Re: הילף איבער פלייט קענסעלעישאן און לאגעדזש לאוסט
עס איז געווען עלאל און דערווייל קען איך נישט טרעפען קיין וועג זיך דורך קומען מיט זיי
אגב, וועלכע זאך קאסט היינט אינטער 500 דולור?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
עס איז געווען עלאל און דערווייל קען איך נישט טרעפען קיין וועג זיך דורך קומען מיט זיי
מיסטעריעז האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 29, 2015 11:53 amאיך וויל נאר מקדים זיין (איך וויל דיר נישט אריינגעבן שולד/חרטה געפילן, נאר מיר צו מסביר זיין, און אפשר אויך צו וויסן פאר נעקסטיים... ח"ו!!!), די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין פאל פון א קענסעלעישן איז צו גיין צום עירליין און פארלאנגען א וועג "עס גייט מיר נישט אן וויאזוי, אבער מארגן אינדערפרי 'מוז' איך זיין אין לאנדאן!", קענסט באקן א תירוץ מיט א ביזנעס מיטינג, א ברודערס חתונה אדער וואטעווער, זיי גייען דיר פראבירן עפעס צו מאכן, קודם דיר געבן א נעקסטע פלייט אדער א טיקעט ביי זייערע פארטנער עירליינס און אויב עס גייט נישט וועלן זיי דיר אפי' קויפן פאר קעש ביי א פרעמדע עירליין (עס איז נישט אייביג אזוי, נישט אלץ זענען זיי אזוי פאלגזאם, אבער געווענליך פראבירן זיי זיך צוצושטעלן, און אפי' ווען נישט קען דאס אויך נאר זיין א פארדינסט ביי די פארהאנדלונגען שפעטער).זאלזיין האט געשריבן:מיין קרעדיט קארד שטעלט נישט צו קיין שום אינשורנס.מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב נישט קיין עקספיריענס, אבער מיינע מחשבות גיי איך דערציילן.
דיספיוטן די טשארדזשעס, חס ושלום!
קוק וועלכע סערוויסעס דיין קרעדיט קארד קאמפעני שטעלט דיר צו, דארטן קענען די אלע זאכן זיין געקאווערד (דילעיס און די נאכווייען, לאוסט לאגידזש. אין אנדערע ווערטער, געוויסע ק"ק'ס געבן טרעוול אינשורענס).
פארוואס טארמען נישט דיספיוטן? וואס איז עס אנדערש ווען יענער טשארזש מיר אומבארעכטיגט?
פון אייך האב איך פארשטאנען אז איר האט נישט אזוי געטון, דעריבער איז עס אביסל קאמפליצירט.
ר' מענדי קארלבאך פון חב"ד פון סאוט בראנשוויק איז דער טשאפלעין פאר דער Port Authority of NY & NJ Police Department.
דאמעין איז פאר סעיל..ווישוואש האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 28, 2015 11:11 pmhttp://www.paymydelay.com/ ער איז א איד, מער ווי דעם ווייסעך נישט.
איך טו עס נארמאל אליין, איך האב אבער לעצטענס געהאט א שווערע קעיס און געווען מוראדיג צןפרידן פון Easy Claim For Youבערל קראקאווער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 05, 2024 6:28 pmאיינער האט דא געהאט לעצטנס גוטע עקספיריענס מיט איינעם צו קלעימען פאר א דילעי?
(אויבן איז דא תשובות אבער פון א לאנגע צייט צוריק).
יישר כח
@איינגעשריבענערזאלזיין האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 28, 2015 10:46 pmמעשה שהי' בח הי'. כ'בין געזעצן 4 שעה אויף א פלייט כדאי צו הערן אז ס'איז געווארן געקענסעלט צוליב טעכנישע סיבות.
בינעך געלאפן קויפן א בילעט מיט א צווייטער עירליין, און דארטן האבן זיי מיר פארלוירן מיין געפעק, בינעך געווען א וואך אין אויסלאנד אן קיין פעקלעך, דארפנדיג קויפן נייע שטאפיר, נישט אויסצוקוקן ווי די צוויי וואלד אנטלאפענע.
הפנים, האביך קיין עקספיריענס וואו מ'הייבט דא אן צוריקצוזעהן געלט, מיט א שמיץ אריבער, ס'זאל פארלייבן פאר מיין נעקסטע פלייט עס וועל.
צוליב די ערשטע קענסעלעישאן, האביך געדארפט קויפן א טייערער טיקעט, + צאלן עקסטערע טרעין טיקעט'ס צוליב וואס כ'האב געטוישט מיין דעסטינעישאן.
די צווייטע עירליין מיט זייער אומבאלומפערטע הענדלונג, האביך געדאפרט צאלן טבלין ותקלין צו קויפן חסי'דישע וועש וכדומה.
זאל איך נעעמן א לויער? זאל איך דיספיוטן קרעדיט קארד טשארדזשעס? זאליך פרובירן אליינס צו דיעלן מיט זיי?
בעלי נסיון ומומחים ביטע לאט זיך הערן. דאנקע פאראויס.