צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט דעם חורבן אייראפע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

הגה"ק ר' אהרן מבעלזא ז"ל.
באלד נאך די התמנות, אום חנוכה תרפ"ז האט ער געזאגט בשם אבותיו אז פאר צדיקים איז מען מודיע א צרה 13 יאר פריער.
ווען היטלער ימ"ש איז ארויף אין מאכט איז הגה"ק געפארן קיין בערלין טענה'נדיג אז ער דארף פארן צו אן אויגן דאקטאר און ער'ט אויסגעוועלט צו וויילן אין א שטוב וואס איז געווען אקעגן איבער דעם אפיס וכדו' פון דעם רשע און ער'ט פארארבעט אויסטערלישע מעשים. כך מספרים. והידענים ירחיבו.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: איך ווייס נישט וויאזוי דער ספר הייסט אבער נהרי אש האט אויך גאר אסאך אינטערסאנטע ענינים. בזכרוני שטייט דארט אז ה׳ אייר תש״ח וועט משיח קומען זעט אויס אז דאן איז געווען אן עת פקודה וואס איז ליידער נתהפך געווארן צום צרה וואס איז דאן געווען

עס שטייט תש"ח ה' אייר איז שויען א בארד צוגעלייגט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שפכי האט געשריבן: הגה"ק ר' אהרן מבעלזא ז"ל.
באלד נאך די התמנות, אום חנוכה תרפ"ז האט ער געזאגט בשם אבותיו אז פאר צדיקים איז מען מודיע א צרה 13 יאר פריער.
ווען היטלער ימ"ש איז ארויף אין מאכט איז הגה"ק געפארן קיין בערלין טענה'נדיג אז ער דארף פארן צו אן אויגן דאקטאר און ער'ט אויסגעוועלט צו וויילן אין א שטוב וואס איז געווען אקעגן איבער דעם אפיס וכדו' פון דעם רשע און ער'ט פארארבעט אויסטערלישע מעשים. כך מספרים. והידענים ירחיבו.

שכח פאר די ערשטע חלק, קיינמאל געהערט.

די צווייטע חלק האב איך געזעהן פאראיאר ביים יארצייט אין א גליון הילולא דצדיקיא (נד"נ, אפשר טאקע יא...), עס איז א מעשה נורא הפלא ופלא, כ'געדענק שוין נישט די פרטים אבער נישט בערלין עפעס א אנדערע שטאט, ער האט געהייסן ארומפארן און דאן אליינס געהייסן וואו די אכסניא זאל זיין (וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין קעגן איבער דעם רשע'ס אפיס ווי איר שרייבט), זיך איינגעשפארט פאר 6 וואכן, און דערנאך געהייסן אהיימפארן, זיך עפעס אנגערופן, כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס אז עס איז איהם נישט געלונגען. נורא נוראות! ווער עס קען שאפן די גאנצע מעשה זאל עס ביטע טוהן.

אבער ער האט דאן גארנישט "פארגעזאגט", נאר "פארגעזעהן".
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

ר' מנשה רייזמאן האט עס פארציילט אויף זיינע שיעורים פאראיאר.
דאכט זיך אז ער האט עס געליינט פון כתבים פון א דעמאלטיגע בעלזע גבאי
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

שפכי האט געשריבן: הגה"ק ר' אהרן מבעלזא ז"ל.
באלד נאך די התמנות, אום חנוכה תרפ"ז האט ער געזאגט בשם אבותיו אז פאר צדיקים איז מען מודיע א צרה 13 יאר פריער.
ווען היטלער ימ"ש איז ארויף אין מאכט איז הגה"ק געפארן קיין בערלין טענה'נדיג אז ער דארף פארן צו אן אויגן דאקטאר און ער'ט אויסגעוועלט צו וויילן אין א שטוב וואס איז געווען אקעגן איבער דעם אפיס וכדו' פון דעם רשע און ער'ט פארארבעט אויסטערלישע מעשים. כך מספרים. והידענים ירחיבו.


ס'איז אייך נישט באקאנט די דרשה פין בולגרייער רב זצ'ל בשם דעם רב זצ''ל אין פעסט איידער זיי זענען געפארן קיין ארץ ישראל
ח״ו צוזאגן אז ער האט פין פאראויס געוויסט
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

ער האט גערעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז שוין נישט געווען וואס צו וויסן דעמאלט..
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע:אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ווייסט איינער אפשר, די מעשה, וואס רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל האט פארגעזאגט אויף די צווייטע מלחמה?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מען קען אפשר אויך צולייגען, וואס דער בעל התניא האט געהאלטען אז עס איז בעסער אז רוסלאנד זאל זיגען איבער נאפוליען, ווייל אויב נאפוליען וועט זיגען "וועט מען נאך גיין אין בליט ביזען שטיוועל", בערך אזא מימרא איז דא פון בעל התניא, וואס האט מסתמא געמיינט די צווייטע וועלט מלחמה (די שואה).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

מיין שטעלונג האט געשריבן: ווייסט איינער אפשר, די מעשה, וואס רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל האט פארגעזאגט אויף די צווייטע מלחמה?

איני יודע מזה אבל בשנת תר״צ נדפס בווארשא ספר שאינו מוסמך לגמרי בשם קדושת אליעזר ואולי הוא שם כיון שיש לו מעשות נפלאים מאד.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

דער קוטשער האט געשריבן: דער הייליגער בלוזשעווער האט פאראויסגעזאגט תרפ"ו, ווען אידן אין רוסלאנד האבן עפעס געהאט גרויסע רדיפות, אז דער שר פון די וועלט איז שוין - כ'דענק נישט וויפיל - יאר פארשפארט, מ'קען שוין נישט צו קומען צו אים און ס'העט קומען א צייט, וכו'
כ'מיין ס'געדריקט אין די תולדות אהרן ספר די מעשה, ווייל ער איז געווען איינע פון די שלוחים צום בלוזשעווער.
אויב איינער קען צוברענגען, ווייל איך שרייב פון זכרון, הגם אונז האב מיר עס מקובל.


עי' דברי אמונה חול המועד פסח באריכות
דא נאר דעם סוף:

דברי אמונה.jpg
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

עס איז דא א מעשה פון בעל שם טוב איז געפארן קיין אוישוויץ (אוישפיצין) צוזאמען מיט א חבר און האבן דארט געוויילט לאנג דארט, און געטרייט צו פאר ארבעטן מעשים. געדענקט נישט פונקטליך די מעשה.
עס איז דא חב״ד קובץ וואס איז ארויס געקומען תרצ״ו אין זיי באשרייבען די גאנצע מעשה, וואס די בעל שם טוב האט געזאגט.
די האלוקאוסט פארשער העסקן ר׳ אהרן בנציון ווידער פון מאנסי האט מיר דאס אמאל געוויזען.
..
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

איינער האט אמאל געהערט א מעשה מיט ר' מאיר פרימישלאנערס צוואה וואס מען האט געדארפט עפענען ניינציג יאר נאך זיין פטירה און מען האט עס געעפנט תרצט?http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=2373&st=&pgnum=10
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

דברי האדמו"ר מראדזימין רבי חיים יעקב ארי' הי"ד (חתן הרה"ק רבי מנחם מאמשינאוו זצ"ל)

בהקדמה לס' זכרון מנחם לר' מנחם מענדל קרייצער (תשמ"ה) כותב ר' יעקב מארוקו ז"ל:
בהתחלת המלחמה סיפר לי האברך ר' משה הנדליש הי"ד מלודז, כי שנה אחת לפני פרוץ המלחמה ביום הכיפורים עלה רבו האדמו"ר מרדזימין רבי חיים יעקב ארי' זצ"ל על הבימה בבית מדרשו ואמר: ישנם אנשים שאינם מאמינים בגיהנום, לכן לעיתים הקב"ה מביא גיהנום לעולם הזה!
כתוב בתהלים (נ' ט"ז-כ"א) ולרשע אמר אלוקים וגו' ואתה שנאת מוסר וגו' אלה עשיתי והחרשתי דמית היות אהי' כמוך אוכיחך ואערכה לעיניך, וברש"י ז"ל דמית היות אהי' כמוך, סבור אתה שאהי' כמוך להתרצות במעשיך הרעים. ובתרגום יונתן: אוכיחך ואערכה לעיניך, אוכחינך בעלמא הדין ואסדר דין גיהנום בעלמא דאתי קדמך. ועל זה פירש האדמו"ר זצ"ל, שדיני גיהנום מעלמא דאתי, אסדר קדמך בעולם הזה.
חיים זיסקינד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זיסקינד »

שטייגען האט געשריבן: עס איז דא א מעשה פון בעל שם טוב איז געפארן קיין אוישוויץ (אוישפיצין) צוזאמען מיט א חבר און האבן דארט געוויילט לאנג דארט, און געטרייט צו פאר ארבעטן מעשים. געדענקט נישט פונקטליך די מעשה.
עס איז דא חב״ד קובץ וואס איז ארויס געקומען תרצ״ו אין זיי באשרייבען די גאנצע מעשה, וואס די בעל שם טוב האט געזאגט.
די האלוקאוסט פארשער העסקן ר׳ אהרן בנציון ווידער פון מאנסי האט מיר דאס אמאל געוויזען.

א ענליכע איז דא מעשה איז אויפן ר' אלימלך מיטן ר' זושע אז זענען ארומגעפארן מחזיר בתשובה זיין און מטהר זיין די שטעט און שטעטלעך ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אושפיצין האט די שטן זיי געזאגט אויב גייט עטס ווייטער לאז איך אפ די גאנצע וועלט און איך גיי אויף ענק..
כך שמעתי
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

ראסטעוו האט געשריבן: איינער האט אמאל געהערט א מעשה מיט ר' מאיר פרימישלאנערס צוואה וואס מען האט געדארפט עפענען ניינציג יאר נאך זיין פטירה און מען האט עס געעפנט תרצט?http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=2373&st=&pgnum=10

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=10
דאס האב איך געמיינט
איז דא עפעס אמת דערין?
אטעטשמענטס
Untitled.png
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מיין שטעלונג האט געשריבן: ווייסט איינער אפשר, די מעשה, וואס רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל האט פארגעזאגט אויף די צווייטע מלחמה?

ווי ווייט איך ווייס איז געווען ביים עטרת ישועה וואס האט פארגעזאגט פונקטליך פארן ערשטן וועלט מלחמה אז ס'וועט זיין א מלחמה און אז בעלזא און גור וועלן זיין אונטער איין מלוכה אבער ס'וועט נישט אנהאלטן צו לאנג ווייל די צוויי קענן נישט מתקיים זיין אונטער איין דאך.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

זעה אויך ספר מבור תחתיותמר' אברהם ישראל אנגלרד עמ' יט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ס'האט מיר איינער דאס אריינגעשיקט, איך לייג עס דא ארויף ככתבו וכלשונו:

הנה יש קבלה בין חסידים אודות מכתב מהבעש"ט שגילה דבר השואה ומלכות היטלער ימ"ש בפרטיות, ונזכר בספר מטה אהרן קרלין, וכן בספר גדול בישראל תולדות הגר"י גרוסמן ששמעו דבר זה מפורש מהרבי מקרלין רבי מיילכ'ל שראה המכתב, אמנם לא גילה כלום היכן המכתב, ובאיזה ספר נדפס, ומה כתוב שם, והרב חיפשתי מקור לזה ולא מצאתי, והי' בעיני כחידה סתומה, עד שנודעתי בקיץ העבר בקאנטרי תחת השיחים מר' מאיר אברהם ליברמאן ממכתב פלא שנדפס בספר 'נצר משרשיו' חידו"ת ומכתבים לחותנו ר' ישי העכט זצ"ל, שהו"ל בניו [הספר אינו מצוי, רק אצל בני משפתחו], ושם בסוה"ס נדפס מכתבים מאביו החסיד ר' ארי' לייב העכט ז"ל הנקרא 'ר' לייבעלע מלמד' מעיר בעלזא, ובמכתב ששלח לבנו בחודש אלול תרצ"ט תיאר בפרטיות ענין המכתב שנשלח למרן מהר"א מבעלזא ע"י אחיו הרב רבי שלום מאפטא, ומה שהי' דעתו ע"ז ממרן מבעלזא, וכל הסיפור שם מעניין מאוד, ובקשתי מנכד רמ"א הנ"ל שישאיל לי הספר, והוא מונח אצלי זמן רב [יש שם הרבה רשימות חידו"ת ששמע מהה"ק מבעלזא, וכן ממרן מסאטמאר!], וכעת שראיתי שכותבים אודות הנושא, נזכרתי מהספר הנ"ל, וכנראה לא נודע להכותבים והיעדנים ממכתב פלא זה, שהספר אינו מצוי כלל בשוק, לכן סרקתי אותו ושלחתי אליך לזכות הרבים
אמנם לדעתי, כל המכתב נראה מצוץ מאצבע של בעל דמיון אחד שכתבם על לוח הספר!, ודומה למכתבי גניזה החרסינית


נצר משרשיו1.jpg


נצר משרשיו 2.jpg
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

לעכטיגער האט געשריבן:
תמימות האט געשריבן: אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.


הרה"ק ר' אברהם אלימלך מ'קארלין איז דייקא צירוק געפארען צו זיין דוקא דארט.


יעצט געזעהן די אשכול.
ווייניג באשריבן דער רבי פון קארלין רא"א וואס האט פון רה"ש תרצ"ט אנגעהויבן צו פארפירן אויף א מוראדיגן אופן אז ס'גייט קומען א חורבן אין אייראפע און ער איז געפארן אויף ארה"ק סיון צ"ט און פארארבעט מעשים נוראים אין הר הזיתים און מירון און האט שפעטער געזאגט אז ס'איז נישטא וואס צו טוהן און ער איז צוריק געפארן צובראכנערהייט נאכן אוועק געבן פאר זיינע נאנטע חסידים אסאך פון זיינע חפצים צ.ב. טלית. ברילן. איבער ציהער. זייגער. אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט א בריוו פון בעש"ט וואס דארט שטייט אלעס וואס גייט זיין און ער איז אריבערגעפארן צום אמרי אמת פון גער ווייל ער האט געהערט אז ער האט אויך אזא בריוו און ער האט טאקע געזעהן אז ס'איז פונקט די זעלבע.
שטארק באשריבן די גאנצע היסטאריע און ספר "ר' זלמן" אויף ר' זלמן בריזל זצ"ל וואס האט אלעס מיטגעלעבט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

הרב ר' דן שווארץ שליט"א האט תשעה באב גערעדט אויף קול מבשר, האט ער דארט געזאגט בתוך הדברים אזוי.

אז ווען ער איז געווען א אינגל האט ער געוואוינט אין רומעניע, דארט פלעגט ארויסקומען א וועכנטליכע אויסגאבע, א שטייגער ווי דער אידישע ליכט וכו'.

איז דארט געשטאנען אזא מעשה, אז הרה"ק ר' מאיר מפרימישלאן זי"ע איז געווען אמאל אין די שטאט .... אין רומעניע אויף שבת, ביי של"ס זענען געקומען עטליכע גויאישע שקצים און אריינגעווארפן שטיינער אין בית מדרש.

האט זיך דער רבי אנגערופן, "דער רומעינישער שר איז א קליינער שר, מיט איין ווארף (אדער לשון דומה כזה) וואלט איך אים געקענט אראפווארפן, נאר וועגן דעים טוה איך עס נישט, כדי רומעניע זאל בלייבן א מקום מקלט ווי אידן זאלן זיך קענען ראטעווען פאר משיח וועט קומען, עכ"ל.

הרב' ר' דן פארציילט אז וויבאלד ער האט אליינס געוואוינט אין רומעניע, איז אים די מעשה געווען אזוי אינטערסאנט אז ער האט דאס געליינט מערערע מאל, ביז ער האט געקענט די מעשה מיט'ן לשון אויסעווייניג....

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ווען גאנץ אייראפע האט געפלאקערט אינטער די דייטשן, איז טאקע רומעניע געווען די איינציגסטע פלאץ ווי מען האט נישט דעפארטירט די אידן, עס איז געווען א מקום פליטה פאר פילע אידן, וואס דורך דעים וואס זיי זענען אנגעקומען קיין רומעניע זענען זיי געראטעוועט געווארן.

כידוע איז די לעצטע מקום פליטה פון באבוב'ער רבי זצ"ל אויך געווען דורך דעים וואס ער איז אנגעקומען קיין רומעניע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

א. טראכטער האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן: איך ווייס נישט וויאזוי דער ספר הייסט אבער נהרי אש האט אויך גאר אסאך אינטערסאנטע ענינים. בזכרוני שטייט דארט אז ה׳ אייר תש״ח וועט משיח קומען זעט אויס אז דאן איז געווען אן עת פקודה וואס איז ליידער נתהפך געווארן צום צרה וואס איז דאן געווען

ומענין לענין דערמאן מיך וואס איך האב געזעהן באשריבען פון קראסנער רב אז ווען מען איז אים געקומען באפרייען פון לאגער האט ער זייער געוויינט, האבן די ארומיגע געפרעגט רבי יעצט דארף מען וויינען?, האט ער גענטפערט אז ער איז געווען זיכער אז משיח קומען באפרייען - נישט אמעריקאנער סאלדאטן.


אין ספר בית שמחה שרייבט ער דאס פון עטליכע עדות אויף קרעטשניפער רבי זצ"ל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

fiena nieas האט געשריבן: נו אויב אזוי פארוואס זענען זיי נישט אלע אנטלאפן באצייטענס?


דער מלאך זצ"ל האט טאקע בשום אופן נישט געלאזט זיין תלמיד .... צוריקפארן קיין יוראפ שוין עטליכע יאר פאר די צווייטע וועלט מלחמה, הגם ער האט דארט געהאט זיין משפחה וכו', ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער, און געזאגט, איך זעה מאוים'דיגע בירורים קומען אויף אייראפע!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

געלויבט האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
תמימות האט געשריבן: אויך איינער פון די סטאלינער ברודערס האט פארארבעט מעשים פאר די קריג, ער איז געפארען קיין ארץ ישראל און נאכדעם וואס ער האט נישט געפוילט איז ער צוריק געקומען און אוועק אין קריג, עפעס אזוי זינגט ר' יו"ט ערליך ז"ל אויף זיין טעיפ.


הרה"ק ר' אברהם אלימלך מ'קארלין איז דייקא צירוק געפארען צו זיין דוקא דארט.


יעצט געזעהן די אשכול.
ווייניג באשריבן דער רבי פון קארלין רא"א וואס האט פון רה"ש תרצ"ט אנגעהויבן צו פארפירן אויף א מוראדיגן אופן אז ס'גייט קומען א חורבן אין אייראפע און ער איז געפארן אויף ארה"ק סיון צ"ט און פארארבעט מעשים נוראים אין הר הזיתים און מירון און האט שפעטער געזאגט אז ס'איז נישטא וואס צו טוהן און ער איז צוריק געפארן צובראכנערהייט נאכן אוועק געבן פאר זיינע נאנטע חסידים אסאך פון זיינע חפצים צ.ב. טלית. ברילן. איבער ציהער. זייגער. אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט א בריוו פון בעש"ט וואס דארט שטייט אלעס וואס גייט זיין און ער איז אריבערגעפארן צום אמרי אמת פון גער ווייל ער האט געהערט אז ער האט אויך אזא בריוו און ער האט טאקע געזעהן אז ס'איז פונקט די זעלבע.
שטארק באשריבן די גאנצע היסטאריע און ספר "ר' זלמן" אויף ר' זלמן בריזל זצ"ל וואס האט אלעס מיטגעלעבט.

געווען עפעס פלאי פלאים וואס דארטן איז פארגעקומען

ער איז צוריקגעפארן מיט די לעצטע שיף וואס איז געפארן פון א''י קיין אייראפע פאר די קריג האט אויסגעבראכן.

זיינע חסידים האבן פארארבעט מעשים אז ער זאל פארשפעטיגן די שיף וכך הוה, ער האט דאן געהייסען אז מען זאל שנעל פארן צו א אנדערע האפן-פארט ווי דער שיף גייט דורכפארן

ע''פ דרך הטבע וואלט ער נישט געקענט נאכיאגען דער שיף אבער עפעס האט זיך צובראכן מיט די מאטאר און די שיף איז געבליבן שטעקן פאר עטליכע שעה און אזוי האט ער עס געכאפט.
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע:פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

ביי הרה"ק ר' פיניע'לע אוסטילער זצ"ל האט פאסירט פאר דער קריג אז ס'געווען פארוואלקנט אויפן גאס, האט ער זיך אנגערופן צו זיין רעבעצין, "דו זעסט דעם וואלקן? מ'מיינט אונז אויך דערמיט". זיין רעבעצין איז געווארן אינגאנצן דערשראקן האט ער איר בארואיגט. " איין זכר וועט אבער איבערבלייבן פון אונז וואס די וועלט וועט הנאה האבן דערפון".

טאקע זיין איידעם הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל מיט די רעבעצין האבן איבערגעלעבט די קריג, און פון אים איז היינט געבליבן דריי גרויסע חסיד'ישע הויפן, סקווירא, וויזניץ, און ראחמיסטריווקא.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

פון וואנעט שטאמט די מעשה
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”