מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

@מצב כללי, די פרייז מאכן די מאסיווע נאמבער פון קונים, און ארטיסטן, איך מיין אז ביי יעדע אנדערע פראדוקט פארשטייסט עס, נאר דא האסטו עפעס א בלאקעדזש,

@לכתחילה, לאמיך דיר פארציילן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין ווילי אפאר יאר צוריק, געווען א חשובע יוד וואס האט געוואוינט אלץ טענעט ביי א יוד א גביר, און דער גביר האט אים געטזשארדזשט א גוטע 40 פראצענט ווייניגער פון מארקעט וועליו, צו האבן די זכיה צו שטיצן דעם תלמיד חכם, און יעדע פורים איז אנגעקומען א שיינע שלויעכמאנעס באגלייט מיט א הערליכן דאנק בריוול אז ער נאר א דאנק אים קען ער זיצן און לערנען וכו',
איין שיינעם טאג רופט דער גביר אן זיין חשובע טענעט און זאגט אים, אהובי ידידי, מיין טאכטער זוכט א דירה, און איך דארף צוריק מיין דירה,
טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, די זאך איז אנגעקומען צו דין תורה,
עפרישיעישאן בתפארתו,
איך פארשטיי אז סאיז מן הסתם אן אויסנאם פאל, אויך בין איך דעם דן דעם יוד לכף זכות אז ער האט מן הסתם נישט געהאט ווי צי מופן, ספעציעל נאכן זיך צוגעוואוינען צו אזא אויסנאם באקוועמע סיטואציע,
אבער איך מיין אז עפ"י דרך הטבע, געוויינען זיך מענטשען שנעל צו צו מתנות, און מהערט עס אויף צי עפרישיעיטאן,




איך מיין אז רענטעל מיט סעילס זענען צוויי באזונדערע נושאים, און ביי רענטלס האלט איך יא אז סאיז דט כאטש א 'מאראלישע אחריות' נישט צו יענעם אויסזעקלען, קאנדישאנס פערמיטטינג, דהיינו אז ער האט עס נאך געקויפט גענוג ביליג צו קענען אוועקגעבן פאר ביליגער ווי די מארקעט וועליו, + אז ער קען עס עפארדען, (משא"כ ביי סעילס, סתם אוועקצוגעבן ביליגער אז דער קונה זאל עס פליפן, איז זינלאז )
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

געוואלדיג! עס ליגט א ארבעט און דעם

לגבי זיין א מייקרי שער ביי רענט

פאר די וואס פרעגן פון אנדערע וואס בארעדסטו, וואלסטו ווען בעסער געווען אלץ לענדלארד ווען די האסט ווען דירות

סע נערישע קשיא ווייל איך מיין כמעט יעדער קען לענדלארדס וואס בעטן די מארקעט פרייז און טרייען נישט צו בעטן די מעקס וואס מען קען רייסן, און לאזן א צווייטען טוהן די שמיציגע ארבעט צו ארויפציען די פרייז און מאכן די העכערע אמאונט די מארקעט פרייז.
איך האב צוויי טענעטס און ביים זוכן א טענענט פרעג איך פון די בראקער וואס קען מען בעטן פאר דעם זאגט ער מיר אז די מארקעט פרייז איז בערך $1750 אבער ״מען״ בעט שוין 1850 - 1875 האב איך אים געזאגט איך וועל בעטן 1750 איך וויל נישט זיין פון די וואס מאכן די פרייז 1850 די מארקעט פרייז, איך וויל נישט אז אנדערע לענדלארדס זאלן זאגן אז מען בעט שוין 1850 ווייל איך בעט שוין אויך 1850 פאר די סייז דירה , יעצט דער לענדלאר וואס בעט 1850 הייסט א מייקרי השער אנדערע מאכן אים נאך און אזוי ריקט זיך ארויף די פריי, און מען טראגט אן אחריות אזא איינער גייט צאלן א פרייז פאר די הונדערטע יונגעלייט וואס גייען באצאלן מיט די 100 דאלער מער.
פארגעס נישט אז די פרייז צו $1750 האט זיך אויך ארויפגערוקט א דאנק די גוטע יודן וואס טרייען אלץ די מעקס וואס מען קען קוועטשן

איך געדענקט ווען איך האב חתונה געהאט האבעך געצאלט פופצן הונדערט רענט און די נעקסט דאאר האט געבעטן זיבעצן הונדערט ווען די מארקעט פרייז איז פופצן הונדערט, ער האט זיך מוסר נפש געווען און געווארט צוויי חדשים מיט א ליידיגע דירה אז ער זאל קענען בעטן זיין ערליך פארדינטע 1700 דאלער ביז ער האט עס געטראפן אט דאס מיינט מייקר שער און די זעלבע איז ביים פארקויפן און קויפן א דירה
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ELMO א שיינע זאך אז די ביסט געגאנגען די ביליגע פרייז ממנו ילמדו,

סיז אבער דא נאך א אזאך אין דעם, איך מייניש דווקא דיך איך מיין אלע יודן וואס פארדינגען דירות,
ווען מבעט פון א טענענט (למשל) $1750 ווען ס'קאסט די דירה נישט מער ווי $900 א חודש צו איינער בעט $3000 און סקאסט אים נאר $1500 וואסערע נאמען האטעס? איך ווייס נישט צו סהייסט גניבה צו נישט רחמנות האבן אויף יענעם אבער עפעס א נאמען האטעס זיכער, דעס איז לאוו דווקא בילדערס דעס קען אויך זיין סתם יונגעלייטלעך וואס האבן זיך געקויפט צוויי דריי דירות פאר אינקאם און זיי בעטן דארט $800 מער ווייל זיי דארפן דאך האבן געלט? איך רעד שויניש פון די הייבן פרייז פראבלעם, ווי איז דיין יודיש הארץ?? פארוואס בעטסטו פון יענעם געלט? ווייל די ווילסט קענען לעבן רוהיג אן זיך מוטשענען פאר דיין דירה?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מחותן האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: חוץ מזה, מען דארף מעיין זיין בפוסקים צי דורך בעטן מער רענט האט מען א דין פון מייקר השער.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די פרשה פון שליסל געלט, האבן אלע רבנים אינטערגעשריבען אז ביי דירות איז דא מייקר השער..

אהער מיטן בריוו ביטע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

איך האב מייןס נישט לאנג צוריק געקויפט איך מיין אז אויף פען און פעפער צאל איך נאך צו פאר די עקספענסעס פון די דירה אויב די קענסט די מארקעט פון אונזער געגנט א נייע דירה מאכט נישט קיין חודשליך פראפיט עס לוינט זיך אפשר פאר די לאנג טערם

אבער איך וויל פארשטיין צו די האלסט טאקע אז מיין באבע וואס האט געקויפט די דירה און די 1960 פאר אכט טויזענט דאלער דארף בעטן זעכציג דאלער א חודש ?
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

[img]http://[/img]
מילכיגער האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פארוואס א מנהל אליין זאל עפענען א דופליקאט אשכול מיט אקוראט די זעלבע מעסיזש וואס ס'שטייט שוין אין צענדליגע אנדערע אשכולות. מ'קען אנפילן א ווערהאוז מיט אשכולות וואס טענה'ן די זעלבע טענה.

כלפי די עצם טענה, איז שוין איבערגעחזרט א באנטש מאל אז:

1) לויט די טרוקענע הלכה גייט נישט אן די הלכה פון מייקר השער ביי א פלאץ ווי ס'איז אין יד בי"ד תקיפה (נאר דארט ווי בי"ד קען ארויפצווינגען א שער, מ'צווינגט נישט קיין יחיד צו זיין א צדיק ווען יעדער ארום מאכט געלט).

2) די עצם זאך אז דאס הייסט מייקר השער ווען מ'רעכנט א פרייז וואס איז נידריגער ווי פאר גוים (די מציאות אין כמעט אלע פעלער) איז שטארק אפגעפרעגט.

3) די דעפיניציע פון שער, אדער די טייטש אויף אידיש המדוברת, איז "מארקעט פרייז" און אלס אזוינס איז די פרייז פון יד אידישע געגנטער בכלל נישט טייער. מייקר השער איז א מציאות וואס איז נאר שייך ביי מאנאפאליסטן אדער אין זעלטענע אומשטענדן וו.צ.ב.ש ביי א שעת חירום ווי א פארפלייצונג אדער מלחמה ווען ס'ווערט א פלוצלינגדיגער שארטעזש אדער ביי זאכן ווי ס'נישטא קיין מסודר'דיגע מארקעט ווי זאכן ווערן געקויפט און פארקויפט רעגלמעסיג.

אין פעלער ווי ס'איז יא דא א רעגלמעסיגע מארקעט (אזוי ווי ביי דירות היינט צו טאג) איז חוץ פון דעם אז ס'איז די שער (נישט קיין יוקר השער) איז ווי יהי' כן זאגט פונקט אזוי די רצון פון לוקח ווי דער מוכר. ביי דעפינישן יעדעס מאל ווען א מקח געשעט האבן ביידע צדדים באשלאסן אז די פרייז איז ריכטיג ווי שוין אויסגעשמועסט כמה וכמה פעמים

4) אפילו אויפן צד אז די גאנצע הנחה איז ריכטיג איז די מעסעזש (אז איינעמס צדקה וחסד ווערט אוועקגעוואשן טאמער איז די מקור פון די געלט נישט יושר'דיג) א שטארקע טעות און אנדערש ווי ס'שטייט און כמה וכמה מקורות. דער באשעפער באצאלט פאר יעדע מצוה און פאר יעדע עבירה. טאמער א איד האט מיט מס"נ אויסגעריסן פון זיך 10 מיליאן פאר א דבר טוב ווערט ער באקומען שכר דערפאר אפגעזען פון דעם עונש אויף די אנדערע מעשים.

5) איך האב נישט קיין כח דאס איבערצוחזר'ן אין יעדע אשכול אבער די טאן פון די אלע אשכולות דא נעמען אלס מער און מער א קאמוניסטישע געדאנקען גאנג ווי דער בורזשאויווער קאפיטאליסט איז שולדיג אין אלע צרות פון די ארבעטער קלאס. מ'האלט דא אין איין שעלטן די נגידים, די ראשי קהלה און די נדיבי עם. איך בין נישט קיין איינס פון די קאטעגאריעס און איך האב נישט קיין נאנטע קרובים צווישן זיי אבער א געפיל פאר יושר האב איך... דאס אז דער רבש"ע באשענקט איינעם מיט עשירות איז נאך נישט קיין סיבה פאר קיין שנאה קעגן אים און א עושר איז ווייט נישט דער איינציגער וואס האט מאנאפאל אויף מעגליכע עוולות אין זיין געלט. ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין איז די עוולה פון נעמען אין געוויסע אופנים פון די שאר ירקות באופן ווען מ'איז אומבארעכטיגט נאך מער אסור און עכ"פ ווייניגער אויסגעהאלטן ווי יוקר השער אויף די היינטיגע מציאות!

6) מיינע ווערטער זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי כאילו איך בארעכטיג אלע לענדלארדס אדער דעוועלאפערס. ווייט דערפון. ווי ביי אלע ביזנעסער איז דא אין דעם עושי עוולה אדער שלא ביושר. פונקט אזוי איז א טענענט וואס צאלט נישט אין צייט עובר אויף לא תלין און כובש שכר. פונקט אזוי איז א איד (נישט קיין חילוק ווי ארים אדער רייך, לענדלארד אדער טענענט) וואס האנדלט נישט ערליך. מיין פוינט איז נאר קעגן די נעמען די לענדלארדס "עז עי קלעס" און זיי דעמאניזירן און כסדר אראפרייסן פאר זייער איינציגע עוולה פון זיין די וואס זענען נהנה פון אונזער מאנגל אין זעלבסטזיכערהייט וואס שטערט אונז פון נעמען די ריכטיגע החלטות.

אינעם גליון וואס איז פארשפרייט געווארן אינאיינעם מיט'ן דרשה פונעם שבט הלוי זצ"ל ווערט אין קורצע ווערטער אויסגעשמועסט דער ענין אז "הלכה" איז בכלל נישט וויכטיג אין דעם ענין. ס'בכל אופן א שרעקליך הארבע זאך וואס די וואס רייסן הויכע געלטער טוען, אפילו אויב ס'וואלט געווען הונדערט פראצענט מותר על פי הלכה.
צווייטנס: יא! די שנאה צו די עשירים וואס פארפייניגן ארימעלייט מיט'ן מייקר השער זיין מעגליך בארעכטיגט! דער שבט הלוי זצ"ל שרייבט אז "צוליב דעם איז הקב"ה גוזר מורא'דיגע גזירות" ר"ל - א שטייגער ווי מומביי. - וויפיל קראנקע זענען דא אין שפיטעלער? וויפיל אידן זיצן אין תפיסות? וויפיל גייסטישע פראבלעמען זענען פארהאן??
ווער ווייסט צי סזענען נישט אין גרויסן טייל דער גורם דערפון די טייערע גבירים אונזערע, מייקרי השער
און יא! איך קען פערזענליך באשטעטיגן וואס יענער גליון ברענגט ארויס: גדולי הרבנים אין שטאט באקלאגן זיך אז ווען לענדלארדס וואלטן זיי געפרעגט וואלטן זיי זיכער נישט ערלויבט תורה'דיג צו פארלאנגען אזעלכע פרייזן נאר מ'פרעגט ליידער נישט! - ס'פעלט נישט אויס קיין הלכה'דיגע דיסקוסיעס דא, זאלן זיי בלויז פרעגן רבנים וואס זענען נישט קיין לענדלארד'ס(און נישט קיין טענענט'ס...) און זיי וועלן זיי שוין קלאר מאכן וואס די תורה פארלאנגיט אין אזא פאל פון א איד.
בייגעלייגט איז א לינק צו דעם גליון מיט די דרשה פונעם שבט הלוי זצ"ל
viewtopic.php?p=1070646#p1070646
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

Elmo האט געשריבן: איך האב מייןס נישט לאנג צוריק געקויפט איך מיין אז אויף פען און פעפער צאל איך נאך צו פאר די עקספענסעס פון די דירה אויב די קענסט די מארקעט פון אונזער געגנט א נייע דירה מאכט נישט קיין חודשליך פראפיט עס לוינט זיך אפשר פאר די לאנג טערם

אבער איך וויל פארשטיין צו די האלסט טאקע אז מיין באבע וואס האט געקויפט די דירה און די 1960 פאר אכט טויזענט דאלער דארף בעטן זעכציג דאלער א חודש ?

זאל דיין באבע אנרופן אן ערליכן רב פרעגן וויפיל זי מעג רעכענען, סיי ע"פ הלכה און סיי ע"פ היושר (עיין רמב"ן ע"פ ועשית הישר והטוב, ועיין רמב"ן ריש פ' קדושים)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

Elmo האט געשריבן: אבער איך וויל פארשטיין צו די האלסט טאקע אז מיין באבע וואס האט געקויפט די דירה און די 1960 פאר אכט טויזענט דאלער דארף בעטן זעכציג דאלער א חודש ?


כ'האף אז פארשטייסט אליינס אז צווישן זעכציג דאלער א חודש ביז 4000 דאלער א חודש איז דא עפעס א נארמאלע נאמבער אינצווישן....
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

ברוך השם איך קען זיין שטאלץ מיט מיין באבע וויפיל זי בעט זי האט געהעכרט און די לעצטע זיבן יאר איינמאל מיט הונדערט דאלער און די פרייז איז א פרייז וואס דער יונגערמאן באצאלט מיט א גוטע געפיל וואס דעס איז די עיקר ביי איר, אבער וויזוי עס זאל נאר זיין איז די דירה שוין אויסגעצאלט צען מאל און איך מיין זי איז באריכטיגט צו מאכן געלט אויף פארשטייט זיך מיט יושר, אבער דיר האט פריער געקוועטש אז זי מאכט 1000 דאלער א חודש איך מיין מען איז ענטייטלד צו מאכן געלט די פראבלעם איז ווען די מאכסט און דיין טענענט הונגערט און נישט אז זי מאכט געלט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עלמא,
נהניתי מאד מתגובתך. נישט וויפיל דער לענדלארד פארדינט איז דער ווארט, נאר וויפיל דעט טענענט קען צאלן.
דער זעלבער לענדלאד קען בעטן פון איינעם ביליג און איינעם טייער (ביושר כמובן) ווייל דער צווייטער קען זיך ערלויבן צאלן אביסל מער און קען עס געבן בחפץ לב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

גרינער אישי עס אריין צו מיין לענדלארד
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מילכיגער האט געשריבן: א גרויסן ייש"כ יהי' פאר די שיינע שטיקל. ס'איז טאקע א צריך עיון און אנדערש ווי מ'לערנט אין פסוק ביי די עצה פון דניאל צו נבוכדנאצר "וחטייך בצדקה פרוק".

אזוי פיל איז האסטו אויפגעטון אז איך מוז מודה זיין אז יא, ס'איז א נושא ווי ס'דא כמה וכמה אופנים אין חז"ל און אין ספרי מוסר ודרוש און דא איז נישט דאס פלאץ אויסצוגראדן אלע קשיות. אלס א פשוט'ע רול איז אבער די אמונת אומן פון יעדן איד אז ביים באשעפער איז דא שכר פאר יעדע מצוה און א עונש פאר יעדע עבירה און גארנישט (נישט די מצוה און נישט די עבירה) ווערט נישט אוועקגעווישט)



וחטאך בצדקה פרוק איז בלויז נאך תשובה, אפצואווישען דעם פגם און זיך צו בעהיטען פון יסורים (און געוויס נאר מיט ריינע געלט ווייל טאמער נישט איז אני ה' שונא גזל בעולה).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

איך ווייס נישט וועם מען וועט דן זיין דער וואס בעט דעם פרייז וואס מען צאלט אים אדער דער וואס צאלט. די גמרא זאגט אז לאו עכברא גנב. קומסט מיר פאר ווי א קלאסישער "והרשעים הנלכדים בגיהנם זה, צווחין ככלבא הב הב" אויף יענעמס חשבון שרייסטו ווייל דו ווילסט וואוינען אין א ספעציפישער זיפ קאוד.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מילכיגער האט געשריבן: טאמער בין איך גערעכט אז דאס הייסט נישט קיין יוקר השער איז דאך פשט אז ער מאכט כשר געלט 100 מיליאן און גיט מעשר 10. א צדיק פון א איד.


א צדיק פון א איד? פארוואס, ווייל ער גיט מעשר? פאר אים איז 10 מיליאן גרינגער ווי פאר מיר צו גיבן א הונדערטער פון מיין אויסגעקארגטע טויזענטער וואס איך פארדין א וואך, און עספיעט נישט גענוג צו לעבן פאר א שטוב מיט קינדער.

אז מען רעדט פון ב"ד של מעלה דארף מען אינאכט נעמען אז דארטן ווערט מען נישט עקסייטעד פון גרויסע נומערן, און דער ארעמער מענטש וואס גיבט א פינפער פארן משולח קען זיין אין עולם האמת פיל א גרעסערער "צדיק פון א איד" ווי דער מולטי מיליאנער וואס טיילט מיליאנען. דארט קוקט מען מיט אנדערע סארט ברילן. דער טויבעלע קרבן פונעם ארעמאן איז פונקט אזוי חשוב ווי דער פעטער אקס פונעם עושר, אויב נישט חשוב'ער.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע:אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צוזאמצושטעלן געלט פאר א קרוב, האב איך ערגעץ אינמיטן אריינבאקומען אפאר הונדערט דאלערדיגע טשעק פון איינע פון די באקאנטע בויערס אין וויליאמסבורג וואס האט אויף זיין האנט אסאאאאאאך אידיש גרינע בלוט דורכן זיין פון די גרעסטע מייקרי השער, איך האב געהאט א גאר שטארקע נסיון נישט צוצוגיין צו דעם איד אין ביהמ"ד און צורייסן דעם טשעק בפניו אויסצודריקן מיין ווייטאג און די אמת אז די גרויסארטיגע הונדערטערס וואס ער פארטיילט פון די רציחישע הכנסות איז לכאורה זילטש ווערט לזכות, אויב עס מאכט נישט גאר דאס פארקערטע כידוע וכמבואר.
(איינע פון די סיבות פארוואס איך האב עס נישט געטאן איז ווייל כ'האב נישט געוואלט ווייטאן די שליח וואס האט עס ערלעדיגט)
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גוט האסטו געטוהן, ווייל אפילו אויב עס איז אמת וואס מען זאגט אויף דעם גביר איז נאך אלץ נישט דא א היתר אים פארשעמען ברבים; און נאך דערצו אז עס קען שטארק ימלט זיין אז ער איז נישט אזא בייזער ווי מענטשען מיינען, אז ער גיבט קיינעם נישט קיין הנחות. מענטשען זענען קאמפליצירט און די קענסט נישט וויסען אויף זיכער זיין גאנצע מהות.

מיר קומט אויך אויס צו וועלען שטעלען מענטשען אין פלאץ ברבים, אבער האלט זיך איין פאר די אויבערשטע סיבה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סמארט גאי האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן: ס'איז אן אלטע דעבאטע צו ס'הייסט מיקרי השער,

איך האלט אז דער אינגערמאן וואס קאמפיט מיט דיר צו קויפן די דירה ער איז גאר דער מייקר השער, און דער דעוולעפאר אויב איז ער א ענדע צדיק און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ווייניגער, גייט מארגן דער קונה און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ריוח, דאס איז מעשים בכל יום,

נאר דער פליפער אינגערמאן, וויבאלד ער מאכט נישט קיין געלט אויף א גרענד סקעיל נאר 20-30 אלפים דא און דארט, ציעט ער נישט קיין אויגן און יעדער פארגינט אים עס (און מ'טראכט צו זיך, הלואי איך וואלט געהאט דער געלעגענהייט), אבער דער בויער וואס שארט מיליאנען, און דער עולם איז אים מקנא אין גרויסן, איז ער אויסגעשטעלט צו קללות נמרצות פון גאנץ כלל ישראל,

טראכט אריין ווען די האסט א קאנדא אין וויליאמסבורג און די ציעסט זיך אריער צו ניי-וויליאמסבורג המכונה מאנסי, און די זוכסט צו פארקויפן דיין דירה, גייסטו עס פארקויפן פאר די העכסטע בידער ? אדער די גייסט עס פארקויפן פאר אפאר דאלער ביליגער אז דער קונה -אין אזאך פעלער - זאלעס קענען פליפען און האבן אויף וואס שבת צו מאכן,??
און אויב דו גייסט עס פארקויפן פאר טאפ דאלער, גייט דיך איינער פארשרייען אלץ א מייקר שער ?

ס'איז צייט איינצוזעהן, אז קנאה איז די הויפט פאקטאר וואס טרייבט די זאך דא,

פון ווי ביזטו איבערצייגט אז עס קומט פון קנאה?

ווייל דעם אינדיווידואלען סעללער וואס פארקויפט זיין קאנדא טוט קיינער באשייגעצען,

האלסט טאקע אז יעדערוואס נעמט א אנדערע צד אין די דעבאטע טוהט עס פאר קנאה?

האלסט טאקע אז יעדער בילדער איז שילדלאז?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3901
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

Greeneryid האט געשריבן: איך ווייס נישט וועם מען וועט דן זיין דער וואס בעט דעם פרייז וואס מען צאלט אים אדער דער וואס צאלט. די גמרא זאגט אז לאו עכברא גנב. קומסט מיר פאר ווי א קלאסישער "והרשעים הנלכדים בגיהנם זה, צווחין ככלבא הב הב" אויף יענעמס חשבון שרייסטו ווייל דו ווילסט וואוינען אין א ספעציפישער זיפ קאוד.


געווען אמאל א כעלעמער איד, האט זיך איינגעקויפט א קוה.

האט ער געוואלט אויספראבירן צו די קוה איז שטארק און געזונד, נו, וויזוי פראבירט מען עס אויס?
דאך נישט קיין מבין אויף קוען, האט אים זיין יענטע געגעבן א גוואלדאוונע עצה, דו זעסט די שיינע וויידל פון די קוה? פראביר צו שלעפן די וויידל מיט אלע כוחות, וועט די וויידל בלייבן צוגעקלעפט, איז עס א געזונטע קוה, וועט דאס זיך אפרייסן, איז די קוה נישט ווערט קיין גרייצער.

דער חכם הייבט אן צו שלעפן די וויידל, און ציעט שטערקער און שטערקער, ביז די קוה האט זיך אנגעבייזערט, און אנגעהויבן צו אנטלויפן.. צוזאמען מיט דעם איד וועלכע שלעפט זיך נאך פעסט מיט די וויידל.

קומענדיג צו א בארג אראפ, זעט דער איד אז סאיז נישט קיין חכמות, ער קען דא צושמעטערט ווערן, הייבט ער אן צו מאכן שרעקליכע קולות צו די ארומיגע, ראטעוועט!!! שניידט אפ די וויידל פון די קוה, כקען נישט אזוי שנעל לויפן, כווער שיר דער'הרג'ט!!!

---

רבותי, פארוואס זאלט איר בעולם התחתון נישט האבן קיין נארמאלע דירות, משוגע'נע פרייזן, און אויך בעולם העליון ליידן ? פארוואס זאלט איר פארוואנדלט ווערן אין נשמות וועלכע וועלן בעולם העליון נישט האבן קיין בעסערס וואס צו טון נאר זיך צו מטפל און נוקם זיין מיט די וומסב"גע דיוועלאפערס ??

לאזט אפ דעם וויידל, און טשעפעט זיך אפ פון וומסב"ג, וועט איר סיי דא אינטן האבן א נארמאלע לעבן, און סיי בעולם העליון זיצן רואיג און קענען געניסן מזיו השכינה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מ'שמועסט אז דער באקאנטער מייקר השער, מצודתו פרוסה אויך ערגעץ אנדערש......, סאו אפלאזן די וויידל איז קיין לעזונג, ווייל די קוה האלט א אויג אויף ערגעץ אנדערש אויך....
מייקר השער איז א קרענק וואס קומט פון תאוות ממון והשררה, ס'איז נישט געבינדן מיט קיין פלאץ אדער געגענט, דער זעלבער מייקר השער, אויב וועט ער זעהן אז דער עולם פוצט אפ, וועט ער זיכער מאכן אריינצישטעקן א פיס וואו אימער, און הייבן די פרייזן...., דוק ותשכח
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ערנעסט גערעדט צווייפעל, וויאזוי לאזט מען אפ די וויידעל? מיינסט טאקע אז דער גאנצער עולם איז משוגע? מען האט פשוט נישט קיין ברירה!

מען האט שוין פרובירט אן א שיעור עצות, און עס זעהט זיך נישט ארויס. קיין שום עצה ארבעט נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

SPUSMN האט געשריבן: ערנעסט גערעדט צווייפעל, וויאזוי לאזט מען אפ די וויידעל? מיינסט טאקע אז דער גאנצער עולם איז משוגע? מען האט פשוט נישט קיין ברירה!

מען האט שוין פרובירט אן א שיעור עצות, און עס זעהט זיך נישט ארויס. קיין שום עצה ארבעט נישט.

הער אויף מיט די שטותים.... ווילסט נאכאמאל אנפאנגען א פרישן היציגע דעבאטע??

עך קען גענוג אינגעלייט וואס זענען געווען גרייט צו טון אנשטאט צו זיפצן, זיי האבן ארויסגעמופט קיין אפסטעיט און יעצט לאכן זיי פון די וויליאמסבורגע עולם גולם...

ווער סע ווילזעך "אמתדיג" העלפן קען... אפגעזעהן פון די ווייב, שווער, שוויגער און אלע מאדנע תירוצים....

ווערטס מיר נישט אזוי תמימותדיג דא...

#לאז אפ די וויידל
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וויפיל האבען ארויס געמופט קיין אפסטעיט? ווי זענען זיי? ווער זענען זיי? איך קען זיי נישט.

און יא, איך וויל נאכאמאל אנפאנגען א פרישן היציגע דעבאטע. אפשר יעצט וועט זיך עפעס מאכען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

יהיה כן האט געשריבן: מ'שמועסט אז דער באקאנטער מייקר השער, מצודתו פרוסה אויך ערגעץ אנדערש......, סאו אפלאזן די וויידל איז קיין לעזונג, ווייל די קוה האלט א אויג אויף ערגעץ אנדערש אויך....
מייקר השער איז א קרענק וואס קומט פון תאוות ממון והשררה, ס'איז נישט געבינדן מיט קיין פלאץ אדער געגענט, דער זעלבער מייקר השער, אויב וועט ער זעהן אז דער עולם פוצט אפ, וועט ער זיכער מאכן אריינצישטעקן א פיס וואו אימער, און הייבן די פרייזן...., דוק ותשכח

די שמועות זענען פאלש
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

SPUSMN האט געשריבן: וויפיל האבען ארויס געמופט קיין אפסטעיט? ווי זענען זיי? ווער זענען זיי? איך קען זיי נישט.

און יא, איך וויל נאכאמאל אנפאנגען א פרישן היציגע דעבאטע. אפשר יעצט וועט זיך עפעס מאכען.

וואס... דו מיינסטעס אמתדיג?? ווייסט נישט?? האאא?

די מוסדות סיי אין מאנראו און אויך אין מאנסי זענען געשטיגן מיט דראסטישע פראצענט אין די לעצטע יאר צוויי...

ווילסט אנהייבן א פרישע דעבאטע?? נא... כל הכבוד... אבער א שטילע סוד ווילעך דיר אריינמורמלען... זייט וויסן אז סע וועטיר גארנישט ברענגען... קיינער קען דיר נישט אזוי גוט העלפן ווי דיר אליין...

הער אויף זיפצן און טו למעשה...

אין הדבר תלוי אלא בך....
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

האב איך יעצט גענדיגט רעדן מיט די מייקריניק זאגט ער אז ער גייט איה קומענדיגע וואך סטאפן צו טרינקן בלוט, ער זאגט אז געלט מיינט ער איז בעסער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”