שואלכענין האט געשריבן: עס איז פארהאן א געוויסע בראנפן (גרינע ברייטערע פלאש) וואס האט א "הכשר" פון די או-יו, און מען טיילט עס ביי תיקון און קדישים אין גרויסן.
למעשה האט מיר עמיצער מעורר געווען אז עס איז נישט קיין הכשר, נאר א טריק פון די קאמפאני, כדלהלן:
זיי שרייבן אין גרויסע לעזבארע ווערטער (נישט ווי דער סדר ביי אזעלכע זאכן) בערך אזוי (איבערגעזעצט אין אידיש):
"אלעס וואס ליגט אין דעם פלאש, איז גענומען פון פראדוקטן וואס האבן א הכשר פון די או-יו" און דא לייגן זיי דעם סימבאל פון די או-יו.
דאס מיינט באמת אין אנדערע (שטילע) ווערטער, אז די או-יו גיט נישט דעם הכשר. - דהיינו, נישט די או-יו זאגט אז אלעס וואס ליגט אין דעם פלאש איז כשר, נאר די קאמפאני אליין זאגט אונז אז אלעס וואס זיי האבן אריינגעלייגט קומט פון פראדוקטן מיט די הכשר פון או-יו.
וויבאלד זיי שרייבן עס קלאר און גרויס, איז עס לעגאל, און די או-יו קען עס נישט פייטן.
כך שמעתי, ולרבותי אני צריך, צי איז אמת דער "בלבול"?
ווייסט דעם נאמען ?
פרעג די OU דירעקט
Consumer Hotline:
212-613-8241
[email protected]
אדער CHAT