איך האב פראבירט עס קלארער צו מאכן מיט עטליכע פראגראמען. כ'האב באוויזן אראפצונעמען פון די HISS און NOISE, אבער פון די אנדערע זייט הערט זיך עס אביסל פונדערווייטנס, אזא מין סארט "ויעמדו מרחוק".
זארעכ. אויב בעסע-מערעדט נישט אם כן למה זה אנוכי? ותלך לבעסערמערעדרעש לדרוש דרשותינו, זיכער דארף מען רעדן, די שאלה איז נאר פשוט וואו, אז נישט? פארוואס דאן האט אונז דער בוכ"ע פארווארפן דאהי אויף דעם עולם השפל, אין די קרעשטמע?
און מיט דיין לעצטע שורה ביסטו ווייטער גערעכט, והאמת אגיד, איך האב דאך דעם רבין נישט געהערט, נאר פון די טעיפ, און וועם איך האב נאר געהערט פון די "נאכמאכערס" קיינער קען דעם רבין נישט נאכמאכן ווי ס'דארף צו זיין, איך ווייס נישט פארוואס, איינער ברענגט נאר ארויס די נוסח, איינער נאר די ניגון, איינער נאר די תנועות די טיפע עמוק עמוק, איינער נאר די קול, איינער נאר די ברען און קאך איך מיין התלהבות, איינער די קולות נוראות, איינער די השתנות האנפין לגוונין שונין, אבער אלדינגס צוזאמען, אלעס אויף אמאל אין איין מענטש לא שמעתי עדיין.. . איינעם האב איך געהערט וואס מאכט נאך די נוסח גאנץ גוט, ער טענה'ט גאר אז דער רבי אליינס זאל אים האבן געהערט אים עס נאכמאכן און הנאה געהאט געבנדיג די הסכמה אז ס'איז גוט נאכגעמאכט, אבער ביי יענעם האט עס נישט קיין חן מטעמים שונים שאין להעלות על הכתב.
אבער פון די ה' מלך'ס און די הבדלה'ס די שבע ברכות'ן, און אנדערע זאכן וואס מיר האבן זוכה געווען צו האבן מערערע מאל, זעט מען אז דער רבי האט געזאגט אסאך מאל אנדערש, בפרט איז דא חילוק פון די י' יארן און די כ' יארן.
נאך אן הלכה'דיגער חלק וואס איז צו מערקן ביים רבי'נס ברכה'ס, איז אז דער לעצטער ווארט פון א ברכה גיט ער אלץ א כאפ שנעל, כזה=בורא פרי ה-גפן. שמעתי אז דאס איז צוליב די אמן'ס פונעם ציבור.
זארעכפעפער האט געשריבן:
נאך אן הלכה'דיגער חלק וואס איז צו מערקן ביים רבי'נס ברכה'ס, איז אז דער לעצטער ווארט פון א ברכה גיט ער אלץ א כאפ שנעל, כזה=בורא פרי ה-גפן. שמעתי אז דאס איז צוליב די אמן'ס פונעם ציבור.
איך האב נישט גענוג געהערט דעם רבין צו קענען אריינקעדן, אבער אויף דיין לעצטע שורה הרב פעפפער וועל איך אזויפיל זאגן אז גם בימינו אלה שמעתי כמה פעמים מהרגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פר"מ, דער ווילאמסבורג-סאטמארער דיין שליט"א וויאזוי ער כאפט אריין די לעצטע ווארט/ווערטער פון א ברכה כדי ליתן ריוח להעונים אמן שלא לענות אמן חטיפה, מערסטנס געדענק איך עס פון די חתימת הברכה ביוה"כ 'מלך מוחל וסולח ומעביר אשמותינו בכל שנה ושנה, מלך על כל הארץ, מקדש עמו ישראל ויום הזכרון' וויאזוי ער זאגט דאס בנשימה אחת.
די צווייטע און דריטע פאראגראף איז איינס, וחדא מתורצת בחבירתה.
איך זאג, אז צווישן ה' מלך'ס אליינס איז דא חילוקים, פון איין ה' מלך צו א צווייטע ה' מלך, און דאס איז א חילוק, אין נוסח אין תנועות, קוועטשן, שטאטקייט, און נישט דוקא פון אלע י' יארן צו אלע כ 'יארן, נאר אין די פריע י' יארן ביז די שפעטע כ' יארן, איז דער נוסח אסאך נשתנה געווארן, איז במילא דערקענט עס זיך מערער, אבער מען הערט שינויים, צווישן די זעלבע ה' מלך'ס פון קורצע תקופה אפגערוקט אויך, און אזוי אויך מיט קדישים פון סליחות. און אנדערע זאכן, ס'איז קיינמאל נישט די זעלבע אויפן האר, ווי א אויסגעלערנטע זאך וואס זינגט זיך איבער פון א טעיפרעקארדער איינמאל און נאכאמאל, דאס איז חוץ וואס די רבי פלעגט אריינלייגן אמאל אייגענע תנועות, אפילו אין פלאנטשע נוסחאות.
די רבי איז געווען באקאנט, אין זיין אייגנארטיגקייט, פון טון יעדעס מאל אנדערש, אין מנהגים, און אזוי אויך, אין נוסח, קוק למשל, אויף לדוד מזמור, האט ער געזאגט בייראש השנה אנדערש ווי ביי א הכנסת ספר תורה, און ביי שיר המעלות אויך אנדערש ראש השנה פון הושענא רבא, און די זעלבע נוסח ביי אתה הראת, און אזוי אויך ביי אקדמות, ס'איז אלס געווען אנדערע קוועטשעס, כאטש וואס דאס איז דער זעלבער נוסח, מ'רעדט פון א העכערע מענטש, וואס די אלע תנועות איז געווען רזא דרזין, להסתיר הכוונות, ווי באקאנט פון ר' יונתן שטייף, און ר' אשר זעליג, וואס האט מדייק געווען דעם דריי שטארקע קוועטשן פון די יום השביעי'ס. אגב, ר' יענקעלע דערמאנט אין זיין בריוו, דער ענין מיט די קולות פון ה' מלך און קידוש, ער שרייבט צו זיין טאכטער זיין התרגשות זייער שיין.
מיט דעם האב איך געמיינט צו זאגן, אז אין קידוש איז אויך אזוי, און קען זיין אז די וואס פרובירן גוט נאכצומאכן, מאכן טאקע נאך אביסל אנאנדער קוועטש, וואס מ'הערט נישט אויף דעם טעיפ.
די פחד און אימה, און מורא'דיגע התלהבות מיט א קול שאגת ארי, וואס דער רבי האט געזאגט ביי יעדע ברכת המצוה, ווי שופר, חנוכה, מגילה, ספירה, איז דאך נישט משיג צו זיין, מ'האט געמיינט ער רייסט זיך איבער, אבער מיט דעם אלעם דאך זיך געהאלטן מיטן נוסח אין די זעלבע צייט
דו לייגסט אראפ אונזער גרויסן רבין אזוי זאפטיג, מיט אזאנע שמאלציגע לעפצן, אז ס'דערווארעמט די איברים פנימיים בכמיהה וצמיאה....
און די זעלבע איז ביי מגילה ליינען, די קולות איז ממש אין לשער, מ'קען ניטאמאל הערן אויפן טעיפ די קולות, ווארן די ספיקערס גשמיים, פארנעמן נישט די הויכע וואליום פון די קולות, ס'קען זיך פראסטליך נישט מצומצם ווערן אינעם דומם פון טעיפ....
און הוא הדבר אשר דברת, יישר שדברת, די זעלבע דארט מיט די צוזאמכאפן און אויסלאזן, די טראפן, און אפיללו די דקדוק וואס אונז אלע לעצט געווארענע בריסקאים זעמיר אזוי פארליטווישט, און מיר קליינע מענטשן דארפן אפשר זיין אזוי, איך גיי נישט אריין דערין, אבער היינט ווען איינער זאל זאגן צהלה ושמחה, מיט א קמ"ץ וואלט מען אים געהייסן איבערליינען
יע, יע, גם אני בחלומי, איך בין אין זעלבן פעקל ווי דו. כ'בין שוין אויך אביסל צורוטשעט מיט די ענינים, ווי למשל דער זטכור/זוכר/זזכר סומעטכע וכו'. נו, וואס זאלעך טאן אז כ'אב נישט זוכה געווען צו קענען סאטמאר רב.
HISS איז א די עפעקט פון די הויכע עמפל סאונד וואס קומט אריין דורכן טראנספארמער איך האב עס היבש אראפגעברענגט, אבער איך האב שאדן געמאכט אז דעם רבי'ס שטימע הערט זיך מער פון דערווייטנס. איך וועל עס פרובירן בעסער צו טרימען און דאקטערן, אויב ס'וועט בעסער ווערן, וועל איך עס אי"ה ארויפשטעלן.