מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

מייקרי שער: הערט אויף צו טרינקן גרינע בלוט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דעם פאלגענדען ארטיקל האב איך באקומען אין אישי.

---

חמשה עשר באב תשע"ז

"חנוכת הבית לבנין התלמוד תורה "תורת אמת"."

דער מנהל המוסד רופט אויס ספאנטאן:

"תנו כבוד למוקיר תורה, מיר בעטן דעם גאנצן ציבור זאל זיך אויפשטעלן און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן גרויסן מוקיר תורה, בונה ומקים, הרבני הנגיד המרומם מו"ה _______ וואס האט מנדב געווען דעם פאנטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער צום אויפבוי פון דעם ריזן תורה פעסטונג!

די מוזיק הייבט אן גיין אויף אלע טענער, אשריכם אשריכם אשריכם אשריכם תלמודי חכמים!

אלעס ריקט זיך, אלעס רעש'ט, אזא סומע האט מען נאכנישט געהערט. א איד מיט אזאליכע השגות, מ'קען דאס גארנישט משיג זיין, א איד א צדיק, געבט אוועק א פארמעגן מיט געלט, און נאך בסבר פנים, מ'האט אים קוים געדארפט בעטן.


-


ר"ח חשון תתי"ג

די לוי פון הרבני הנגיד החסיד המרומם וכו' וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול בשעה תשע.

עס טוט זיך א מבוכה, זאל מען אים אריינפירן אין ביהמ"ד, ער איז דאך סוכ"ס געווען אזא תומך תורה וואס מ'זעהט זעלטן, און דערצו א שיינער יודע ספר, און א ערליכער, בנין וחתנן רבנן. דער פסק איז געווען אז ניין, אויסער א רב אדער מורי הוראה איז דאס נישט פאסיג אבער מ'מאכט די לויה פארענט פון ביהמ"ד מיט ספעציעלע הויכהילכער אז די מאסן זאלן קענען מיטהאלטן די לענגערע הספדים אויף דעם אדם יקר באנשים!

ה' נתן וה' לקח, מ'פירט אראפ דעם ארון אין קבר אריין, דארט ווי יעדער מענטש קומט אן סוף כל סוף, די חברה קדישא טוען אלעס כהלכה, מ'דעקט איבער דעם ארון, נאר תלמידי חכמים וואס מ'האט געלאזט אין ירושה פאר זיי אפאר דאלער, נאר זיי מעגן איבערדעקן דעם ארון, שווער געזעגענט מען זיך פון דעם באליבטן בעל חסד ותלמוד חכם, אלע וועלן זיך בענקן נאך אים, און מיט א שווער געמיט גייען די פאראבל'טע אידן אראפ פונעם בית עולם מיט א געבעט "ובלע המוות לנצח".

ווי נאר דער עולם שפאצירט אוועק, געגעבן דעם לעצטן כבוד פארן גרויסן נפטר, קומען אן שלוחים פון א אנדערע סארט. שלוחים וואס קומען פון א אמת'ע וועלט, נישט די וואס מ'זעהט אויף א וועלט אנגעפילט מיט שקר, נאר דארט ווי אלעס איז אמת לאמתו. זיי קומען נישט מיט קיין קאראוואן, נישטא קיין קאדילעק, קיין באקוועמע זיצן און אנדערע צוגעהערן, נאר שווארצע הארטע חברה, שרעקליכע אויגן, שפיציגע הענט און פייערדיגע צינגען. זיי נעמען דעם גביר ואיש החסד און לייגן אים אויף די פלייצע און מ'גייט!

ער וויל זיך עפענען א מויל, פארלאנגן אביסל א באקוועמערע רייזע, אבער נישטא צו וועם צו רעדען, דאס איז נישט אמעריקא, דא איז נישטא קיין פראטעקציע, דא קויפט מען גארנישט פאר געלט.

ער דערקענט דעם וועג, דא איז ער מיט עטליכע ניינציג יאר צוריק געווען ווען ער האט געמאכט דעם וועג אויף אראפ, יעצט גייט ער אויף ארויף.

ער זעהט ווי זיין שכן, א איד נעבעך אלע יארן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ברויט, געווען א נהנה מיגיע כפו, נישט קיין סאך הנאה געהאט פון דעם עולם, נישט אזוי מצליח געווען מיט די קינדער, אבער ער האט זיך געהיטן אלע יארן פון צונעמען פון יענעם א פרוטה. ער זעהט ווי יענעם שכן טראגט מען עפעס שענער פון אים, מ'האלט אים געניט, מ'געבט אכט!

ער האפט אויפ'ן בעסטן, ער ווייסט אז אויף "יענע וועלט" איז נישטא קיין חכמות, ער האט אבער אין די האנט א קבלה פון "צען מיליאן טאלער" וואס ער האט געגעבן פאר א בנין וואס נאך ביז היינט ווערט דארט נתחנך טויזענטער קינדער בלע"ה, שווער צו באגרייפן דעם זכות אדיר וואס ער האט זיך געהאנדעלט דערמיט. מ'וועט זיך זיכער רעכענען מיט אזא זכות, מיט אזא מסי"נ, אזוי קלערט ער.

ער גייט און גייט, ס'איז א שווערע וועג, ער פורבירט צו ווייזן דעם צעטיל פאר זיין באגלייטער, נאר יענער ווייסט אפי' נישט וואס ער ווייזט אים. ער כאפט אים שארף אן, און פליעט. ער קרעכצט און זיפעצט, ער פארשטייט נישט פארוואס אים שלעפט מען אזוי שטארק און שווער און זיין שכן דארט פירט מען רואיג און געלאסן, א אינטערסאנטע וועלט דאס!

ענדליך קומט מען אן אויבן, ער ווארט שוין קוים אז דער רבי זיינער זאל אים אקעגן קומען, ער איז זיכער ביי זיך אז ער וועט אים נישט שולדיג בלייבן די אלע טובות, מ'האט דאך דאס דערמאנט פריער ביי די לויה, מ'האט אים אפי' געמאכט א שליח להולכה מעורר רחמים צו זיין אויף אידישע קינדער, אבער דערווייל זעהט ער אים נישט.

פונדערווייט זעהט זיך א אנלויפעניש, עפעס א געוואלד מיט נשמות זענען דא דארט, אויף עפעס ווארטן זיי, ער הייבט אן קלערן, דאס איז דאך אלע מיינע, די אלע אידן זענען זיכער דא פאר מיר, מ'האט ארויסגעטריבן אלע נשמות פון גן עדן מיר אקעגן צו גיין, זיי וועלן מיר געבן דעם כבוד הראוי!

ווי פארוואונדערט איז ער צו הערן קולות און געוויינעריי, נישט קיין געווענדליכע קבלת פנים פאר א חשובן גאסט, עפעס וויינט מען, עפעס ווילן די מענטשן, אפשר ווילן זיי טאקע ער זאל פועל'ן פאר זיי מיט זיין גרויסן כוח החסד, ער זאל זיי אזוי ווי אויף די וועלט האט ער אויסגעלייזט אידן פון פיין מיט זיינע צדקות זאל ער טוען די זעלבע דא, ער האט דאך קלאר געהערט פונעם מספיד "דו האסט דאך אזא כוח, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש", ער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן!

אט אט קומט ער אן, ער הערט קולות, קולי קולות, איש טמא, צא טמא, מייקר השער, רוצח!!!!!

ער הייבט אן זעהן דעם אמת, די אלע אידן זענען זיינע קונים, אדער גאר זיין חבר'ס קונים, ס'הייבט אן ווערן ביטער פאר די אויגן, ער זעהט בערל, אוי נעבעך, א טאג נאכן קלאוזינג איז בערל נעבעך נפטר געווארן פלוצלינג, ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע, ער האט געמיינט אז ער דארף קויפן א דירה וואס ער קען נישט ערלויבן, וואס איז אים שלעכט געווען אין א קליינע דירה'לע?

דא שטייט לעבן אים שמואל, ער איז געווען אלע זיינע יארן א בעל חוב, שולדיג געווען געלט פאר א שטאט מיט מענטשן, זיך קיינמאל נישט געקענט ארויסזעהן פון זיינע חובות. ער געדענקט נאך גוט ווי שמואל האט אים געבעטן נאך דריי חדשים נישט צאלן רענט אז ער זאל אים געבן נאך אביסל צייט, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, א ווארט איז א ווארט, ארויס!

דער מציאות דער אכזר שפייט אים אין פנים, ער זעהט זיך מיט א שטאט מיט מענטשן וועם ער האט געקענט פון "יענע וועלט", מענטשן וואס פלעגן פאר אים האבן א זעלטענעם דרך ארץ, און דא שטייען זיי הם ונשיהם ובניהם און זענען אים מבזה, פארפירן און שרייען, אוי, די בושה איז עד אין לשער!

ער קומט אן צום בי"ד של מעלה, ער האלט נאך שטארק אן זיין צעטעל'ע, דאס וועט אים זיכער העלפן, ס'וועט זיכער איבערשרייען די געוויינעריי און געשרייען פון אלע "פשוטע אידן" וואס האבן אין זייער לעבן אלע אינאיינעם אזאליכע נדבות נישט געגעבן.

ווי שאקירט ווערט ער, ער געבט איבער דעם קבלה, און דער ראש בי"ד ווארפט עס צום לופט אריין, אין א רגע איז דאס געווארן אויס, נישטא מער, צען מיליאן דאלער אין לופט!

"דיין גאנצע עשירות, דיין צדקה וחסד, דיין אלע מעשים טובים, דיין כבוד און רוב עושר און פיינע קינדער, אלעס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון מיליאנען דאלער חובות פאר די צובראכענע אידן. דו האסט געמאכט אויף זיי גרויסע רווחים וואס זיי האבן דיר געגעבן בלית ברירה, און זיי זענען געווארן ארעם ווי די נאכט.

"דו ביזט געווען א מייקר השער, האסט געהויבן די פרייזן פון די דירות וואס דו האסט געבויעט, אן קיין שום סיבה, נאר פארדעם ווייל מ'וועט דיר במילא צאלן א העכערן סומע.

"מ'האט זיך צו דיר געבעטן, ס'איז ארויף צו דיר עסקנים און רבנים, מ'האט געוויינט צו דיר, לאז אפ, רייס נישט קיין טאשן, ס'וועט דיר נישט זיין קיין טובה. מ'האט דיר געווזין קוק, מאכסט אזוי אויך גרויס געלט אויף דעם, ביזט אזוי אויך זייער רייך, פארוואס האסטו נישט קיין רחמנות אויף דיין ארעמע ברודער?

"דיין תאוה פאר געלט האט דיר נישט געלאזט טראכטן וואס איז ריכטיג, האסט פון די מענטשן געלאכט, 'איך דארף זיין משוגע אוועקצולאזן אזויפיל מיליאנען, מ'וועט במילא קויפן, ס'איז נישטא קיין דירות יעצט, קיינער קען מיר נישט צווינגן, איך טוה געניג פארן ציבור אזוי אויך'"

דער עושר הייבט אן פארפירן, וואס איז מיט שכר אויף מיין צדקה וחסד, וואס איז דער שכר אויף מיין צען מיליאן דאלער וואס איך האב געגעבן פאר איין בנין, סוף כל סוף איז עס צדקה, סוף כל סוף איז עס תורה פון תשב"ר, נאך אסאך זכותים עד אין שיעור וערך, וואו איז דער דין צדק?

ענטפערט מען אים צוריק:

"געדענקסטו זיכער אז מ'האט דיר געגעבן כבוד מלכים ביים חנוכת הבית? מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, מ'האט דיר משבח געווען. און חוץ דעם האסט געלעבט א לעבן אויף דעם עולם השפל, געהאט אלעס אויף דער וועלט, יעדע עוה"ז וואס דו האסט געחלומ'ט, ווען אין די זעלבע צייט זענען דיינע ברודער און שכנים געווען ארעם ווי די נאכט. דו ביזט אפגעלאפן פון שכר, האסט אלעס אפגענומען!

"אויף דעם עולם מאכט נישט אויס צען מיליאן צו צען צענט, אלעס ווענדט זיך אין דעם רצון, אין שוועריקייט, אין מסי"נ, לפום צערא אגרא זאגן חז"ל, דו ביזט גארנישט מער ווערד ווייל מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, ווייל מ'האט פון דיר מורא געהאט, ווייל מ'האט דיר מכבד געווען. אויך מאכט גארנישט אויס אלע בגדים פון צדיקים און כתבי ידות וואס דו האסט געקויפט די אלע יארן פאר גרויס געלט.

"דו האסט זיך אנגעטרונקן מיט גרינע בלוט, געצאפט דאס געלט פון אידן און זיי שופך דם געווען, דו ביזט א רוצח, א שפל ונבזה, דו האסט נישט עומד בנסיון געווען.

אין שאול תחתית אריין!

בלוט איז נישט קיין וואסער – כי לא במותם יקח הכל!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אמת'ע דיבורים, טענקס מאן יימר פארען מפרסם זיין.

איך נעם זיך טאקע פאר דא ברבים אז אי''ה דער באשעפער וועט העלפען און איך וועל אונען אפאר בילדינגס וועל איך בל''נ נישט הייבען די רענט מער ווי די וועליו, און חלילה נישט גורם זיין עגמת נפש פאר א אנדערע איד.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

אפשר זאלן עס אויך דערהערן די בעלי המוסדות און נישט נעמען קיין בנינים פון אזעלכע קוועלער
(יא, רעד דיך איין)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
:cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry:
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
גאסטרעדנער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 12, 2015 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסטרעדנער »

נישט אזוי שארפ .
יא אז עס טיט וויי שרייט מען
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער א שיינע מעשה.
לאמיר פרובירן דן זיין לכף זכות ווילאנג ער שטייט נאך ביים משפט... וואלסטו געטון אנדערש ווי אים אויב וואלסטו געווען א לענדלארד/דעוועלאפער?

חוץ מזה, מען דארף מעיין זיין בפוסקים צי דורך בעטן מער רענט האט מען א דין פון מייקר השער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אוטש!!!!

כ'ווייס נישט צו איך וואלט יא עומד בנסיון געווען, ס'איז א ביטערע שווערע נסיון, אבער מ'דארף גלייבן אין באשעפער, די אלע אידן וואס מיינען אז די זיבעציג יאר דאהי בלייבט אויף אייביג, יו נעבעך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שוועמל האט געשריבן: חוץ מזה, מען דארף מעיין זיין בפוסקים צי דורך בעטן מער רענט האט מען א דין פון מייקר השער.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די פרשה פון שליסל געלט, האבן אלע רבנים אינטערגעשריבען אז ביי דירות איז דא מייקר השער..
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

א גרויסן דאנק, זאל עס זיין נכנסים על הלב
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די מוסודת און קהילות זענענן גאר אסאך שולדיג אינעם פראבלעם..

פון איין זייט דארפן די מוסדות און קהילות טאקע צוקימען צו די געלט פון די מייקרי השער אז זיי זאלען קעענענן אנגיין..
פון די אנדערע זייט טיען די מייקרי השער אויסלייגען די טאשען פון די קונים וואס זיי זענענן די חלק הארי פון די מוסודת און די קהילות.

ווען די קהילות זאלען ווען האבן די פינטעלע קוראזש און נישט געבן קיין כבוד פאר די מייקרי השער, דאן וואלטען זיי זיך די מייקרי השער געבראכען, ווייל כבוד און סטאטוס איז ווערט מער ווי געלט.

_____

א ענליכע אשכול פון שמעלקע.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מיטוואך יוני 24, 2015 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כרם
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

געוואלדיג.
אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2015 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהמשה »

א גראם מיט טעם האט געשריבן: אמת'ע דיבורים, טענקס מאן יימר פארען מפרסם זיין.

איך נעם זיך טאקע פאר דא ברבים אז אי''ה דער באשעפער וועט העלפען און איך וועל אונען אפאר בילדינגס וועל איך בל''נ נישט הייבען די רענט מער ווי די וועליו, און חלילה נישט גורם זיין עגמת נפש פאר א אנדערע איד.
כרם
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

מחותן. אז די רענט וועט זיין ביליגער וועט די עולם צאלן גרינגער שכ"ל וועט די מוסד נישט זיין אזוי טייט אין געלט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ריכטיג, וואלטן די מוסדות, כוללים, קהילות, נישט אזוי געטאנצן קדוש פאר די געלט צאפערס, וואלטן זיי זיך כאטש געשעמט פון מענטשן (אויב נישט פונם רבוש"ע) צו אויסטוהן א צווייטן יוד די הויזן

[געשריבן אין ליכט פון א רעקאציע ששמעתי בשמו פון א רב בקהלה מפורסם, געגען דעם רב וועלכער האט ארויס געטרעטן געגן די מייקרי השער]
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

זייער שיין באשריבן, אבער כגלייב סיז לב שליט על המוח..
אפשר ביניך נאאיוו, א איד וואס בעט פאר אידן ביליגער ווי פאר די ארטיסן, אדער על כל פנים די זעלבע איז א מייקר השער?

אין אפסטעיט קעניך פארשטיין אביסעל די טענה אז די ארומיגע געגנטער זענען אסאך ביליגער ווי די אידישע אבער אין שטאט איז דאס נישט די מציאות,

און אפילו אין אפסטעיט וקל וחומר בן בנו של קל וחומר אין די סיטי, זענען רוב מאהל די מייקרי השער דוקא דע בערליך און שמערליך וואס פראטעסטירן ביים בית דין של מעלה פארן הארץ אטאק נאכן קלאוזינג, רוב דירות גייען האנט צוטאגס ווי א ליציטאציע דער עולם גולם איז רעדי צאלן כל הון דעלמא און בלעמען דעם לענדלארדס אדער דעוועלאפערס אלס מייקרי השער און הוי וועלן זיי ברענען און שאול תחתית
שבעה מי יודע!?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די וועלכע הייבן די פרייזן ביי די ליציטאציע [דהיינו די וועלכע לויפן נאך די לענדלארדס און ציען ארויף די פרייזן, כדי עס ארויס ציכאפן פון אן אנדערן יוד וועלכער קען נאר צאלן ווינציגער], זענען אולי אויך בכלל מייקר השער, מען דארף פאר דעם אן ערנסטע דעת תורה, ס'ניש אזוי פשוט
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוי איז דאס ציפעדיג, אזוינע אמת'ע דיבורים
ס'איז באמת שיין אז מ'איז דן לכף זכות א איד, אבער די ווערטער אליין ציפען גענוג און נאך, אפילו ווען מ'איז נישט מייקר שער
געדענקסטו זיכער אז מ'האט דיר געגעבן כבוד מלכים ביים חנוכת הבית? מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, מ'האט דיר משבח געווען. און חוץ דעם האסט געלעבט א לעבן אויף דעם עולם השפל, געהאט אלעס אויף דער וועלט, יעדע עוה"ז וואס דו האסט געחלומ'ט, ווען אין די זעלבע צייט זענען דיינע ברודער און שכנים געווען ארעם ווי די נאכט. דו ביזט אפגעלאפן פון שכר, האסט אלעס אפגענומען!

"אויף דעם עולם מאכט נישט אויס צען מיליאן צו צען צענט, אלעס ווענדט זיך אין דעם רצון, אין שוועריקייט, אין מסי"נ, לפום צערא אגרא זאגן חז"ל, דו ביזט גארנישט מער ווערד ווייל מ'האט זיך פאר דיר אויפגעשטעלט, ווייל מ'האט פון דיר מורא געהאט, ווייל מ'האט דיר מכבד געווען. אויך מאכט גארנישט אויס אלע בגדים פון צדיקים און כתבי ידות וואס דו האסט געקויפט די אלע יארן פאר גרויס געלט.

מ'קען נישט זאגן ס'איז א פעלער, דער רשב"א זאגט מפרסמין עושי מצוה, אבער וויפיל מענטשן וועלן פאר א פריוואטן מענטש נישט ארויסגעבן מער ווי א דאלער ווען ער גייט נאך געלט, וויפיל עשירים וואס איך קען וואס מ'ווייסט אז אויב ס'איז נישטא קיין סיינס אז ער האט מנדב געווען כך וכך, קענסטו נישט זען פון אים א רויטן גרייצער

אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ס'איז אן אלטע דעבאטע צו ס'הייסט מיקרי השער,

איך האלט אז דער אינגערמאן וואס קאמפיט מיט דיר צו קויפן די דירה ער איז גאר דער מייקר השער, און דער דעוולעפאר אויב איז ער א ענדע צדיק און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ווייניגער, גייט מארגן דער קונה און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ריוח, דאס איז מעשים בכל יום,

נאר דער פליפער אינגערמאן, וויבאלד ער מאכט נישט קיין געלט אויף א גרענד סקעיל נאר 20-30 אלפים דא און דארט, ציעט ער נישט קיין אויגן און יעדער פארגינט אים עס (און מ'טראכט צו זיך, הלואי איך וואלט געהאט דער געלעגענהייט), אבער דער בויער וואס שארט מיליאנען, און דער עולם איז אים מקנא אין גרויסן, איז ער אויסגעשטעלט צו קללות נמרצות פון גאנץ כלל ישראל,

טראכט אריין ווען די האסט א קאנדא אין וויליאמסבורג און די ציעסט זיך אריער צו ניי-וויליאמסבורג המכונה מאנסי, און די זוכסט צו פארקויפן דיין דירה, גייסטו עס פארקויפן פאר די העכסטע בידער ? אדער די גייסט עס פארקויפן פאר אפאר דאלער ביליגער אז דער קונה -אין אזאך פעלער - זאלעס קענען פליפען און האבן אויף וואס שבת צו מאכן,??
און אויב דו גייסט עס פארקויפן פאר טאפ דאלער, גייט דיך איינער פארשרייען אלץ א מייקר שער ?

ס'איז צייט איינצוזעהן, אז קנאה איז די הויפט פאקטאר וואס טרייבט די זאך דא,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דאס אז א צווייטער גייט מעגליך פליפען די דירה איז נישט קיין תירוץ לכחילה צו בעטען 150K טייערער נאר ווייל ער ווייסט אז א איד דארף וואניען נעבן זיינע שכנים... מיט א גוי וואלט ער עס נישט געקענט טיען ווייל דער גוי וואלט עס נישט געקויפט.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מחותן האט געשריבן: דאס אז א צווייטער גייט מעגליך פליפען די דירה איז נישט קיין תירוץ לכחילה צו בעטען 150K טייערער נאר ווייל ער ווייסט אז א איד דארף וואניען נעבן זיינע שכנים... מיט א גוי וואלט ער עס נישט געקענט טיען ווייל דער גוי וואלט עס נישט געקויפט.


דאס געוואלט זאגן.

די שאלה איז, וויפיל לייגט מען ארויף פראפיט אויף איין דירה?

מעג מען עס טוען? איז עס להלכה אויסגעהאלטן?

איז נישטא קיין פראבלעם אויף אזא דבר נחוץ ווי דירות צו מאכן פראפיט מער ווי צוואנציג פראצענט?

כ'ווייס נישט, אולי מעג מען טאקע יא, וואס איז די הלכה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

משהמשה האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן: אמת'ע דיבורים, טענקס מאן יימר פארען מפרסם זיין.

איך נעם זיך טאקע פאר דא ברבים אז אי''ה דער באשעפער וועט העלפען און איך וועל אונען אפאר בילדינגס וועל איך בל''נ נישט הייבען די רענט מער ווי די וועליו, און חלילה נישט גורם זיין עגמת נפש פאר א אנדערע איד.


איך קען פארציילן וואס איך פערזענליך האב געהאט.

איך האב געזוכט צו דינגען א דירה, און איך האב אנגערופן א לענדלארד צו ער האט עפעס פאר מיר.
נאכן טרעפן און אנהייבן די עגרימענטס, פרעגט ער מיר דו ווייסט וויפיל איך בעט פאר דעם? זאג איך אים, וויפיל? זאגט ער מיר $2,600 פלאס מעינטענענס. און איך האב בלית ברירה מסכים געווען.

נאך א שטיק צייט האב איך צוריק געהערט פון זיינס א באקאנטן אז דער לענדלארד האט ביז דאן נאר געבעטן $2,400 פאר אזא סארט דירה, נאר ביי מיר האט ער באשלאסן אז ער גייט טרייען, און ווען איך וואלט זיך נישט געלאזט וואלט ער עס אראפגעלאזט.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שמעלקא טויב האט געשריבן: די שאלה איז, וויפיל לייגט מען ארויף פראפיט אויף איין דירה?
מעג מען עס טוען? איז עס להלכה אויסגעהאלטן?


דאס איז די שאלה וואס יעדער אינגערמאן אין קר"י דארף פרעגן.. ווי איז עס געהערט געווארען אז א פריוואטע ווילא נעבן שטעטל קאסט ביליגער ווי א קאנדאו אין קר"י?!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מחותן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן: די שאלה איז, וויפיל לייגט מען ארויף פראפיט אויף איין דירה?
מעג מען עס טוען? איז עס להלכה אויסגעהאלטן?


דאס איז די שאלה וואס יעדער אינגערמאן אין קר"י דארף פרעגן.. ווי איז עס געהערט געווארען אז א פריוואטע ווילא נעבן שטעטל קאסט ביליגער ווי א קאנדאו אין קר"י?!


ריכטיג, די פראבלעם איז אז דער ענטפער אויף דעם איז supply and demand, וועט מען ביים בי"ד של מעלה אויך דאס ענטפערן?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דאס בארעכטיגט צו לייגען דריי מאל מער פראפיט ווי א גוי לייגט?? אדער וופיל ער וואלט געבעטען פינעם גוי?
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

סמארט גאי האט געשריבן: איך האלט אז דער אינגערמאן וואס קאמפיט מיט דיר צו קויפן די דירה ער איז גאר דער מייקר השער, און דער דעוולעפאר אויב איז ער א ענדע צדיק און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ווייניגער, גייט מארגן דער קונה און פארקויפט עס פאר 50 אלפים ריוח, דאס איז מעשים בכל יום,

נאר דער פליפער אינגערמאן, וויבאלד ער מאכט נישט קיין געלט אויף א גרענד סקעיל נאר 20-30 אלפים דא און דארט, ציעט ער נישט קיין אויגן און יעדער פארגינט אים עס (און מ'טראכט צו זיך, הלואי איך וואלט געהאט דער געלעגענהייט), אבער דער בויער וואס שארט מיליאנען, און דער עולם איז אים מקנא אין גרויסן, איז ער אויסגעשטעלט צו קללות נמרצות פון גאנץ כלל ישראל,


לענ"ד, די גאנצע זאך פארוואס א פליפער קען מאכן געלט, איז ווייל א האלב יאר ארום גייט דער בויער אליין ארויף מיט די פרייז.
ווען איינער זוכט צו קויפן א דירה, דער בילדער בעט 345.000 און דער פליפער לייגט צו 50.000 פארוואס זאל דער קונה גיין צום פליפער?
נאר וואס דען, בדרך כלל גייט עס אזוי, דער פליפער קויפט, ער ווארט א שטיק צייט, א האלב יאר צו מער געוואנדן אויף די דימענד, און דעמאלטס איז שוין אדער אויספארקויפט די דירות, אדער איז שוין די פרייז געשטיגן, און יעצט קען ער שוין מאכן זיינע פאר דאלער, ממילא קום מיר ווייטער צוריק צום בויער, ווען דער בויער זאל האלטן זיין פרייז פעלזן פעסט איז נישטא קיין פליפער, ווייל פארוואס זאל איינער צאלן מיט 50 אלפים מער ווען ער קען עס האבן ביים ארגינעלן פארקויפן מיט די ארגינעלע פעקעדזש?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”