היסטאריע: קובאנער מיסל קריזיס
די צוויי אומסטאבילע לענדער, אינדיע און פאקיסטאן, שלאגן זיך יארן לאנג אויף די "קאשמיר" טעריטאריע יעדער שרייט כולו שלי, יעדער געדענקט ליידער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין אינדיע וועלכע איז געקומען פון טעראריסטישע באנדעס אין פאקיסטאן, אבער די אנגעצויגנקייט איז געווארן אסאך מער, ווען ביידע לענדער זענען געווארן נוקלעארע מאכטן, יעדער פון זיי קען אנהויבן א נוקלעארע מלחמה! די וועלט האלט שוין יעצט אסאך א נאנטערע אויג אויף די אנטוויקלונגען.
אין די שפעטע 1900'טער יארן איז אנטשטאנען א מצב צווישן די דאן צוויי וועלט גרויסמאכטן אמעריקע און די סאוויעטישע פאראיין אין וועלכע יעדער פון זיי האט געוואלט ווייזן שטארקייט און מאכט, די וועגן דאס צו עררייכן זענען געווען עטליכע.
די רוסן האסן פארמאגט שפיאנען אין אמעריקע דורך וועלכע זיי האבן געגאנבעט די סודות פון די אטאם, אבער אפילו אנדעם וואלטן זיי גאנץ ווארשיינליך צוגעקומען צו נוקלעארע וואפן דורך זייערע אייגענע פארשונגען, נאכמער, גאר אנהויב איז עס נישט געווען אזא סוד און אלע פארשער האבן געטיילט די אינפארמאציע צווישן זיך, אזוי אז יעדער האט געהאט צוטריט דערצו.
די ערשטע מאל וואס מען האט געזען די כח פון די אטאם איז געווען ווען אמעריקע האט געווארן צוויי אטאם באמבעס אויף יאפאן, דאס איז געווען סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה אין יאר 1945 ווען די יאפאנער זענען געווען די איינציגסטע צו בלייבן מיט די געווער אין די הענט, אמעריקע וואס האט זיך געהאט צוזאמגעליטן פון זיי צוליב די "קאמיקאזי זעלבסטמאר אטאקעס" זענען שוין געווען זאט פון זיי און אראפגעלאזט א אטאם באמבע וועלכע האט נאכאלס נישט געהאט די ריכטיגע אפעקט, אבער נאכן באקומען א צווייטע, האט יאפאן זיך אונטערגעגעבן און געשריבן אן אפמאך מיט אמעריקע.
ווי מען זאגט היינט האט אפילו דאן פרעזידענט "טרומאן" נישט געוואוזט ווי מאכטפול די באמבע איז! עס איז געווארפן געווארן צוויי באמבעס, די ערשטע אויף היראשימא און די צווייטע אויף נאגאסאקי וועלכע האבן געהארגעט צווישן 90,000–166,000 מענטשן אין היראשימא און צווישן 39,000–80,000 מענטשן אין נאגאסאקי!
הכלל, די ציפערן זענען שרעקעדיג, און דאס אלעס איז בס"ה פון צוויי באמבעס.
פון דאן אן איז די וועלט געווארן א גאר שרעקעדיגע ארט.
***
פעסט פארווערד....
אין 1962 אין ברען פון די קאלטע קריג ווען דער רוסישער פרעזידענט "כרוסטשאוו" האט זיך איין טאג געכאפט ביים קאפ, אז אמעריקע טרעט אים אויף די פיס, נעמליך, זייערע נוקלעארע מיסילס ליגן אים אין זיין בעקיארד, אין טערקיי און אין איטאליע און ווי אויך אין גרויס בריטאניע (ענגלאנד) אלע געריכטעט צו אים און ער האט גארנישט נעבן אמעריקע, ווי אויך האט ער געוואוסט אז די אמעריקאנע מיסילס האבן די מעגליכקייט צו פליען ווייטע שטרעקעס און גרייכן פון אמעריקע ביז רוסלאנד, משא"כ זיינע מיסילס וועלכע בס"ה צוואנציג אדער דרייסיג פון זיי קענען גרייכן אמעריקע, א ווילדער געדאנק איז אים אריין אין קאפ, זיין בוזעם פריינד "פידעל קאסטרא" דער פרעזידענט פון קיובא וועלכע איז אויך א קאמוניסטיש לאנד און האט געהאט די פולע שטיצע פון רוסלאנד האט זיך כסדר אנגעליטן פון אמעריקע, א צייט פארדעם האבן די אמעריקאנער אונטערגענומען א דורכגעפאלענע מיליטערישע אקציע מיטן נאמען "די בעי אוו פיגס" און בכלל האט אמעריקע געזוכט אונטערצוברענגען די קאמוניסטישע קיובע, אלזא וועט מען מאכן א דיעל וואס ביידע וועלן בענעפיטירן דערפון, רוסלאנד וועט אראפשטעלן מיסילס אין קיובע, דורכדעם וועלן ביידע האבן פארדינט, סיי רוסלאנד, האבנדיג מיסילס אזוי נאענט צו אמעריקע און סיי קיובע, ווייל אמעריקע וועט איר שוין נישט אזוי שנעל אינוואדירן....
לאמיר אויך נישט פארגעסן אז די סאוויעטן האבן נישט געהאט קיין שום פלאץ אראפצולייגן א פיס אין די גאנצע געגנט, נאר קיובא, דערפאר האבן זיי אויך מורא געהאט פאר א אמעריקאנע אינוואזיע, די געווענליכע געפעכטן פלעג זיין דורך ווערטער.... אבער "כרוסטשאוו" האט מחליט געווען צו רעדן די ריכטיגע שפראך, און די שפראל איז געווען: נוקלעארע מיסילס.
ווי עס פארשטייט זיך אליין האבן די אמעריקאנער נישט געמעגט געוואויר ווערן דערפון, און די גאנצע מיסיע איז געווארן געהאלטן גאר א שטרענגע סוד, די סאלדאטן אויף די שיפן האט מען פארציילט אז זיי גייען צו געוויסע קאלטע ראיאנען פאר פראבעס וכדו' און ניטאמאל פאר די קאפיטאנען פון די שיפן האט מען געזאגט ווי זיי זאלן גיין, נאר אז זיי זאלן עפענען די בריוו מיט אינסרוקציעס נאכן ארויספארן פון סאוויעטישע וואסערן.
אנשטאט צו נעמען מיליטערישע שיפן האט מען גענומען פשוטע טראנספארט שיפן און ארויפגעלייגט די גאנצע סחורה, איבערגעדעקט מיט גרויסע ליילעכער, אויף עטליכע שיפן האבן זיי אויפגעשטעלט געצעלטן און דארט אריינגעלייגט אלעס, די סאלדאטן אויף די שיפן האבן בשו"א נישט געמעגט ארויסגיין אויפן דעק צו מאכן די אנשטעל אז עס איז א פשוטע טראנספארט שיף מיט ווייניג מאטראזן דערויף און נישט קיין מיליטערישע שיף.
ווי נאר די שיפן האבן אנגעהויבן קומען נאענט צו די אמעריקאנער וואסערן האבן די אמעריקאנער אנגעפאנגען צו פאטאגראפירן די שיפן און אפגעשיקט די בילדער צו אנאליזירן, די בילדער האבן קלאר געוויזן אז עפעס מאדנע ווערט געטראגן, די לענג פון די סחורה איז געווען פארדעכטיגט.
אין 12'טע טאג פון סעפטעמבער איז איין ליפערונג אנגעקומען וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א צווייטע ליפערונג אין די 16'טע פון דעם חודש.
די סאוויעטן האבן אנגעפאנגען צו אפלאדענען די אלע סחורה צווישן וועלכע עס האבן זיך געפונען אסאך טראקס וועלכע האבן באהאלטן די ריכטיגע וואפנס אין די בעק באדעקט מיט גרויסע פלעסטיק אבער די גאר גרויסע נוקלעארע מיסילס האבן זיי נאר אפגעלאדנט שפעט ביינאכט אז קיין בייז אויג זאל נישט שאטן... און זיי האבן אנגעהויבן צו טראנספארטירן די מיסילס די ריזיג לאנגע טראקס האבן געהאט שוועריגקייטן צו מאכן די וועג און אויף עטליכע פלעצער האט מען געדארפט אויסרייסן הייזער אז די טראקס זאלן קענען אדורכפארן.
אין די צייט איז די וועטער געווען א גאר גרויסע שטער פאר די יו-2 פילאטן, וועחכע פלעגן כסדר פליען אויף אויסשפיר מיסיעס העכער קיובא, און די פארוולקנטע וועטער האט עס נישט ערלויבט, הערט אין די 14'טע טאג פון אקטאבער האט א יו-2 פליענדיג העכער קיובא געברענגט בילדער וועלכע זענען אנאליזירט געווארן א טאג שפעטער אויף וועלכע מען האט געזען וואס עס גייט דארט ריכטיג פאר...
א טאג שפעטער אינעם 16'טער איז פרעזידענט קענעדי אינפארמירט געווארן דערוועגן, פרעזידענט קענעדי האט אנגעפרעגט דעם רוסישער אמבאסאדער אין אמעריקע דערויף, אויף וועלכע ער האט מיט א בלעכענע פנים געלייקנט אז עס איז נוקלעארע מיסילס, זיין תירוץ איז געווען אז עס איז געווענליכע וואפן וועלכע ווערט געטראגן קיין קיובא (פאר קיובאנער סעלף דיפענס).
אין אמעריקע האט דער פרעזידענט און זיין קאבינעט באטראכט מיטלען וואס צו נוצן אנטקעגן קיובא, צווישן זיי אינוואדירן קיובא וועלכע אמעריקע האט שוין לאנג געוואלט טון, און אויך א בלאקאדע אז פרישע וואפנס און מיסילס זאלן נישט קענען געברענגט ווערן פון רוסלאנד, א צווייטע זאך וואס מען האט דיסקוטירט איז געווען באמבארדירן אלע ארויסשיס צענטערן, אבער דאס האט פארשטייט זיך נאר געקענט געטון ווערן ווילאנג די מיסילס זענען נאכנישט באוואפנט און ארבעטן נאכנישט.
אין אקטאבער 22 איז א בלאקאדע אריין אין אפעקט, און אין יענע נאכט אום 7 אזייגער האט דער פרעזידענט געגעבן אן אדרעס צום פאלק אין וועלכע ער האט זיי איינגעמאלדן די סיטואציע און געווארנט אז אמעריקע וועט זיך פארטיידיגן אנטקעגן מיסילס פון רוסלאנד, בשעת ווען די בלאקאדע איז אנגעגאנגען האבן 4 רוסישע סובמארינען וועלכע האבן געטראגן נורלעארע טארפידאס פרובירט צו דורכברעכן די בלאקאדע, דער קאפיטאן איז געווען גרייט צו נוצן זיינע באמבעס אנטקעגן די צאללאזע אמעריקאנע שיפן וועלכע זענען דארט געווען... אזא אקט וואלט געווען א אומפארמיידבארער מלחמה, ווייל נוקלעארע וואפן וואלט שוין גענוצט געווארן! למעשה האט זיך די שיף אויסגעדרייט און אוועקגעפארן.
די מיליטער איז געשטעלט געווארן אויף די לעוול פון דעפקאן 3 [דעפינישן קאנדישן 3].
די אמעריקאנער האבן שוין אין די איצטיגע צייט געזען אנגעחאדנטע און אפארעישענאל מיסילס אין קיובא און א באמבארדירונג איז נישט געווען קיין אפשען, אבער די פלאן פאר א אינוואזיע איז געבליבן אויפן טיש םאר די 28'טער פונעם חודש, די סאוויעטן האבן אין די איצטיגע צייט געהאט באמבעס געריכטעט קיין אמעריקע וועלכע האט געקענט צילן איבעראל רח"ל מיט אן אויסנאם פון איין עק פון אמעריקע!
אין די 24'סטער האט "כרוסטשאוו" געווארנט קענעדי אז די בלאקאדע איז "א אקט פון אגרעסיע" און אז די שיפן וועלן ווערן אינסטראקטעד נישט צו אויספאלגן די בלאקאדע.
אין דער 25'סטער פון אקטאבער האט די אמעריקאנער רעגירונג ריקוועסטעד א עמערדשענסי זיצונג אין די יו ען סעקיוריטי קאוינסיל און דער רוסישער אמבאסאדער וועלכער איז אנגעפרעגט געווארן אויב עס זענען פאראן מיסילס אין קיובא האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן.
איין טאג שפעטער אום 10:00 אזייגער ביינאכט האט די מיליטער געהעכערט די אלערט צו דעפקאן 2 און צוגעגרייט א נומערלאזע צאל פון פארשידענע באמבארדיר פליגערס און מיסילס געריכטעט קיין רוסלאנד, די רוסן פון די אנדערע זייט האבן זיך נישט גערירט קיין טראפ, זיי האבן גארנישט געטון.
כרוסטשאוו האט געשיקט א בריוו צו קענעדי אין וועלכע ער בעט א ענדע צו די קריזיס אין און אויסטויש פון ארויסנעמען די מיסילס זאל אמעריקע אראפנעמען די בלאקאדע און נישט אינוואדירן קיובא, אבער איין טאג שפעטער איז אנגעקומען א פרישער בריוו אין וועלכער עס איז שויך פארלאנגט געווארן צו ארויסנעמען די אמעריקאנע מיסילס פון טערקיי און איטאליע, אין אנדערע ווערטער אמעריקע האט גערעדט צו כרוסטשעוו אבער נישט געוואוסט אויב זי רעדט צו רוסלאנד, ווייל ווער זיצט ביים רודער אויב עס קענען אנקומען פארשידענע אנדערע בריוון? אזא סיטואציע איז זייער שרעקעדיג.
אקטאבער 27 איז אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע אמעריקע האט מסכים געווען צו אראפנעמען די בלאקאדע און אויך צוגעזאגט נישט צו אינוואדירן קיובא און גאר סודות'דיג צוגעגעבן אז זי גייט אויך ארויסנעמען די מיסילס פון איטאליע און טערקיי, און אין אויסטויש זאל רוסלאנד ארויסנעמען די מיסילס פון קיובא.
אין די זעלבע טאג איז א יו-2 פליגער אויף א אויסשפיר מיסיע געווארן אראפגעשאסן, די רוסן האבן באפוילן נישט צו שיסן, אבער דער גענעראל אויפן ערד האט יא אראפגעשאסן די פליגער אין וועלכער דער פיילאט איז אומגעקומען, דאס איז שוין נאכמער געווען ווי א מלחמה אקט..... די אנגעצויגנקייט איז געווען אויף די העכסטע שטאפלען! א נוקלעארע מלחמה איז שוין "כמעט" געווען אין אפעקט.
איין טאג שפעטער 9:00 אזייגער צופרי עטליכע שעה בעפאר א מיליטערישער אינוואזיע אין קיובא וואלט אריין אין אפעקט האט כרוסטשאוו אדרעסירט די פאלק אין רוסלאנד ווי ער האט געמאלדן אז רוסלאנד נעמט ארויס די וואפנס פון קיובא, די אמעריקאנער האבן פארגעזעצט מיט די בלאקאדע און דער פרעדזידענט האט נאכנישט אפגערופן די אינוואזיע פלענער נאר עס אפגעשטיפט מיט איין טאג אויף די 29'טער.
נאכן אנאליזירן די בילדער פון די פרישע אויסשפיר מיסיעס האט מען געזען ווי די רוסן ציען צוריק די מיסילס און הערשט דאן האט קענעדי אפגערופן די אינוואזיע, און אזוי האט זיך געענדיגט איינע פון די ערגסטע קריזיסן אין די וועלטס היסטאריע.
די אמעריקאנע ארמיי איז קיינמאל פארדעם און נאכדעם נישט געווען אויף א דעפקאן 2 שטאפל!
די צוויי פריינט, פידעל קאסטרא (רעכטס מיט די בארד) און ניקיטע כרוסטשאוו (לינקס)
בילדער פון די שיפן מערקט די גרויסע טענטס מיט די סחורה
א שפיאנאזש פליגער פליט אריבער העכער די רוסישע שיפן
א יו-2 שפיאנאזש פליגער
שפיאנאזש בילדער פון די מיסילס אין קיובא
אילוסטראציע, ווי ווייט די מיסילס וואלטן ח"ו געקענט אנקומען...
די בלאקאדע
די אמעריקאנע נוקלעארע מיסילס די זעלבע וועלכע זענען געליגן אין טערקיי
פרעזידענט קענעדי אדרעסירט דעם פאלק
https://copy.com/NUy8IqhhgHQW2l4M/Cuban ... download=1