רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:34 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
וויאזוי קען איך מופן און קויפן א הויז ווען איך האב נישט די מעגליכקייט אוועקצולייגן געלט ווייל מיין לענדלארד גייט יעדע יאר ארויף מיט 200 דאלאר..?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
ווייזט אויס אז די האסט נישט אויסגעהערט דעם אינטערוויא אדער עטליעסט נישט די גאנצע. ער רעדט פון צוויי שטארקע נקודות. א) די רענט, וואס אגב דעס וואס דו שרייבסט אז די ס 8 העכערט די פרייזען וואס די ביסט גערעכט דערמיט, אבער דאס איז דא אלס הילף פאר טענענטס (יא, און אויך פאר לענדלארדס אז זיי קענען באקומען מער…) נישט אז דער לענדלארד זאל ארויפגיין פאר א אכטער טענענט נאך מער און יענער גייט קוים ארויס מיט רוח דערפון.
ב) איז א גאר גאר ווייטאגליכע נקודה, און דאס איז די באנעמונג פון געוויסע לענדלארס (ליידער אסאך) צו זייערע טענעטס. פארוואס פירסטו דיך אויף צו יענעם ווי א כלב… ער ארבייט ביטער שווער צו דעקן זיין רענט פאר דיינע רווחים, שריי נישט אויף אים אז ער וואוינט אומזיסט אדער אנדערע נידריגע לאזונגען צו מאכן יענעם פילן ווי דיין עבד.
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:31 am
המעוררים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 7:02 pm
די וואס בויען נייע דירות קען מען נאך אפשר פארשטיין אביסל, אבער די אלטע אויסגעצאלטע דירות איז א אומדערהערטע עוולה!!!
דער וואס האט אלטע דירות האט אויך ביללס צו באצאלן, זיין גראסערי איז עם אויך ארויף, זיין לעבן קאסט עם מער, פארוואס טאר ער נישט ארויפגיין?

די גאווערמענט שיקט געלט, גייען פרייזן ארויף!
די רענט פרייזן אין וויליאמס בורג זענען ארויף פערצענטואל סאך מער ווי גראסערי און אנדערע זאכן
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:34 am
ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:14 am
מ'דארף רידערן!! ווי איז יואליש פעלזן..? ַַס'איז נישט נארמאל וואס גייט לעצטנס פאר אין וויליאמסבורג. געהערט פון עטליכע אירע וואס די לענדלארדס זייערע זענען יעצט ארויף מיט שווערע אינקריסעס אלס מיטן טענה אז דאס לעבן זייערע איז ארויף..

לענדלארד טייערע: מיין לעבן איז אויך ארויף! און ניין, איך פארמאג נישט א אויסגעצאלטע הויז ווי דיר!!

נ.ב. איך רעד פון די אלטע וויליאמסבורגע הייזער וואס זענען שוין לאנג אויסגעצאלט. די נייע הייזער איז א שמועס פאר זיך

אויב דיין לעבן איז צו טייער פאר די געגענט מאף! א איד וואס האט געקויפט א דירה 30 יאר צוריק מיטן חשבון צו קענען רעטייערן דערפון... זיין גראסערי איז עם ארויף, ער קעניש באקומען נאך פוד סטעמפס... פארוואס זאלער נישט בעטן מער? אז מענטשן באצאלן?

פארוואס באצאלן מענטשן, ווייל סיז דא קאמפעטישן, יעדער וויל די זעלבע 100 דירות... וויזוי קעמען קאמפיעטן? איינער מיט געלט און איינער מיט סעקשן 8...

באדדעם ליין, די גאווערמענט סובסעדיס העלפט קיינעם נישט! ס'מאכט נאר שאדן פאר די וואס האבן עס נישט...
וויכי בינעך נישט גערעכט מיט מיין אלטע תגובה
viewtopic.php?p=4449479#p4449479
לויב האט געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 11:55 am
סראלי האט געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 11:14 am
לויב האט געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 10:37 am
איך פארשטיי נישט די מערכה די עמך איד קען נישט עפארדן די פרייזן סאו משלאגט זיך די נגידים זאלן מען זיי צישטעלן זייערע נגידישע צרכים
די דירות גייען נאר נגידים סיי ווי קענען עפארדן. זאלן כאטש אידן וואוינען דארטן אנשטאט ערלים
אטעטשמענטס
Screenshot_20240815-010353~2.png
Screenshot_20240815-010353~2.png (55.13 KiB) געזען 1340 מאל
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

Megillah
Page 17a
מָה רָאוּ לוֹמַר בִּרְכַּת הַשָּׁנִים בִּתְשִׁיעִית? אָמַר רַבִּי אֲלֶכְּסַנְדְּרִי: כְּנֶגֶד מַפְקִיעֵי שְׁעָרִים, דִּכְתִיב: ״שְׁבוֹר זְרוֹעַ רָשָׁע״, וְדָוִד כִּי אַמְרַהּ — בִּתְשִׁיעִית אַמְרַהּ.

רש"י

שבור זרוע רשע: אלו המייקרין את התבואה ומפקיעין את השער וממאי דבמפקיעי שערים כתיב דכתיב בההיא פרשתא יארב במסתר כאריה בסוכו יארוב לחטוף עני וכי הליסטים אורב את העני והלא את העשיר הוא אורב אלא במפקיעי שערים הכתוב מדבר שרוב דעתם לעניים הוא וקא בעי דוד רחמי עלה דמילתא שבור זרוע רשע ותן שובע בעולם ובכך זרועו שבור ורע תדרוש רשעו בל תמצא וזה שהיה בדעתו להיות רשע כשתדרוש רשעו לא תמצא עולה שלא הספיק לעשותה:
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:25 am
ר שלום יוסף מעג אזוי רעדן ווייל איך בין 100% אז ער מיט זיין אויסטערלישע לב טוב וואלט זיכער נישט געהעכערט פאר זיינע טענענטס אבער אנדערע וואס שרייען דא, ווילאנג זיי זענען נישט קיין לענדלערס דארפן זיי גוט גוט אריינטראכטן מיט א אמת פאר זיי שרייען, ווען דו האסט ווען א 2 בעדרום דירה וואס יענער צאלט 1800 און יעצט איז די פרייז 3000 צו וואלסט געהעכערט מיט עט ליעסט 4-5 הונדערט דאלער ביי ענד פון די ליעס!! פלעין טראכט
איך ביו נישט קיין לענדלארד
ביסט מסביר די גרויסקייט פון די נסיון.
האסט שוין איימאל געזען א היתר אויף עפעס צוליב די גרויסקייט פון די נסיון?

@וויכטיג מאכער די תורה האט אויך וואס אריינצורעדן דא?
דו באהאנדלטס די נושא כאילו מ'ברענגט נישט קיין שאדן פאר קיין איד.
דו קענסט נישט אפמאכן אויב יענער זאל מופן אדער נישט. דאס איז בכלל נישט קיין היתר אויף מייקר השער. ס'איז דא פלאץ אין גיהנם פאר יעדע לענדלארד. איים סארי, טו אויס די ביזנעס גלעזער פאר איין מינוט. קוק וויאזוי די געלט איז אנגעקומען צו דיר.
אוועטאר
Presidential Estates
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

איינער קען העלפן?
ס'איז דא א משכיר און א שוכר, מ'וויל אבער וויסן די פרייז. ווי קען איך שאצן א פרייז?
איז דא א בראוקער וואס שאצט א פרייז אפילו כ'האב שוין א שוכר?
דאקטאר-ראבינער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2024 11:41 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטאר-ראבינער »

למעשה, דער ”שיינער איד” וועלכער קומט אין סמעדרעש, מיט טאשן אנגעפילט מיט אידיש בלוט, און גיבט פאר ר’ שמעון אופק 180, און פאר די לוחמי מלחמות ה’ אין ירושלים 250, וכו’ וכו׳ מיינט אז ער קויפט זיך איין עולם הבא.
ער זאל פרעגן דעת תורה, איינער וואס איז נישט משעובד צו אים, וואס איז א גרעסערער מצוה.
עס קען זיין א מצוה הבאה בעבירה. אזוי דער פסוק דארט זאגט טאקע.
ביים קראך יארע 08 למספרם, איז הרב ר”ש, א גרויסער בעל צדקה, אריין צו ר׳ חיים קאניעווסקי, און זיך אויסגעוויינט אז ער האט פארלוירן 400 מיליאן דאללאר.
ר׳ חיים האט אים געענפערט, ווער האט אייך געזאגט אז איר מעגט האבן 400 מילליאן דאללאר ליגן!
איך קען אן עלטערער איד מיט עטליכע דירות אין ב”פ, ער האט קיינמאל נישט געהעכערט די רענט אויף א טענענט. ער האט מיך געזאגט אז ער רעכנט עס אראפ פון מעשר! מיט א היתר פון א דיין! דער איד זאגט מיט א רואיקייט,ידי לא שפכו את הדם הזה!
צום שלוס, איך שעלט נישט, אבער איר אלע לענדלארדס וואס מוטשענען זיך יעצט מיט דעם ריעל עסטעיט מארקעט און אלס תוצאה טרינקען זיי דאס בלוט פון אחב”י, קען זיין אז איר כאפט נישט דעם רמז פון הימל? אפשר ווען איר וועט אויפהערן פייניגן אידן, וועט דער מארקעט זיך סטאבליזירן?
און אויב עס סטאבילירט זיך נישט? אידיש בלוט איז נאכאלץ אסור!
אודות האשה הכושית...כי אשה כושית לקח
אוועטאר
געוואלטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:17 am

אוי וויי דער מעסעדש דארף ווען געהערט ווערן אין אלע עקן וועלט
נקוט האי כללא בידך: די עקסטרעים פון רעכט איז ראסיזעם וואס טויג נישט פאר אידן און די עקסטרעים לינק איז גזירות נגד הדתווי מזעהט ליידער איבער די וועלט לעצטענס
יוחנן ווייס
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:43 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן ווייס »

דאקטאר-ראבינער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:17 am
למעשה, דער ”שיינער איד” וועלכער קומט אין סמעדרעש, מיט טאשן אנגעפילט מיט אידיש בלוט, און גיבט פאר ר’ שמעון אופק 180, און פאר די לוחמי מלחמות ה’ אין ירושלים 250, וכו’ וכו׳ מיינט אז ער קויפט זיך איין עולם הבא.
ער זאל פרעגן דעת תורה, איינער וואס איז נישט משעובד צו אים, וואס איז א גרעסערער מצוה.
עס קען זיין א מצוה הבאה בעבירה. אזוי דער פסוק דארט זאגט טאקע.
ביים קראך יארע 08 למספרם, איז הרב ר”ש, א גרויסער בעל צדקה, אריין צו ר׳ חיים קאניעווסקי, און זיך אויסגעוויינט אז ער האט פארלוירן 400 מיליאן דאללאר.
ר׳ חיים האט אים געענפערט, ווער האט אייך געזאגט אז איר מעגט האבן 400 מילליאן דאללאר ליגן!
איך קען אן עלטערער איד מיט עטליכע דירות אין ב”פ, ער האט קיינמאל נישט געהעכערט די רענט אויף א טענענט. ער האט מיך געזאגט אז ער רעכנט עס אראפ פון מעשר! מיט א היתר פון א דיין! דער איד זאגט מיט א רואיקייט,ידי לא שפכו את הדם הזה!
צום שלוס, איך שעלט נישט, אבער איר אלע לענדלארדס וואס מוטשענען זיך יעצט מיט דעם ריעל עסטעיט מארקעט און אלס תוצאה טרינקען זיי דאס בלוט פון אחב”י, קען זיין אז איר כאפט נישט דעם רמז פון הימל? אפשר ווען איר וועט אויפהערן פייניגן אידן, וועט דער מארקעט זיך סטאבליזירן?
און אויב עס סטאבילירט זיך נישט? אידיש בלוט איז נאכאלץ אסור!
צום פינטעל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9770
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דער עולם באקט דא פרישע "דעת תורה" ווי פיצא מוצאי פסח. נישטא אזא הלכה אז ווען איינער קען באקומען מער פאר זיין פראדוקט דארף ער עס גיבן פאר ביליג. מייקר השערה איז נאר ווען איינער האט א מאנאפאלי אדער ס'נעמען זיך צאם עטליכע צו מאכן א מאנאפאלי און מ'גייט ארויף מיטן פרייז פאר עפעס וואס דער עולם מוז האבן.

יעדער פארשטייט אז פאר א גוטע זיץ אין בית מדרש מעג מען בעטן מער, אפילו טאמער דער וואס דארף דאס מיטשעט זיך צו דעקן דעם חודש.

חוץ מזה, וויאזוי קען מען דן זיין איינעם, די האסט אן אויסגעצאלטע הויז וכו', ווייסט וויפול קאסט צו מעינטענען אן אלטע הויז? וואספארא צרות מ'קען אויסשטיין פון די בילדינג דעפארטמענט? ווען די לענדלארד באקומט א ווייאלעישן און דארף אריינלייגן 50 אלפים עס צו פאררעכטן, וויל די טענענט אויך ווערן א שותף?
יעדע לענדלארד נעמט א ריסק און ס'דארף אים זיין ווערד די ריסק.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ס׳איז לײדער זײער א װײטאגליכע אין אמת׳ע נושא װאס הר״ר שלום יוסף שליט״א ברענגט ארױס, אבער לדעתי איז סאך מער װײטאגלעך אז עלטערען נעמען זײער 18 יעריגע חתנים אין כלות אין לײגן זײ לכתחילה ארײן אין א דירה װאס זײערע קינדער קענען בכלל נישט אפארדען, מײן אשת חיל ארבעט אין א מענעדשזמענט קאמפעני פון גראדע זײער אן ארענטליכע בעה״ב אין װען א דירה װערט אבעילעבל באקימט מען צענדליגע פאון קאולס פון מענטשען װאס דארפען עס פאר זײערע קינדער אין בדרך כלל גײט צי די קאול װי פאלגענד: א גיטן װיפיל איז די רענט פון די דירה? ענטפערט די אפיס די פרײז זאגט דער קאולער איך גיב אײך מיט 2-3 הונדערט דאללער מער אבער גיבט עס פאר מיר, אין קאמיש איז אז די װײנענדיגע קאולס װאס הר׳ר שלום יוסף באקימט אז מ׳העכערט זײער רענט האבן בכלל נישט געװיינט װען זײערע עלטערען האבן זײ ארײנגעצװינגען אין זײער דירה אין נאכדערצי האבן זײ געאפערט א העכערע פרײז װי װאס די לענדלארד האט געבעיטען, כ׳מאך ח״װ נישט אװעק די צדיק ר׳ שלום יוסף אין די װײטאגליכע פראבלעים װאס ער ברענגט ארױס נאר כ׳לײג פושט צי אז די װײטאג הײבט זיך שױן אן סאך פריער װי װאס ער גיבט אן
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
דאקטאר-ראבינער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2024 11:41 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטאר-ראבינער »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 8:53 am
דער עולם באקט דא פרישע "דעת תורה" ווי פיצא מוצאי פסח. נישטא אזא הלכה אז ווען איינער קען באקומען מער פאר זיין פראדוקט דארף ער עס גיבן פאר ביליג. מייקר השערה איז נאר ווען איינער האט א מאנאפאלי אדער ס'נעמען זיך צאם עטליכע צו מאכן א מאנאפאלי און מ'גייט ארויף מיטן פרייז פאר עפעס וואס דער עולם מוז האבן.

יעדער פארשטייט אז פאר א גוטע זיץ אין בית מדרש מעג מען בעטן מער, אפילו טאמער דער וואס דארף דאס מיטשעט זיך צו דעקן דעם חודש.

חוץ מזה, וויאזוי קען מען דן זיין איינעם, די האסט אן אויסגעצאלטע הויז וכו', ווייסט וויפול קאסט צו מעינטענען אן אלטע הויז? וואספארא צרות מ'קען אויסשטיין פון די בילדינג דעפארטמענט? ווען די לענדלארד באקומט א ווייאלעישן און דארף אריינלייגן 50 אלפים עס צו פאררעכטן, וויל די טענענט אויך ווערן א שותף?
יעדע לענדלארד נעמט א ריסק און ס'דארף אים זיין ווערד די ריסק.
גערעכט. אבער מען רעדט דא פון אידיש בלוט!
וואלט איר געוואלט אז אייער ריעל עסטעיט ביזנעס זאל באשיינען אייער מציבה?
אויב נישט קענט עס נאך פארעכטן!
און בד’’וו, האט איר געפרעגט א רב?
אודות האשה הכושית...כי אשה כושית לקח
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

אז מען איז שוין תלמידי חכמים דא קען איך אויך צולייגן.

דינא דמלכותא דינא, געזעצליך דארפסטו נישט צאלן מער ווי א 5% העכערונג, און דיין לענדלארד קען גארנישט טון אויב די צאלסט נישט מער.

(נאר אויב דיין לענדלארד אונט מער ווי 10 דירות)
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Wow a1 האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:38 am

אין צי צולײגען אז געזעצליך אין ע״פ דינא דמלכותא דינא דארף מען נישט װאױנען אין שטאט
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:42 am
Wow a1 האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:38 am
אז מען איז שוין תלמידי חכמים דא קען איך אויך צולייגן.

דינא דמלכותא דינא, געזעצליך דארפסטו נישט צאלן מער ווי א 5% העכערונג, און דיין לענדלארד קען גארנישט טון אויב די צאלסט נישט מער.

(נאר אויב דיין לענדלארד אונט מער ווי 10 דירות)
אין צי צולײגען אז געזעצליך אין ע״פ דינא דמלכותא דינא דארף מען נישט װאױנען אין שטאט
און אויב איינער קען צוליב איזה סיבה נישט מופן (למשל איינער פון די עלטערן זענען ליידער נישט געזונט) דארף מען אים אויסצאפן די בלוט..?
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:53 am
abeg האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:42 am
Wow a1 האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:38 am
אז מען איז שוין תלמידי חכמים דא קען איך אויך צולייגן.

דינא דמלכותא דינא, געזעצליך דארפסטו נישט צאלן מער ווי א 5% העכערונג, און דיין לענדלארד קען גארנישט טון אויב די צאלסט נישט מער.

(נאר אויב דיין לענדלארד אונט מער ווי 10 דירות)
אין צי צולײגען אז געזעצליך אין ע״פ דינא דמלכותא דינא דארף מען נישט װאױנען אין שטאט
און אויב איינער קען צוליב איזה סיבה נישט מופן (למשל איינער פון די עלטערן זענען ליידער נישט געזונט) דארף מען אים אויסצאפן די בלוט..?
ח״װ
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

א בלוטיגע נושא.

ס'גיסט זיך בלוט אין אלע גאסן, טויזענטער ליידן אין שווייגעניש. ס'איז א ביטערע גזירה. דאס איז וואס ס'איז, א גזירה. מען ברויך רידערן א וועלט און מאכן אווערנעס ווי מען רופט עס.

מען מאכט היינט אווערנעס אויף מענטל העלט, רבותי עס דרייען זיך ארום טויטע אינגערלייט און האלב צורידערטע ווייבער מיט דאגות בייטאג און ביינאכט. מען זיצט אין א פיצעלע דירה מיט 4-5-6-7 קינדער ווייל מען קען זיך נישט ערלויבן צו מופן. די מצב איז ביטער.

מען דארף ארויסמופן דעם עולם אדער טון אנדערע שריט. מענטשן ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט צו צאלן רענט. מען לויפט ארום פארסאפעט, אן קיין קאפ, אן קיין מנוחה, און די קאלענדער האלט און איין אויפמישן צום ערשטן.

איך קען אינגערלייט וואס האבן נארמאלע פרנסות און זיי שפירן דעם עני חשוב כמת. זיי שפירן זיך ווי ביים טויט מארש וואס מען גייט און מען גייט מיט די לעצטע כוחות אלעס נאר איבערצולעבן.

זיי פרעגן אבער שטילערהייט, וואס בוי איך דא? איך גיס אויס שווערע געלטער יעדע חודש, פארוואס? איך קום אהיים צו א פיצל הויז וואס פליהט ווייל גארנישט האט נישט קיין פלאץ. די ווייב איז נערוועז און האט נישט קיין רגע מנוחה. זי שפירט ווי זי לויפט אויך אינעם געיעג, א קליינע דירה ווערט שנעל שמוציג אבער זאכן מוזן אנגיין...

טאטעס האבן נישט קיין איבריגע אטעם צו אועקגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר די קינדערלעך. אבער שוין, די חדר וועט זיי שוין מחנך זיין, ווי נישט ווי זענען זיי דאך קרבנות עולה פאר די הייליגע סיסטעם.

מען גייט צו שמחות, מען זיצט ביי וואכנאכטס, מען טאנצט ביי חתנות און מען געבט געלט פאר וואוילטעטיגע ארגינעזאציעס. אלעס שמייכלט, אלעס איז גוט, לאז געמאכט... אבער דאס הארץ בלוטיגט, גופים דרייען זיך ארום אינעם שדים טאנץ אן קיין גייסט און זענען נישט דעם ענד פונעם לאנגן שווארצן טונעל...

אויב מיינט איר אז איך האב אפילו איבערגעטריבן א משהו, דאן האט איר נאך קיינמאל געשפירט דאס וואס טויזענטער גייען לייידער אריבער. טייערע ברודער וועקט אייך אויף, ס'ברענט א פייער!
קוה אל השם רבותי
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

Wow a1 האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:38 am
אז מען איז שוין תלמידי חכמים דא קען איך אויך צולייגן.

דינא דמלכותא דינא, געזעצליך דארפסטו נישט צאלן מער ווי א 5% העכערונג, און דיין לענדלארד קען גארנישט טון אויב די צאלסט נישט מער.

(נאר אויב דיין לענדלארד אונט מער ווי 10 דירות)
נישטא אזא געזעץ אויף אלטע וויליאמסבורגער 4 פאמיליעס, פינטל.

און אגב די געזעץ פאר גרעסערע בילדינגס איז א נייע און 5% פלאסאינפלעישן וואס קומט אויס כמעט 10%, כמעט קיינער גייט נישט ארויף מער ווי 10% יעדע יאר

חוץ פון דעם האלטן אסאך בתי דינים אז עס איז נישט דא דינא דמלכותא ביי די הייזער געזעצן, ואכמ"ל
אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

איינער ווייסט אויב די ארטיסן האבן סעקשאן 8?

כ'זע די פרייזן גייען דארט שטארק ארויף...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

אגב איז אינטרעסאנט די מהלך המחשבה פון די חילוק פון א אויסגעצאלטע הויז ביז א נייע.
באנדאס/לעפקאוויטש וכדומה גראסערי בעט אויך 10% ביליגער ווי ראזמעריע און פאאדאא וכדומה ווייל ער האט א אויסגעצאלטע פלאץ און צאלט נישט 100,000 רענט א חודש?
איינער וואס צאלט ביליגער איז מחיוב צו שערן זיין ריווח מיט זיין טענענט?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

בסד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:58 am
קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:25 am
ר שלום יוסף מעג אזוי רעדן ווייל איך בין 100% אז ער מיט זיין אויסטערלישע לב טוב וואלט זיכער נישט געהעכערט פאר זיינע טענענטס אבער אנדערע וואס שרייען דא, ווילאנג זיי זענען נישט קיין לענדלערס דארפן זיי גוט גוט אריינטראכטן מיט א אמת פאר זיי שרייען, ווען דו האסט ווען א 2 בעדרום דירה וואס יענער צאלט 1800 און יעצט איז די פרייז 3000 צו וואלסט געהעכערט מיט עט ליעסט 4-5 הונדערט דאלער ביי ענד פון די ליעס!! פלעין טראכט
איך ביו נישט קיין לענדלארד
ביסט מסביר די גרויסקייט פון די נסיון.
האסט שוין איימאל געזען א היתר אויף עפעס צוליב די גרויסקייט פון די נסיון?
דו ברענג מיר א איסור וועל איך דיר ברענגען א היתר!
אגב, יעדע מציאות איז אנדערש, מיין טאכטער וואוינט ערגעץ, די לענדלארד איז ארויף מיט 700 דאלער פון ווען איך האב געטראכט צו נעמען די דירה ביז איך האב עס גענומען, איך פארשטיי אים 100%, איך ווייס אז דאס איז זיין פרנסה, אהן דעם האט ער נישט צו לעבן בהרחבה, און ער איז נישט מחויב צו לעבן בצמצום און אוועקגעבן אפאר 100 דאלער א חודש פאר יענעם.
אוודאי איז דא גבירים מיט אויסגעצאלטע בילדינגס, וואס אגב ווער עס ווייסט נישט מיינט אז מען מאכט גאר אסאך געלט אויף דעם, ער זאל נאר קוקען די פראפערטי טעקס ביל ווי עס קען ארויפגיין מיט 30% אין איין יאר, סאו בעסיקלי איטס א קעיס ביי קעיס
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

במחילה מכבוד תורתך הק', איך וואוין אויך אין וויליאמסבורג, איך צאל אויך א פעטע צודרייטע אומפארפארצינאלער רענט פרייז אבער ביטע ליינט מיין תגובה.
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:58 am
א בלוטיגע נושא.

ס'גיסט זיך בלוט אין אלע גאסן, טויזענטער ליידן אין שווייגעניש. ס'איז א ביטערע גזירה. דאס איז וואס ס'איז, א גזירה. מען ברויך רידערן א וועלט און מאכן אווערנעס ווי מען רופט עס.

מען מאכט היינט אווערנעס אויף מענטל העלט, רבותי עס דרייען זיך ארום טויטע אינגערלייט און האלב צורידערטע ווייבער מיט דאגות בייטאג און ביינאכט. מען זיצט אין א פיצעלע דירה מיט 4-5-6-7 קינדער ווייל מען קען זיך נישט ערלויבן צו מופן. די מצב איז ביטער.

מען דארף ארויסמופן דעם עולם אדער טון אנדערע שריט. מענטשן ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט צו צאלן רענט. מען לויפט ארום פארסאפעט, אן קיין קאפ, אן קיין מנוחה, און די קאלענדער האלט און איין אויפמישן צום ערשטן.

איך קען אינגערלייט וואס האבן נארמאלע פרנסות און זיי שפירן דעם עני חשוב כמת. זיי שפירן זיך ווי ביים טויט מארש וואס מען גייט און מען גייט מיט די לעצטע כוחות אלעס נאר איבערצולעבן.

זיי פרעגן אבער שטילערהייט, וואס בוי איך דא? איך גיס אויס שווערע געלטער יעדע חודש, פארוואס? איך קום אהיים צו א פיצל הויז וואס פליהט ווייל גארנישט האט נישט קיין פלאץ. די ווייב איז נערוועז און האט נישט קיין רגע מנוחה. זי שפירט ווי זי לויפט אויך אינעם געיעג, א קליינע דירה ווערט שנעל שמוציג אבער זאכן מוזן אנגיין...

טאטעס האבן נישט קיין איבריגע אטעם צו אועקגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר די קינדערלעך. אבער שוין, די חדר וועט זיי שוין מחנך זיין, ווי נישט ווי זענען זיי דאך קרבנות עולה פאר די הייליגע סיסטעם.

מען גייט צו שמחות, מען זיצט ביי וואכנאכטס, מען טאנצט ביי חתנות און מען געבט געלט פאר וואוילטעטיגע ארגינעזאציעס. אלעס שמייכלט, אלעס איז גוט, לאז געמאכט... אבער דאס הארץ בלוטיגט, גופים דרייען זיך ארום אינעם שדים טאנץ אן קיין גייסט און זענען נישט דעם ענד פונעם לאנגן שווארצן טונעל...

אויב מיינט איר אז איך האב אפילו איבערגעטריבן א משהו, דאן האט איר נאך קיינמאל געשפירט דאס וואס טויזענטער גייען לייידער אריבער. טייערע ברודער וועקט אייך אויף, ס'ברענט א פייער!
אייער טערמינעלאגיע איז זייער גוט ווען איר וואלט גערעדט צב"ש פון די חתונה מאכן גזירה, אויף דעם וואלט איר בצדק ובשופי געקענט זיך אויסדריקן מיט אלערליי שרעקעדיגע לשונות ווי מחול שדים טויט מארש און נהרות דם וואס פליעסן בחוצות העיר.

אבער במטותא מינייכו - ווען עס קומט צו רענט פרייזן זענט איר נישט גערעכט.

א טויטער באגראבט מען בלויז ווייל ער לאזט זיך.

איר האט א פראבלעם מיט די פרייזן? ציעט אייך אריבער ערגעץ אנדערש.

די אידן וואס זענען געגאנגען ביים טויט מארש וואלטן געחלש'ט צו האבן די פריווילעגיע צו מופן קיין מאנסי/מאנטיסעלא/טעמפא/אררט....

די שטאטישע לייט וואס קענען נישט ארויס גיין פון זייער באקוועמע ארט - דאס מאכט נאכנישט די בע"ב פאר רוצחים און בלוט דארשטיגע חיות, זיי מאכן געלט און האבן אויך אסאך הוצאות וואס די צודרייטע סטעיט פארלאנגט פון זיי.
און אפי' ווען זיי מאכן ווען יא ריזיגע געלטער על חשבון אחב"י [ואני בתוכם] קען מען נאכאלץ נישט נוצן די אויסדרוקן ווי בלוט פארגיסונג און טויטע אינגעלייט שפאצירן אויף די גאסן.

אתכם הסליחה אבער איינער וואס בלייבט וואוינען דא בלויז ווייל נכנסה בו רוח שטאט - איז זיך אליינס שולדיג. [יא, איך בין אויך פון די באקוועמע שולדיגע וואס זענען מכשיל די גבירים אין גניבה גזילה ומעילה בהקדש]

איך ווייס אז מיין דאזיגע תגובה גייט אויפברויזן מאנכע דא אויפן וועלטל - אבער ביטע ארויסקריכן פון די אייגענע ד' על ד' און אויך איינערקענען אין די אייגענע חסרונות און נישט נאר אריין קוקן אין די טינטעד ווינדאוס פון די לענלערדס קעדילעק צו זוכן זיינע חסרונות...

איך אליינס לא חשכתי משבט לשוני אין די וויליאמסבורג אשכול - איך האב מיך שוין אויך אפגערעדט אויף די בע"ב וואס טראכטן נישט אויף די המון עם - אבער צו קומען און שרייען ידינו לא שפכו און הזדעזעי ארץ - זייט מוחל און מופט אוועק ת"ק פרסה און שלום על ישראל.

די אלע טענות אז יונגע פארפעלקער דארפן וואוינען נעבן די עלטערן - איז הבל ורעות רוח, אויב די עלטערן זארגן זיך טאקע זאלן זיי אויך אוועק מופן פון די ארץ גזירה.

וויינען און קלאגן איז די פריווילעגיע וואס נאר די אומבאהאלפענע לאגער אידן האבן געהאט, אונז אלע קענען אוועק מופן לכל תפוצות תבל.

בברכת א גוטן יישוב!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול

צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

רב @ראטשילד ווי עס שיינט באציהט איר זיך נישט צו מיין תגובה, ווייל אויב יא שטימען נישט אייערע טענות. ס'איז א ביטערע גזירה און אלעס וואס כ'האב געשריבן איז אמת, ביודעי ומכירי קאמינא. קוקט איבער מיין תגובה און צייגט מיר וואו איך האב ח"ו געהאט טענות אויף איינעם און גערופן א איד רוצח.

כ'האב סך הכל געשריבן אז מען דארף רידערן ווייל א פייער ברענט. ביטע מאך נישט דעם פייער אויסזען קילער.

די וואס האבן יענע מעשה קענען אויך פראבירן אליינס צו טרעפן דאקטורים אבער פארט האבן מיר אן אריגינזאציע. די צרה פון דירות דארף ווערן באהאנדלט ווי גזירה און דער פראבלעם דארף ווערן אדרעסירט.
קוה אל השם רבותי
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”