער עס אויס. אפשר העסטו פארשטיין אביסל בעסער פון וואס מ'רעדט.
איך דארף נישט הערן ר' שלום יוסף צו קענען די ווילי דירות מצב, איך טוה דערין אסאך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:24 pm
דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:40 am
בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:05 am
@וויכטיג מאכער די תורה האט אויך וואס אריינצורעדן דא?
דו באהאנדלטס די נושא כאילו מ'ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיין איד.
דו קענסט נישט אפמאכן אויב יענער זאל מופן אדער נישט. דאס איז בכלל נישט קיין היתר אויף מייקר השער. ס'איז דא פלאץ אין גיהנם פאר יעדע לענדלארד. איים סארי, טו אויס די ביזנעס גלעזער פאר איין מינוט. קוק וויאזוי די געלט איז אנגעקומען צו דיר.

א פראגע? נאר דעת תורה...

יעצט אויב דו ווילסט קום מיט מיר צו א דעת תורה און מעט עס אדורך טוהן...

אויף וויפיל איך האב מיטגעהאלטן עטליכע דיני תורות האט בי"ד גע'פסקט אז דער טענענט זאל באצאלן אדער מופן...

שרייבן דא דיין דעת תורה איז מיר נישט נוגע...
אין דין תורה זענט איר גערעכט.
האט איר א דעת תורה וועם איר רעספעקטירט און ער איז נישט משעובד צו אייך?
אויב נישטט, איז דאס דער שורש.
אויב יא, אפשר כאפט א שמועס מיט אים וועגן רענט און פאלגט אים.
איך האלט שוין נאכן כאפן א שמיעס... איך טוה אין די נושא פון העלפן מענטשן וואס קענען זיך נישט קאווערן, אדער קענען קוים זיך קאווערן... די דעת תורה זאגט אז די אינגעלייט זאלן מופן!

יעצט זאג דו צו דו האסט גערעדט מיט א דעת תורה...
דעת תורה געזאגט געווארן ברבים האמיר פון הרה״ג ר׳ שמעי׳ גרינבוים זצ״ל וואס איז געברענגט געווארן דא אין אשכול.
דאקטאר-ראבינער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2024 11:41 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטאר-ראבינער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:24 pm
דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:42 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:40 am
בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:05 am
@וויכטיג מאכער די תורה האט אויך וואס אריינצורעדן דא?
דו באהאנדלטס די נושא כאילו מ'ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיין איד.
דו קענסט נישט אפמאכן אויב יענער זאל מופן אדער נישט. דאס איז בכלל נישט קיין היתר אויף מייקר השער. ס'איז דא פלאץ אין גיהנם פאר יעדע לענדלארד. איים סארי, טו אויס די ביזנעס גלעזער פאר איין מינוט. קוק וויאזוי די געלט איז אנגעקומען צו דיר.

א פראגע? נאר דעת תורה...

יעצט אויב דו ווילסט קום מיט מיר צו א דעת תורה און מעט עס אדורך טוהן...

אויף וויפיל איך האב מיטגעהאלטן עטליכע דיני תורות האט בי"ד גע'פסקט אז דער טענענט זאל באצאלן אדער מופן...

שרייבן דא דיין דעת תורה איז מיר נישט נוגע...
אין דין תורה זענט איר גערעכט.
האט איר א דעת תורה וועם איר רעספעקטירט און ער איז נישט משעובד צו אייך?
אויב נישטט, איז דאס דער שורש.
אויב יא, אפשר כאפט א שמועס מיט אים וועגן רענט און פאלגט אים.
איך האלט שוין נאכן כאפן א שמיעס... איך טוה אין די נושא פון העלפן מענטשן וואס קענען זיך נישט קאווערן, אדער קענען קוים זיך קאווערן... די דעת תורה זאגט אז די אינגעלייט זאלן מופן!

יעצט זאג דו צו דו האסט גערעדט מיט א דעת תורה...
אנטשולדיגט איך האב געמיינט אז איר זענט א לענדלארד ווייל געווענטלעך שרייען די לענדלארדס מוף אוועק.
איר זענט גערעכט. פאר דעם שוכר זאגט דעת תורה מוף, און פאר׳ן משכיר זאגט עס טרינק נישט קיין בלוט!
אודות האשה הכושית...כי אשה כושית לקח
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

עס איז דא איין עצה,

מוף! מוף! און מוף!
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:13 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:03 pm
פאר יעדער וואס איז זייער שטארק מקנא די לענדלארדס, א איד וואס האט א בנין מיט בערך 110 קליינע דירות, ער בעט 2300 פער דירה אבער גייט נישט כמעט ארויף מיט אלטע טענענטס, זיין טעקס אליינס איז כמעט $5000 א יאר פער דירה,דאס איז חוץ הייצונג, וואסער, עלעוועיטאר, אינשורענס וכו וכו וכו

110.png
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט א אלטע בראונסטאון אין אלט וויליאמסבורג וואס האט עס באקומען בירושה און איז שוין לאנג אויסגעצאלט, און בעט פאר א פיצקעלע 2 בעדרום דירה "$3200"? וויפיל איז זיין טעקס?

איך וויל באמת וויסן, איך קען נישט די טעקס פרייזן.
סאו א איד וואס באקומט בירושה פון זיין טאטן עפעס, דארף ער עס שעירן מיט דיר? אויב דאס איז די מארקעט פרייז פארוואס דארף ער זיין ביליגער?

אוודאי מעג ער, אבער אפשר איז דאס זיין ריטייערמענט פלאן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”