מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געוואלטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
וואס זאגט די עולם צו די ארטיקל איבער מייקרי השער?
https://khalchasidimcg.com/post.php?id=51
PDF please
נאדיר
זייער גערעכט
הלאוואי אין ניו יארק זאל מען מאכן אזא וועד מוואלט געקענט אסאך ראטעווען
אבער ליידער איז די מצב מיט פרייזן ביטערער פון ביטער אינוועסטארס באקומען טאוולען מיט כבוד אויף געלט וואס איז בלויז די מעשר פון ביליאנען וואס איז על חשבון פון ריין אידיש בלוט מיט א פראפיט פון איבער 300 פארצענט
(וואס אפילו זיי מאכן ווען נאר 30 פארצענט וואלטן זיי שוין געהאט אויסצולעבן די נעקסטע 100 יאר אדער מער)
נקוט האי כללא בידך: די עקסטרעים פון רעכט איז ראסיזעם וואס טויג נישט פאר אידן און די עקסטרעים לינק איז גזירות נגד הדתווי מזעהט ליידער איבער די וועלט לעצטענס
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

100%
גערעכט
"גוט יום טוב"
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
וואס זאגט די עולם צו די ארטיקל איבער מייקרי השער?
https://khalchasidimcg.com/post.php?id=51
די סוף מיט די 30 טויזענט. וואס איז פשט שאדן געמאכט 30 טויזענט. ער האט איהם צוגענימען א הויז. וואס העלפט 30 טויזענט?
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7270
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געוואלטיג האט געשריבן:
זייער גערעכט
הלוואי אין ניו יארק זאל מען מאכן אזא וועד, מ'וואלט געקענט אסאך ראטעווען,
אבער ליידער איז די מצב מיט פרייזן ביטערער פון ביטער,
אינוועסטארס באקומען טאוולען מיט כבוד אויף געלט וואס איז בלויז די מעשר פון ביליאנען וואס איז על חשבון פון ריין אידיש בלוט מיט א פראפיט פון איבער 300 פארצענט
(וואס אפילו זיי מאכן ווען נאר 30 פארצענט וואלטן זיי שוין געהאט אויסצולעבן די נעקסטע 100 יאר אדער מער)
אוי ווי אמת ליידער!!
מיליאן פראצענט גערעכט!

איינע פון די ערשטע זאכן וואס אזא וועד וואלט געדארפט מתקן זיין אז די גרינע בלוט טרונקער טארן נישט באקומען קיין דאנק פלאקאטן אדער בלעטער אין די צייטונגען! נישט ווען זיי טוען א שידוך און אפילו נישט ווען זיי זענען מנדב עפעס פאר א וואוילטעטיגע צוועק.
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

פון וועלעכע אינדאסטרי רעדסטו? איך זעה כמעט נישט פלאקאטן פון די יודן וואס מאכן אויף מיר שווערע געלטער יעדע חודש דורך מאנאפלירן די פוד מארקעט
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

פרוכט בוים האט געשריבן:
פון וועלעכע אינדאסטרי רעדסטו? איך זעה כמעט נישט פלאקאטן פון די יודן וואס מאכן אויף מיר שווערע געלטער יעדע חודש דורך מאנאפלירן די פוד מארקעט
האויזינג. אדרבה טוב עפעס אין אנדערע אינדאסטריעס
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
אמת'ע דיבורים, טענקס מאן יימר פארען מפרסם זיין.

איך נעם זיך טאקע פאר דא ברבים אז אי''ה דער באשעפער וועט העלפען און איך וועל אונען אפאר בילדינגס וועל איך בל''נ נישט הייבען די רענט מער ווי די וועליו, און חלילה נישט גורם זיין עגמת נפש פאר א אנדערע איד.
און וואס וועסטי טון טאמער א טענענט וועט דיר אויסטיילן צרות בנוסף צו נישט צאלן רענט פאר א יאר צוויי?
וקול התור נשמע בארצנו
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

יעצט געענדיגט אפליינען 5 בלעטער הבלי הבלים (חוץ געציילטע תגובות). קיינער קען נישט העכערן קיין פרייזן ווייל ער וויל אזוי. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר א שענערע דירה אדער פאר א בעסערע געגענט און ס'נישטא קיין סיבה בעולם פארוואס א לענדלארד זאל גיבן פאר ביליגער ווי ער קען באקומען.

בכלל איז נער'יש צו פארגלייכן וויבאלד ראובן בעט כך וכך דארף שמעון טין די זעלבע. די ווייסט למשל וואספארא אינטערעסט רעיט ביידע צאלן? דאס קען אויסמאכן עטליכע אלפים א יאר פער דירה.

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

קלאנג האט געשריבן:
יעצט געענדיגט אפליינען 5 בלעטער הבלי הבלים (חוץ געציילטע תגובות). קיינער קען נישט העכערן קיין פרייזן ווייל ער וויל אזוי. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר א שענערע דירה אדער פאר א בעסערע געגענט און ס'נישטא קיין סיבה בעולם פארוואס א לענדלארד זאל גיבן פאר ביליגער ווי ער קען באקומען.

בכלל איז נער'יש צו פארגלייכן וויבאלד ראובן בעט כך וכך דארף שמעון טין די זעלבע. די ווייסט למשל וואספארא אינטערעסט רעיט ביידע צאלן? דאס קען אויסמאכן עטליכע אלפים א יאר פער דירה.

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.
איך האף אז די ביסט כאטשיג א נגיד אז די רעגסט דיר אזוי
נעם עס לייכט
אטעם טיף
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

קלאנג האט געשריבן:
יעצט געענדיגט אפליינען 5 בלעטער הבלי הבלים (חוץ געציילטע תגובות). קיינער קען נישט העכערן קיין פרייזן ווייל ער וויל אזוי. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר א שענערע דירה אדער פאר א בעסערע געגענט און ס'נישטא קיין סיבה בעולם פארוואס א לענדלארד זאל גיבן פאר ביליגער ווי ער קען באקומען.

בכלל איז נער'יש צו פארגלייכן וויבאלד ראובן בעט כך וכך דארף שמעון טין די זעלבע. די ווייסט למשל וואספארא אינטערעסט רעיט ביידע צאלן? דאס קען אויסמאכן עטליכע אלפים א יאר פער דירה.

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.
100%
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

[/quote]
אויב איז ער תובע בפה זיין כבוד, מעג איך עם אפערן בחינם אויך אביסעלע בזיונות..., ער מוז עס נישט נעמען פונקט ווי איך בין עם נישט מחויב צו שענקען כבוד
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אביונה האט געשריבן:

איינער האט דיך מחייב געווען צו גיבן כבוד? אבער פאר בזיונות (אפילו פאר א נגיד) באקומט מען גיהנום. וואטש אוט
וקול התור נשמע בארצנו
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

קלאנג האט געשריבן:
יעצט געענדיגט אפליינען 5 בלעטער הבלי הבלים (חוץ געציילטע תגובות). קיינער קען נישט העכערן קיין פרייזן ווייל ער וויל אזוי. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר א שענערע דירה אדער פאר א בעסערע געגענט און ס'נישטא קיין סיבה בעולם פארוואס א לענדלארד זאל גיבן פאר ביליגער ווי ער קען באקומען.

בכלל איז נער'יש צו פארגלייכן וויבאלד ראובן בעט כך וכך דארף שמעון טין די זעלבע. די ווייסט למשל וואספארא אינטערעסט רעיט ביידע צאלן? דאס קען אויסמאכן עטליכע אלפים א יאר פער דירה.

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.
אין אלגעמיין ביסטו גערעכט.

אבער ווען א פאר אידן לייגן זיך אריין און ארבעטן ביטער שווער צו אויפבויען א נייע שטעטל, און עס קומען מענטשן וואס קערן נישט פאר די הצלחה פונעם שטעטל נאר צו מאכן אפאר דאלאר, דערביי ארויפברענגנדיג די פרייזן וואס האלט אפ די וואקס, איז עס א געפערלעכע זאך.
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

Wow a1 האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
יעצט געענדיגט אפליינען 5 בלעטער הבלי הבלים (חוץ געציילטע תגובות). קיינער קען נישט העכערן קיין פרייזן ווייל ער וויל אזוי. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען גרייט צו צאלן גרויס געלט פאר א שענערע דירה אדער פאר א בעסערע געגענט און ס'נישטא קיין סיבה בעולם פארוואס א לענדלארד זאל גיבן פאר ביליגער ווי ער קען באקומען.

בכלל איז נער'יש צו פארגלייכן וויבאלד ראובן בעט כך וכך דארף שמעון טין די זעלבע. די ווייסט למשל וואספארא אינטערעסט רעיט ביידע צאלן? דאס קען אויסמאכן עטליכע אלפים א יאר פער דירה.

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.
אין אלגעמיין ביסטו גערעכט.

אבער ווען א פאר אידן לייגן זיך אריין און ארבעטן ביטער שווער צו אויפבויען א נייע שטעטל, און עס קומען מענטשן וואס קערן נישט פאר די הצלחה פונעם שטעטל נאר צו מאכן אפאר דאלאר, דערביי ארויפברענגנדיג די פרייזן וואס האלט אפ די וואקס, איז עס א געפערלעכע זאך.
דאס איז 1000% אמת. א געפערליכע רשעות
וקול התור נשמע בארצנו
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

קלאנג האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:

נאך א נקודה. ס'איז א סעלפישקייט און א חוצפה איינצוטיילן פאר א צווייטן ווי יענער זאל גיבן זיינע צדקות. ווען איינער פארדינט געלט איז עס זיינס און וויפול ער גיבט אוועק פאר צדקה איז אלעס לזכותו, נישט קיין נפק"מ פאר וועלכע צוועק דאס איז.

אויב איז ער תובע בפה זיין כבוד, מעג איך עם אפערן בחינם אויך אביסעלע בזיונות..., ער מוז עס נישט נעמען פונקט ווי איך בין עם נישט מחויב צו שענקען כבוד
איינער האט דיך מחייב געווען צו גיבן כבוד? אבער פאר בזיונות (אפילו פאר א נגיד) באקומט מען גיהנום. וואטש אוט
העי, סטאפ די העיט, נישט אלעס איז גיהנם [אזוי ווי נישט אלעס איז גן עדן...], כ'מיין דאך נישט די סארט בזיונות וואס מער קריגט דערויף גיהנם..., כ'מיין בזיונות באופן כללי, כגון דא אויף אייוועלט ווען קיינער ווייסט נישט פון וועמען מען רעדט [בבחינת דער ווער ס'מיינט אז עם מיינעך, טאקע עם מיין איך....]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
עשרה בטלנים
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2024 10:20 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשרה בטלנים »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20240911_092304_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20240911_092304_WhatsAppBusiness.jpg (137.51 KiB) געזען 1414 מאל
740724.jpg
740724.jpg (212.91 KiB) געזען 1414 מאל
740725.jpg
740725.jpg (136.95 KiB) געזען 1414 מאל
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

מאנ-יימער האט געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2015 3:29 pm
דעם פאלגענדען ארטיקל האב איך באקומען אין אישי.

---

חמשה עשר באב תשע"ז

"חנוכת הבית לבנין התלמוד תורה "תורת אמת"."

דער מנהל המוסד רופט אויס ספאנטאן:

"תנו כבוד למוקיר תורה, מיר בעטן דעם גאנצן ציבור זאל זיך אויפשטעלן און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן גרויסן מוקיר תורה, בונה ומקים, הרבני הנגיד המרומם מו"ה _______ וואס האט מנדב געווען דעם פאנטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער צום אויפבוי פון דעם ריזן תורה פעסטונג!

די מוזיק הייבט אן גיין אויף אלע טענער, אשריכם אשריכם אשריכם אשריכם תלמודי חכמים!

אלעס ריקט זיך, אלעס רעש'ט, אזא סומע האט מען נאכנישט געהערט. א איד מיט אזאליכע השגות, מ'קען דאס גארנישט משיג זיין, א איד א צדיק, געבט אוועק א פארמעגן מיט געלט, און נאך בסבר פנים, מ'האט אים קוים געדארפט בעטן.

-

ר"ח חשון תתי"ג

די לוי פון הרבני הנגיד החסיד המרומם וכו' וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול בשעה תשע.

עס טוט זיך א מבוכה, זאל מען אים אריינפירן אין ביהמ"ד, ער איז דאך סוכ"ס געווען אזא תומך תורה וואס מ'זעהט זעלטן, און דערצו א שיינער יודע ספר, און א ערליכער, בנין וחתנן רבנן. דער פסק איז געווען אז ניין, אויסער א רב אדער מורי הוראה איז דאס נישט פאסיג אבער מ'מאכט די לויה פארענט פון ביהמ"ד מיט ספעציעלע הויכהילכער אז די מאסן זאלן קענען מיטהאלטן די לענגערע הספדים אויף דעם אדם יקר באנשים!

ה' נתן וה' לקח, מ'פירט אראפ דעם ארון אין קבר אריין, דארט ווי יעדער מענטש קומט אן סוף כל סוף, די חברה קדישא טוען אלעס כהלכה, מ'דעקט איבער דעם ארון, נאר תלמידי חכמים וואס מ'האט געלאזט אין ירושה פאר זיי אפאר דאלער, נאר זיי מעגן איבערדעקן דעם ארון, שווער געזעגענט מען זיך פון דעם באליבטן בעל חסד ותלמוד חכם, אלע וועלן זיך בענקן נאך אים, און מיט א שווער געמיט גייען די פאראבל'טע אידן אראפ פונעם בית עולם מיט א געבעט "ובלע המוות לנצח".

ווי נאר דער עולם שפאצירט אוועק, געגעבן דעם לעצטן כבוד פארן גרויסן נפטר, קומען אן שלוחים פון א אנדערע סארט. שלוחים וואס קומען פון א אמת'ע וועלט, נישט די וואס מ'זעהט אויף א וועלט אנגעפילט מיט שקר, נאר דארט ווי אלעס איז אמת לאמתו. זיי קומען נישט מיט קיין קאראוואן, נישטא קיין קאדילעק, קיין באקוועמע זיצן און אנדערע צוגעהערן, נאר שווארצע הארטע חברה, שרעקליכע אויגן, שפיציגע הענט און פייערדיגע צינגען. זיי נעמען דעם גביר ואיש החסד און לייגן אים אויף די פלייצע און מ'גייט!

ער וויל זיך עפענען א מויל, פארלאנגן אביסל א באקוועמערע רייזע, אבער נישטא צו וועם צו רעדען, דאס איז נישט אמעריקא, דא איז נישטא קיין פראטעקציע, דא קויפט מען גארנישט פאר געלט.

ער דערקענט דעם וועג, דא איז ער מיט עטליכע ניינציג יאר צוריק געווען ווען ער האט געמאכט דעם וועג אויף אראפ, יעצט גייט ער אויף ארויף.

ער זעהט ווי זיין שכן, א איד נעבעך אלע יארן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ברויט, געווען א נהנה מיגיע כפו, נישט קיין סאך הנאה געהאט פון דעם עולם, נישט אזוי מצליח געווען מיט די קינדער, אבער ער האט זיך געהיטן אלע יארן פון צונעמען פון יענעם א פרוטה. ער זעהט ווי יענעם שכן טראגט מען עפעס שענער פון אים, מ'האלט אים געניט, מ'געבט אכט!

ער האפט אויפ'ן בעסטן, ער ווייסט אז אויף "יענע וועלט" איז נישטא קיין חכמות, ער האט אבער אין די האנט א קבלה פון "צען מיליאן טאלער" וואס ער האט געגעבן פאר א בנין וואס נאך ביז היינט ווערט דארט נתחנך טויזענטער קינדער בלע"ה, שווער צו באגרייפן דעם זכות אדיר וואס ער האט זיך געהאנדעלט דערמיט. מ'וועט זיך זיכער רעכענען מיט אזא זכות, מיט אזא מסי"נ, אזוי קלערט ער.

ער גייט און גייט, ס'איז א שווערע וועג, ער פורבירט צו ווייזן דעם צעטיל פאר זיין באגלייטער, נאר יענער ווייסט אפי' נישט וואס ער ווייזט אים. ער כאפט אים שארף אן, און פליעט. ער קרעכצט און זיפעצט, ער פארשטייט נישט פארוואס אים שלעפט מען אזוי שטארק און שווער און זיין שכן דארט פירט מען רואיג און געלאסן, א אינטערסאנטע וועלט דאס!

ענדליך קומט מען אן אויבן, ער ווארט שוין קוים אז דער רבי זיינער זאל אים אקעגן קומען, ער איז זיכער ביי זיך אז ער וועט אים נישט שולדיג בלייבן די אלע טובות, מ'האט דאך דאס דערמאנט פריער ביי די לויה, מ'האט אים אפי' געמאכט א שליח להולכה מעורר רחמים צו זיין אויף אידישע קינדער, אבער דערווייל זעהט ער אים נישט.

פונדערווייט זעהט זיך א אנלויפעניש, עפעס א געוואלד מיט נשמות זענען דא דארט, אויף עפעס ווארטן זיי, ער הייבט אן קלערן, דאס איז דאך אלע מיינע, די אלע אידן זענען זיכער דא פאר מיר, מ'האט ארויסגעטריבן אלע נשמות פון גן עדן מיר אקעגן צו גיין, זיי וועלן מיר געבן דעם כבוד הראוי!

ווי פארוואונדערט איז ער צו הערן קולות און געוויינעריי, נישט קיין געווענדליכע קבלת פנים פאר א חשובן גאסט, עפעס וויינט מען, עפעס ווילן די מענטשן, אפשר ווילן זיי טאקע ער זאל פועל'ן פאר זיי מיט זיין גרויסן כוח החסד, ער זאל זיי אזוי ווי אויף די וועלט האט ער אויסגעלייזט אידן פון פיין מיט זיינע צדקות זאל ער טוען די זעלבע דא, ער האט דאך קלאר געהערט פונעם מספיד "דו האסט דאך אזא כוח, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש", ער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן!

אט אט קומט ער אן, ער הערט קולות, קולי קולות, איש טמא, צא טמא, מייקר השער, רוצח!!!!!

ער הייבט אן זעהן דעם אמת, די אלע אידן זענען זיינע קונים, אדער גאר זיין חבר'ס קונים, ס'הייבט אן ווערן ביטער פאר די אויגן, ער זעהט בערל, אוי נעבעך, א טאג נאכן קלאוזינג איז בערל נעבעך נפטר געווארן פלוצלינג, ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע, ער האט געמיינט אז ער דארף קויפן א דירה וואס ער קען נישט ערלויבן, וואס איז אים שלעכט געווען אין א קליינע דירה'לע?

דא שטייט לעבן אים שמואל, ער איז געווען אלע זיינע יארן א בעל חוב, שולדיג געווען געלט פאר א שטאט מיט מענטשן, זיך קיינמאל נישט געקענט ארויסזעהן פון זיינע חובות. ער געדענקט נאך גוט ווי שמואל האט אים געבעטן נאך דריי חדשים נישט צאלן רענט אז ער זאל אים געבן נאך אביסל צייט, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, א ווארט איז א ווארט, ארויס!

דער מציאות דער אכזר שפייט אים אין פנים, ער זעהט זיך מיט א שטאט מיט מענטשן וועם ער האט געקענט פון "יענע וועלט", מענטשן וואס פלעגן פאר אים האבן א זעלטענעם דרך ארץ, און דא שטייען זיי הם ונשיהם ובניהם און זענען אים מבזה, פארפירן און שרייען, אוי, די בושה איז עד אין לשער!

ער קומט אן צום בי"ד של מעלה, ער האלט נאך שטארק אן זיין צעטעל'ע, דאס וועט אים זיכער העלפן, ס'וועט זיכער איבערשרייען די געוויינעריי און געשרייען פון אלע "פשוטע אידן" וואס האבן אין זייער לעבן אלע אינאיינעם אזאליכע נדבות נישט געגעבן.

ווי שאקירט ווערט ער, ער געבט איבער דעם קבלה, און דער ראש בי"ד ווארפט עס צום לופט אריין, אין א רגע איז דאס געווארן אויס, נישטא מער, צען מיליאן דאלער אין לופט!

"דיין גאנצע עשירות, דיין צדקה וחסד, דיין אלע מעשים טובים, דיין כבוד און רוב עושר און פיינע קינדער, אלעס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון מיליאנען דאלער חובות פאר די צובראכענע אידן. דו האסט געמאכט אויף זיי גרויסע רווחים וואס זיי האבן דיר געגעבן בלית ברירה, און זיי זענען געווארן ארעם ווי די נאכט.

"דו ביזט געווען א מייקר השער, האסט געהויבן די פרייזן פון די דירות וואס דו האסט געבויעט, אן קיין שום סיבה, נאר פארדעם ווייל מ'וועט דיר במילא צאלן א העכערן סומע.

"מ'האט זיך צו דיר געבעטן, ס'איז ארויף צו דיר עסקנים און רבנים, מ'האט געוויינט צו דיר, לאז אפ, רייס נישט קיין טאשן, ס'וועט דיר נישט זיין קיין טובה. מ'האט דיר געווזין קוק, מאכסט אזוי אויך גרויס געלט אויף דעם, ביזט אזוי אויך זייער רייך, פארוואס האסטו נישט קיין רחמנות אויף דיין ארעמע ברודער?

"דיין תאוה פאר געלט האט דיר נישט געלאזט טראכטן וואס איז ריכטיג, האסט פון די מענטשן געלאכט, 'איך דארף זיין משוגע אוועקצולאזן אזויפיל מיליאנען, מ'וועט במילא קויפן, ס'איז נישטא קיין דירות יעצט, קיינער קען מיר נישט צווינגן, איך טוה געניג פארן ציבור אזוי אויך'"

דער עושר הייבט אן פארפירן, וואס איז מיט שכר אויף מיין צדקה וחסד, וואס איז דער שכר אויף מיין צען מיליאן דאלער וואס איך האב געגעבן פאר איין בנין, סוף כל סוף איז עס צדקה, סוף כל סוף איז עס תורה פון תשב"ר, נאך אסאך זכותים עד אין שיעור וערך, וואו איז דער דין צדק?

ענטפערט מען אים צוריק:

"געדענקסטו זיכער אז מ'האט דיר געגעבן כבוד מלכים ביים חנוכת הבית? מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, מ'האט דיר משבח געווען. און חוץ דעם האסט געלעבט א לעבן אויף דעם עולם השפל, געהאט אלעס אויף דער וועלט, יעדע עוה"ז וואס דו האסט געחלומ'ט, ווען אין די זעלבע צייט זענען דיינע ברודער און שכנים געווען ארעם ווי די נאכט. דו ביזט אפגעלאפן פון שכר, האסט אלעס אפגענומען!

"אויף דעם עולם מאכט נישט אויס צען מיליאן צו צען צענט, אלעס ווענדט זיך אין דעם רצון, אין שוועריקייט, אין מסי"נ, לפום צערא אגרא זאגן חז"ל, דו ביזט גארנישט מער ווערד ווייל מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, ווייל מ'האט פון דיר מורא געהאט, ווייל מ'האט דיר מכבד געווען. אויך מאכט גארנישט אויס אלע בגדים פון צדיקים און כתבי ידות וואס דו האסט געקויפט די אלע יארן פאר גרויס געלט.

"דו האסט זיך אנגעטרונקן מיט גרינע בלוט, געצאפט דאס געלט פון אידן און זיי שופך דם געווען, דו ביזט א רוצח, א שפל ונבזה, דו האסט נישט עומד בנסיון געווען.

אין שאול תחתית אריין!

בלוט איז נישט קיין וואסער – כי לא במותם יקח הכל!
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

א טראפ טיפער אין קאסע גראנדע מיט ר' שמעון ראלניצקי לעבעדיג מיט צוויי פון די טובי העיר,איבער די היסטוריע פון די אנטוויקלונג פון קאסא גראנדע, און די תקנות קעגן די מייקרי השער.
Google Drive;
https://drive.google.com/file/d/10YiWoe ... sp=sharing

אינטרעסאנטע שמועס מיט הרב אליעזר קרויס וועגן וואס צו טוהן מיט אינוועסטירער וועלעכע העכערן פרייזן
viewtopic.php?p=5496445#p5496445
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:09 am

איין פרט וואס איז נישט אקוראט.
א מענטש קאן נישט "הייבן די פרייז" ער קאן נאר בעטן די מארקעט פרייז.
און אויב דאס איז די מארקעט פרייז האט נישט "ער געהויבן די פרייז"
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 2:31 am
א טראפ טיפער אין קאסע גראנדע מיט ר' שמעון ראלניצקי לעבעדיג מיט צוויי פון די טובי העיר,איבער די היסטוריע פון די אנטוויקלונג פון קאסא גראנדע, און די תקנות קעגן די מייקרי השער.
Google Drive;
https://drive.google.com/file/d/10YiWoe ... sp=sharing
זייער שיין. מיט די אלע תקנות קוקט נישט אויס ווי זיי וואקסן. פון די אנדערע זייט אויב זענען דא מייקרים וואלט מעגליך געווען סאך מער סוקסעס. די אלע וואס די רופסט מייקרי השער קענען נאר מייקר זיין דעם שער אויב עס איז דא דימענד, אן דימענד באקומט נישט אפילו ווען מען בעט אונטער מארקעט פרייזן. ווער האט א גרעסערע אינטערעסע אינעם סוקסעס פונעם מארקעט, דער מייקר אדער דער וואס מאכט די תקנות?
רואיגע אטמאספערע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 9:31 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיגע אטמאספערע »

Greeneryid האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 1:37 am
טוהן צו די זאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 2:31 am
א טראפ טיפער אין קאסע גראנדע מיט ר' שמעון ראלניצקי לעבעדיג מיט צוויי פון די טובי העיר,איבער די היסטוריע פון די אנטוויקלונג פון קאסא גראנדע, און די תקנות קעגן די מייקרי השער.
Google Drive;
https://drive.google.com/file/d/10YiWoe ... sp=sharing
זייער שיין. מיט די אלע תקנות קוקט נישט אויס ווי זיי וואקסן. פון די אנדערע זייט אויב זענען דא מייקרים וואלט מעגליך געווען סאך מער סוקסעס. די אלע וואס די רופסט מייקרי השער קענען נאר מייקר זיין דעם שער אויב עס איז דא דימענד, אן דימענד באקומט נישט אפילו ווען מען בעט אונטער מארקעט פרייזן. ווער האט א גרעסערע אינטערעסע אינעם סוקסעס פונעם מארקעט, דער מייקר אדער דער וואס מאכט די תקנות?
די מציאות אז לינדען איז מער געוואקסען מיט ווען סאיז געווען תקנות ,יעצט דערלייגט יעדער ליידער , הלוואי אז מען קען מאכן א שאנדע בלאט מיט די אינוועסטערס/מייקרי השער פון יעדע געגענט, דא אויפן וועלטעל האט מען ליידער אינטערגעריסן קאסאנע רבי מיט תקנות, און אזוי אויך יעצט מיט קאסא גראדע עס ווי ספיעק, אינוועסטערס קענען נישט העלפן בויען א נייע יושב, סאיז א מציאות וואס די קענסט זען
ערגעץ אין א רואיגע אטמאספערע
Building
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 12:08 am
זבולון חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:09 am
מאנ-יימער האט געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2015 3:29 pm
דעם פאלגענדען ארטיקל האב איך באקומען אין אישי.

---

חמשה עשר באב תשע"ז

"חנוכת הבית לבנין התלמוד תורה "תורת אמת"."

דער מנהל המוסד רופט אויס ספאנטאן:

"תנו כבוד למוקיר תורה, מיר בעטן דעם גאנצן ציבור זאל זיך אויפשטעלן און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן גרויסן מוקיר תורה, בונה ומקים, הרבני הנגיד המרומם מו"ה _______ וואס האט מנדב געווען דעם פאנטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער צום אויפבוי פון דעם ריזן תורה פעסטונג!

די מוזיק הייבט אן גיין אויף אלע טענער, אשריכם אשריכם אשריכם אשריכם תלמודי חכמים!

אלעס ריקט זיך, אלעס רעש'ט, אזא סומע האט מען נאכנישט געהערט. א איד מיט אזאליכע השגות, מ'קען דאס גארנישט משיג זיין, א איד א צדיק, געבט אוועק א פארמעגן מיט געלט, און נאך בסבר פנים, מ'האט אים קוים געדארפט בעטן.

-

ר"ח חשון תתי"ג

די לוי פון הרבני הנגיד החסיד המרומם וכו' וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול בשעה תשע.

עס טוט זיך א מבוכה, זאל מען אים אריינפירן אין ביהמ"ד, ער איז דאך סוכ"ס געווען אזא תומך תורה וואס מ'זעהט זעלטן, און דערצו א שיינער יודע ספר, און א ערליכער, בנין וחתנן רבנן. דער פסק איז געווען אז ניין, אויסער א רב אדער מורי הוראה איז דאס נישט פאסיג אבער מ'מאכט די לויה פארענט פון ביהמ"ד מיט ספעציעלע הויכהילכער אז די מאסן זאלן קענען מיטהאלטן די לענגערע הספדים אויף דעם אדם יקר באנשים!

ה' נתן וה' לקח, מ'פירט אראפ דעם ארון אין קבר אריין, דארט ווי יעדער מענטש קומט אן סוף כל סוף, די חברה קדישא טוען אלעס כהלכה, מ'דעקט איבער דעם ארון, נאר תלמידי חכמים וואס מ'האט געלאזט אין ירושה פאר זיי אפאר דאלער, נאר זיי מעגן איבערדעקן דעם ארון, שווער געזעגענט מען זיך פון דעם באליבטן בעל חסד ותלמוד חכם, אלע וועלן זיך בענקן נאך אים, און מיט א שווער געמיט גייען די פאראבל'טע אידן אראפ פונעם בית עולם מיט א געבעט "ובלע המוות לנצח".

ווי נאר דער עולם שפאצירט אוועק, געגעבן דעם לעצטן כבוד פארן גרויסן נפטר, קומען אן שלוחים פון א אנדערע סארט. שלוחים וואס קומען פון א אמת'ע וועלט, נישט די וואס מ'זעהט אויף א וועלט אנגעפילט מיט שקר, נאר דארט ווי אלעס איז אמת לאמתו. זיי קומען נישט מיט קיין קאראוואן, נישטא קיין קאדילעק, קיין באקוועמע זיצן און אנדערע צוגעהערן, נאר שווארצע הארטע חברה, שרעקליכע אויגן, שפיציגע הענט און פייערדיגע צינגען. זיי נעמען דעם גביר ואיש החסד און לייגן אים אויף די פלייצע און מ'גייט!

ער וויל זיך עפענען א מויל, פארלאנגן אביסל א באקוועמערע רייזע, אבער נישטא צו וועם צו רעדען, דאס איז נישט אמעריקא, דא איז נישטא קיין פראטעקציע, דא קויפט מען גארנישט פאר געלט.

ער דערקענט דעם וועג, דא איז ער מיט עטליכע ניינציג יאר צוריק געווען ווען ער האט געמאכט דעם וועג אויף אראפ, יעצט גייט ער אויף ארויף.

ער זעהט ווי זיין שכן, א איד נעבעך אלע יארן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ברויט, געווען א נהנה מיגיע כפו, נישט קיין סאך הנאה געהאט פון דעם עולם, נישט אזוי מצליח געווען מיט די קינדער, אבער ער האט זיך געהיטן אלע יארן פון צונעמען פון יענעם א פרוטה. ער זעהט ווי יענעם שכן טראגט מען עפעס שענער פון אים, מ'האלט אים געניט, מ'געבט אכט!

ער האפט אויפ'ן בעסטן, ער ווייסט אז אויף "יענע וועלט" איז נישטא קיין חכמות, ער האט אבער אין די האנט א קבלה פון "צען מיליאן טאלער" וואס ער האט געגעבן פאר א בנין וואס נאך ביז היינט ווערט דארט נתחנך טויזענטער קינדער בלע"ה, שווער צו באגרייפן דעם זכות אדיר וואס ער האט זיך געהאנדעלט דערמיט. מ'וועט זיך זיכער רעכענען מיט אזא זכות, מיט אזא מסי"נ, אזוי קלערט ער.

ער גייט און גייט, ס'איז א שווערע וועג, ער פורבירט צו ווייזן דעם צעטיל פאר זיין באגלייטער, נאר יענער ווייסט אפי' נישט וואס ער ווייזט אים. ער כאפט אים שארף אן, און פליעט. ער קרעכצט און זיפעצט, ער פארשטייט נישט פארוואס אים שלעפט מען אזוי שטארק און שווער און זיין שכן דארט פירט מען רואיג און געלאסן, א אינטערסאנטע וועלט דאס!

ענדליך קומט מען אן אויבן, ער ווארט שוין קוים אז דער רבי זיינער זאל אים אקעגן קומען, ער איז זיכער ביי זיך אז ער וועט אים נישט שולדיג בלייבן די אלע טובות, מ'האט דאך דאס דערמאנט פריער ביי די לויה, מ'האט אים אפי' געמאכט א שליח להולכה מעורר רחמים צו זיין אויף אידישע קינדער, אבער דערווייל זעהט ער אים נישט.

פונדערווייט זעהט זיך א אנלויפעניש, עפעס א געוואלד מיט נשמות זענען דא דארט, אויף עפעס ווארטן זיי, ער הייבט אן קלערן, דאס איז דאך אלע מיינע, די אלע אידן זענען זיכער דא פאר מיר, מ'האט ארויסגעטריבן אלע נשמות פון גן עדן מיר אקעגן צו גיין, זיי וועלן מיר געבן דעם כבוד הראוי!

ווי פארוואונדערט איז ער צו הערן קולות און געוויינעריי, נישט קיין געווענדליכע קבלת פנים פאר א חשובן גאסט, עפעס וויינט מען, עפעס ווילן די מענטשן, אפשר ווילן זיי טאקע ער זאל פועל'ן פאר זיי מיט זיין גרויסן כוח החסד, ער זאל זיי אזוי ווי אויף די וועלט האט ער אויסגעלייזט אידן פון פיין מיט זיינע צדקות זאל ער טוען די זעלבע דא, ער האט דאך קלאר געהערט פונעם מספיד "דו האסט דאך אזא כוח, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש", ער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן!

אט אט קומט ער אן, ער הערט קולות, קולי קולות, איש טמא, צא טמא, מייקר השער, רוצח!!!!!

ער הייבט אן זעהן דעם אמת, די אלע אידן זענען זיינע קונים, אדער גאר זיין חבר'ס קונים, ס'הייבט אן ווערן ביטער פאר די אויגן, ער זעהט בערל, אוי נעבעך, א טאג נאכן קלאוזינג איז בערל נעבעך נפטר געווארן פלוצלינג, ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע, ער האט געמיינט אז ער דארף קויפן א דירה וואס ער קען נישט ערלויבן, וואס איז אים שלעכט געווען אין א קליינע דירה'לע?

דא שטייט לעבן אים שמואל, ער איז געווען אלע זיינע יארן א בעל חוב, שולדיג געווען געלט פאר א שטאט מיט מענטשן, זיך קיינמאל נישט געקענט ארויסזעהן פון זיינע חובות. ער געדענקט נאך גוט ווי שמואל האט אים געבעטן נאך דריי חדשים נישט צאלן רענט אז ער זאל אים געבן נאך אביסל צייט, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, א ווארט איז א ווארט, ארויס!

דער מציאות דער אכזר שפייט אים אין פנים, ער זעהט זיך מיט א שטאט מיט מענטשן וועם ער האט געקענט פון "יענע וועלט", מענטשן וואס פלעגן פאר אים האבן א זעלטענעם דרך ארץ, און דא שטייען זיי הם ונשיהם ובניהם און זענען אים מבזה, פארפירן און שרייען, אוי, די בושה איז עד אין לשער!

ער קומט אן צום בי"ד של מעלה, ער האלט נאך שטארק אן זיין צעטעל'ע, דאס וועט אים זיכער העלפן, ס'וועט זיכער איבערשרייען די געוויינעריי און געשרייען פון אלע "פשוטע אידן" וואס האבן אין זייער לעבן אלע אינאיינעם אזאליכע נדבות נישט געגעבן.

ווי שאקירט ווערט ער, ער געבט איבער דעם קבלה, און דער ראש בי"ד ווארפט עס צום לופט אריין, אין א רגע איז דאס געווארן אויס, נישטא מער, צען מיליאן דאלער אין לופט!

"דיין גאנצע עשירות, דיין צדקה וחסד, דיין אלע מעשים טובים, דיין כבוד און רוב עושר און פיינע קינדער, אלעס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון מיליאנען דאלער חובות פאר די צובראכענע אידן. דו האסט געמאכט אויף זיי גרויסע רווחים וואס זיי האבן דיר געגעבן בלית ברירה, און זיי זענען געווארן ארעם ווי די נאכט.

"דו ביזט געווען א מייקר השער, האסט געהויבן די פרייזן פון די דירות וואס דו האסט געבויעט, אן קיין שום סיבה, נאר פארדעם ווייל מ'וועט דיר במילא צאלן א העכערן סומע.

"מ'האט זיך צו דיר געבעטן, ס'איז ארויף צו דיר עסקנים און רבנים, מ'האט געוויינט צו דיר, לאז אפ, רייס נישט קיין טאשן, ס'וועט דיר נישט זיין קיין טובה. מ'האט דיר געווזין קוק, מאכסט אזוי אויך גרויס געלט אויף דעם, ביזט אזוי אויך זייער רייך, פארוואס האסטו נישט קיין רחמנות אויף דיין ארעמע ברודער?

"דיין תאוה פאר געלט האט דיר נישט געלאזט טראכטן וואס איז ריכטיג, האסט פון די מענטשן געלאכט, 'איך דארף זיין משוגע אוועקצולאזן אזויפיל מיליאנען, מ'וועט במילא קויפן, ס'איז נישטא קיין דירות יעצט, קיינער קען מיר נישט צווינגן, איך טוה געניג פארן ציבור אזוי אויך'"

דער עושר הייבט אן פארפירן, וואס איז מיט שכר אויף מיין צדקה וחסד, וואס איז דער שכר אויף מיין צען מיליאן דאלער וואס איך האב געגעבן פאר איין בנין, סוף כל סוף איז עס צדקה, סוף כל סוף איז עס תורה פון תשב"ר, נאך אסאך זכותים עד אין שיעור וערך, וואו איז דער דין צדק?

ענטפערט מען אים צוריק:

"געדענקסטו זיכער אז מ'האט דיר געגעבן כבוד מלכים ביים חנוכת הבית? מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, מ'האט דיר משבח געווען. און חוץ דעם האסט געלעבט א לעבן אויף דעם עולם השפל, געהאט אלעס אויף דער וועלט, יעדע עוה"ז וואס דו האסט געחלומ'ט, ווען אין די זעלבע צייט זענען דיינע ברודער און שכנים געווען ארעם ווי די נאכט. דו ביזט אפגעלאפן פון שכר, האסט אלעס אפגענומען!

"אויף דעם עולם מאכט נישט אויס צען מיליאן צו צען צענט, אלעס ווענדט זיך אין דעם רצון, אין שוועריקייט, אין מסי"נ, לפום צערא אגרא זאגן חז"ל, דו ביזט גארנישט מער ווערד ווייל מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, ווייל מ'האט פון דיר מורא געהאט, ווייל מ'האט דיר מכבד געווען. אויך מאכט גארנישט אויס אלע בגדים פון צדיקים און כתבי ידות וואס דו האסט געקויפט די אלע יארן פאר גרויס געלט.

"דו האסט זיך אנגעטרונקן מיט גרינע בלוט, געצאפט דאס געלט פון אידן און זיי שופך דם געווען, דו ביזט א רוצח, א שפל ונבזה, דו האסט נישט עומד בנסיון געווען.

אין שאול תחתית אריין!

בלוט איז נישט קיין וואסער – כי לא במותם יקח הכל!
איין פרט וואס איז נישט אקוראט.
א מענטש קאן נישט "הייבן די פרייז" ער קאן נאר בעטן די מארקעט פרייז.
און אויב דאס איז די מארקעט פרייז האט נישט "ער געהויבן די פרייז"
Wow איר באקומט די מעדאל פאר רעדן שטותים פאר יאר תשפ"ה

זיי מסביר וואס מיינט א מענטש קען נישט הייבן קיין פרייזן?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 11:52 pm
אינטרעסאנטע שמועס מיט הרב אליעזר קרויס וועגן וואס צו טוהן מיט אינוועסטירער וועלעכע העכערן פרייזן
viewtopic.php?p=5496445#p5496445
אינטערוויו פון הרב אליעזר קרויס מיט די 3 טובי העיר קאסא גראנדע אריזאנע, איבער די סוקסעס פון די נייע ישוב. אויך ווי זיי שמועסן אויס די מהלכים וויאזוי אומצוגיין מיט די מייקרי השער
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=2 ... UKzjAZ8Hz7
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 12:08 am
זבולון חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:09 am
מאנ-יימער האט געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2015 3:29 pm
דעם פאלגענדען ארטיקל האב איך באקומען אין אישי.

---

חמשה עשר באב תשע"ז

"חנוכת הבית לבנין התלמוד תורה "תורת אמת"."

דער מנהל המוסד רופט אויס ספאנטאן:

"תנו כבוד למוקיר תורה, מיר בעטן דעם גאנצן ציבור זאל זיך אויפשטעלן און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן גרויסן מוקיר תורה, בונה ומקים, הרבני הנגיד המרומם מו"ה _______ וואס האט מנדב געווען דעם פאנטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער צום אויפבוי פון דעם ריזן תורה פעסטונג!

די מוזיק הייבט אן גיין אויף אלע טענער, אשריכם אשריכם אשריכם אשריכם תלמודי חכמים!

אלעס ריקט זיך, אלעס רעש'ט, אזא סומע האט מען נאכנישט געהערט. א איד מיט אזאליכע השגות, מ'קען דאס גארנישט משיג זיין, א איד א צדיק, געבט אוועק א פארמעגן מיט געלט, און נאך בסבר פנים, מ'האט אים קוים געדארפט בעטן.

-

ר"ח חשון תתי"ג

די לוי פון הרבני הנגיד החסיד המרומם וכו' וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול בשעה תשע.

עס טוט זיך א מבוכה, זאל מען אים אריינפירן אין ביהמ"ד, ער איז דאך סוכ"ס געווען אזא תומך תורה וואס מ'זעהט זעלטן, און דערצו א שיינער יודע ספר, און א ערליכער, בנין וחתנן רבנן. דער פסק איז געווען אז ניין, אויסער א רב אדער מורי הוראה איז דאס נישט פאסיג אבער מ'מאכט די לויה פארענט פון ביהמ"ד מיט ספעציעלע הויכהילכער אז די מאסן זאלן קענען מיטהאלטן די לענגערע הספדים אויף דעם אדם יקר באנשים!

ה' נתן וה' לקח, מ'פירט אראפ דעם ארון אין קבר אריין, דארט ווי יעדער מענטש קומט אן סוף כל סוף, די חברה קדישא טוען אלעס כהלכה, מ'דעקט איבער דעם ארון, נאר תלמידי חכמים וואס מ'האט געלאזט אין ירושה פאר זיי אפאר דאלער, נאר זיי מעגן איבערדעקן דעם ארון, שווער געזעגענט מען זיך פון דעם באליבטן בעל חסד ותלמוד חכם, אלע וועלן זיך בענקן נאך אים, און מיט א שווער געמיט גייען די פאראבל'טע אידן אראפ פונעם בית עולם מיט א געבעט "ובלע המוות לנצח".

ווי נאר דער עולם שפאצירט אוועק, געגעבן דעם לעצטן כבוד פארן גרויסן נפטר, קומען אן שלוחים פון א אנדערע סארט. שלוחים וואס קומען פון א אמת'ע וועלט, נישט די וואס מ'זעהט אויף א וועלט אנגעפילט מיט שקר, נאר דארט ווי אלעס איז אמת לאמתו. זיי קומען נישט מיט קיין קאראוואן, נישטא קיין קאדילעק, קיין באקוועמע זיצן און אנדערע צוגעהערן, נאר שווארצע הארטע חברה, שרעקליכע אויגן, שפיציגע הענט און פייערדיגע צינגען. זיי נעמען דעם גביר ואיש החסד און לייגן אים אויף די פלייצע און מ'גייט!

ער וויל זיך עפענען א מויל, פארלאנגן אביסל א באקוועמערע רייזע, אבער נישטא צו וועם צו רעדען, דאס איז נישט אמעריקא, דא איז נישטא קיין פראטעקציע, דא קויפט מען גארנישט פאר געלט.

ער דערקענט דעם וועג, דא איז ער מיט עטליכע ניינציג יאר צוריק געווען ווען ער האט געמאכט דעם וועג אויף אראפ, יעצט גייט ער אויף ארויף.

ער זעהט ווי זיין שכן, א איד נעבעך אלע יארן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ברויט, געווען א נהנה מיגיע כפו, נישט קיין סאך הנאה געהאט פון דעם עולם, נישט אזוי מצליח געווען מיט די קינדער, אבער ער האט זיך געהיטן אלע יארן פון צונעמען פון יענעם א פרוטה. ער זעהט ווי יענעם שכן טראגט מען עפעס שענער פון אים, מ'האלט אים געניט, מ'געבט אכט!

ער האפט אויפ'ן בעסטן, ער ווייסט אז אויף "יענע וועלט" איז נישטא קיין חכמות, ער האט אבער אין די האנט א קבלה פון "צען מיליאן טאלער" וואס ער האט געגעבן פאר א בנין וואס נאך ביז היינט ווערט דארט נתחנך טויזענטער קינדער בלע"ה, שווער צו באגרייפן דעם זכות אדיר וואס ער האט זיך געהאנדעלט דערמיט. מ'וועט זיך זיכער רעכענען מיט אזא זכות, מיט אזא מסי"נ, אזוי קלערט ער.

ער גייט און גייט, ס'איז א שווערע וועג, ער פורבירט צו ווייזן דעם צעטיל פאר זיין באגלייטער, נאר יענער ווייסט אפי' נישט וואס ער ווייזט אים. ער כאפט אים שארף אן, און פליעט. ער קרעכצט און זיפעצט, ער פארשטייט נישט פארוואס אים שלעפט מען אזוי שטארק און שווער און זיין שכן דארט פירט מען רואיג און געלאסן, א אינטערסאנטע וועלט דאס!

ענדליך קומט מען אן אויבן, ער ווארט שוין קוים אז דער רבי זיינער זאל אים אקעגן קומען, ער איז זיכער ביי זיך אז ער וועט אים נישט שולדיג בלייבן די אלע טובות, מ'האט דאך דאס דערמאנט פריער ביי די לויה, מ'האט אים אפי' געמאכט א שליח להולכה מעורר רחמים צו זיין אויף אידישע קינדער, אבער דערווייל זעהט ער אים נישט.

פונדערווייט זעהט זיך א אנלויפעניש, עפעס א געוואלד מיט נשמות זענען דא דארט, אויף עפעס ווארטן זיי, ער הייבט אן קלערן, דאס איז דאך אלע מיינע, די אלע אידן זענען זיכער דא פאר מיר, מ'האט ארויסגעטריבן אלע נשמות פון גן עדן מיר אקעגן צו גיין, זיי וועלן מיר געבן דעם כבוד הראוי!

ווי פארוואונדערט איז ער צו הערן קולות און געוויינעריי, נישט קיין געווענדליכע קבלת פנים פאר א חשובן גאסט, עפעס וויינט מען, עפעס ווילן די מענטשן, אפשר ווילן זיי טאקע ער זאל פועל'ן פאר זיי מיט זיין גרויסן כוח החסד, ער זאל זיי אזוי ווי אויף די וועלט האט ער אויסגעלייזט אידן פון פיין מיט זיינע צדקות זאל ער טוען די זעלבע דא, ער האט דאך קלאר געהערט פונעם מספיד "דו האסט דאך אזא כוח, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש", ער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן!

אט אט קומט ער אן, ער הערט קולות, קולי קולות, איש טמא, צא טמא, מייקר השער, רוצח!!!!!

ער הייבט אן זעהן דעם אמת, די אלע אידן זענען זיינע קונים, אדער גאר זיין חבר'ס קונים, ס'הייבט אן ווערן ביטער פאר די אויגן, ער זעהט בערל, אוי נעבעך, א טאג נאכן קלאוזינג איז בערל נעבעך נפטר געווארן פלוצלינג, ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע, ער האט געמיינט אז ער דארף קויפן א דירה וואס ער קען נישט ערלויבן, וואס איז אים שלעכט געווען אין א קליינע דירה'לע?

דא שטייט לעבן אים שמואל, ער איז געווען אלע זיינע יארן א בעל חוב, שולדיג געווען געלט פאר א שטאט מיט מענטשן, זיך קיינמאל נישט געקענט ארויסזעהן פון זיינע חובות. ער געדענקט נאך גוט ווי שמואל האט אים געבעטן נאך דריי חדשים נישט צאלן רענט אז ער זאל אים געבן נאך אביסל צייט, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, א ווארט איז א ווארט, ארויס!

דער מציאות דער אכזר שפייט אים אין פנים, ער זעהט זיך מיט א שטאט מיט מענטשן וועם ער האט געקענט פון "יענע וועלט", מענטשן וואס פלעגן פאר אים האבן א זעלטענעם דרך ארץ, און דא שטייען זיי הם ונשיהם ובניהם און זענען אים מבזה, פארפירן און שרייען, אוי, די בושה איז עד אין לשער!

ער קומט אן צום בי"ד של מעלה, ער האלט נאך שטארק אן זיין צעטעל'ע, דאס וועט אים זיכער העלפן, ס'וועט זיכער איבערשרייען די געוויינעריי און געשרייען פון אלע "פשוטע אידן" וואס האבן אין זייער לעבן אלע אינאיינעם אזאליכע נדבות נישט געגעבן.

ווי שאקירט ווערט ער, ער געבט איבער דעם קבלה, און דער ראש בי"ד ווארפט עס צום לופט אריין, אין א רגע איז דאס געווארן אויס, נישטא מער, צען מיליאן דאלער אין לופט!

"דיין גאנצע עשירות, דיין צדקה וחסד, דיין אלע מעשים טובים, דיין כבוד און רוב עושר און פיינע קינדער, אלעס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון מיליאנען דאלער חובות פאר די צובראכענע אידן. דו האסט געמאכט אויף זיי גרויסע רווחים וואס זיי האבן דיר געגעבן בלית ברירה, און זיי זענען געווארן ארעם ווי די נאכט.

"דו ביזט געווען א מייקר השער, האסט געהויבן די פרייזן פון די דירות וואס דו האסט געבויעט, אן קיין שום סיבה, נאר פארדעם ווייל מ'וועט דיר במילא צאלן א העכערן סומע.

"מ'האט זיך צו דיר געבעטן, ס'איז ארויף צו דיר עסקנים און רבנים, מ'האט געוויינט צו דיר, לאז אפ, רייס נישט קיין טאשן, ס'וועט דיר נישט זיין קיין טובה. מ'האט דיר געווזין קוק, מאכסט אזוי אויך גרויס געלט אויף דעם, ביזט אזוי אויך זייער רייך, פארוואס האסטו נישט קיין רחמנות אויף דיין ארעמע ברודער?

"דיין תאוה פאר געלט האט דיר נישט געלאזט טראכטן וואס איז ריכטיג, האסט פון די מענטשן געלאכט, 'איך דארף זיין משוגע אוועקצולאזן אזויפיל מיליאנען, מ'וועט במילא קויפן, ס'איז נישטא קיין דירות יעצט, קיינער קען מיר נישט צווינגן, איך טוה געניג פארן ציבור אזוי אויך'"

דער עושר הייבט אן פארפירן, וואס איז מיט שכר אויף מיין צדקה וחסד, וואס איז דער שכר אויף מיין צען מיליאן דאלער וואס איך האב געגעבן פאר איין בנין, סוף כל סוף איז עס צדקה, סוף כל סוף איז עס תורה פון תשב"ר, נאך אסאך זכותים עד אין שיעור וערך, וואו איז דער דין צדק?

ענטפערט מען אים צוריק:

"געדענקסטו זיכער אז מ'האט דיר געגעבן כבוד מלכים ביים חנוכת הבית? מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, מ'האט דיר משבח געווען. און חוץ דעם האסט געלעבט א לעבן אויף דעם עולם השפל, געהאט אלעס אויף דער וועלט, יעדע עוה"ז וואס דו האסט געחלומ'ט, ווען אין די זעלבע צייט זענען דיינע ברודער און שכנים געווען ארעם ווי די נאכט. דו ביזט אפגעלאפן פון שכר, האסט אלעס אפגענומען!

"אויף דעם עולם מאכט נישט אויס צען מיליאן צו צען צענט, אלעס ווענדט זיך אין דעם רצון, אין שוועריקייט, אין מסי"נ, לפום צערא אגרא זאגן חז"ל, דו ביזט גארנישט מער ווערד ווייל מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, ווייל מ'האט פון דיר מורא געהאט, ווייל מ'האט דיר מכבד געווען. אויך מאכט גארנישט אויס אלע בגדים פון צדיקים און כתבי ידות וואס דו האסט געקויפט די אלע יארן פאר גרויס געלט.

"דו האסט זיך אנגעטרונקן מיט גרינע בלוט, געצאפט דאס געלט פון אידן און זיי שופך דם געווען, דו ביזט א רוצח, א שפל ונבזה, דו האסט נישט עומד בנסיון געווען.

אין שאול תחתית אריין!

בלוט איז נישט קיין וואסער – כי לא במותם יקח הכל!
איין פרט וואס איז נישט אקוראט.
א מענטש קאן נישט "הייבן די פרייז" ער קאן נאר בעטן די מארקעט פרייז.
און אויב דאס איז די מארקעט פרייז האט נישט "ער געהויבן די פרייז"
דיין תגובה איז אויסגעהאלטן עקאנאמיש, פראקטיש און דעת הקהל'יש.

אבער לעגאל איז דא א פארבאט פון פרייס גאוטשינג און - להבדיל - עפ"י הלכה איז דאָ אן איסור פון מייקר זיין השער. די שמועס דא לויפט מען הלכה'דיג כאטש וואס מ'איז נישט אין 'ידיעות התורה פארום'.

מער השקפה'דיג שטייט דאך אז ס'וועט זיך והיוקר יאמיר, קען זיין די עשירים ווילן נישט מעכב זיין ביאת המשיח, מילא גייען זיי ארויף מיט די פרייז ווי מ'קען.

אבער שלומי אמוני ישראל צייגן אן אויפן איסור פון שלא ידחקו את הקץ אז מ' טאר אפילו נישט מתפלל זיין יותר מדאי צו ברענגען די גאולה פאר די צייט, מילא אויב גייט מען ארויף מיט די פרייזן צו שנעל און צו הויך אלץ עיקבתא דמשיחא שפילט מען זיך מיט הארבע איסורים פון ציונות ואביזרייהו.

איך גלייב נישט א לאקאלע רב קען דאס ענטפערן, דארף ווען זיין עפעס אן אונטערנאציאנאלע כח הרבנות וואָס זאָל דאָס פסקענען. און אז ס'איז נישטא, דאן גייען פרייזן ארויפגיין גיין ביי אונז אפגעזעהן וויפיל אשכולות מ'גייט עפענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”