יונה כהן האט געשריבן: עס זענען געווען א לאנגע סעריע פון מאמרים איבער דער נושא עלות השחר אין דעם באבוב 45 קובץ עץ חיים.
וכמובן שכל פטפוטי דברים הנ"ל איז נישט מחייב קיין קרית יואל'ער איד קיין כי הוא זה.
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
יונה כהן האט געשריבן: עס זענען געווען א לאנגע סעריע פון מאמרים איבער דער נושא עלות השחר אין דעם באבוב 45 קובץ עץ חיים.
farshlufen האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן: עס זענען געווען א לאנגע סעריע פון מאמרים איבער דער נושא עלות השחר אין דעם באבוב 45 קובץ עץ חיים.
וכמובן שכל פטפוטי דברים הנ"ל איז נישט מחייב קיין קרית יואל'ער איד קיין כי הוא זה.
יונה כהן האט געשריבן: עס זענען דא פאשידענע מקורות אז אין סיגוט גופא האט מען זיך געפירט לפי המג"א אבער דער עלות השחר האט מען גערעכנט א סאך פריער ווי דער התאחדות זמן פון עלות דהיינו 72 לפני הנץ. און לפי זה איז אין אמת'ן דער זמן המג"א נאך אפילו פריער. און עס איז שוין פארשפרייט געווארן אין א סאך שוהל'ן א קריאה פון עטליכע רבנים וואס האבען לעצטענס מעורר געווען אויף דעם.
דער מקור פון וואס איך רעדט איז, אז ס'איז ערשינען א קול קורא בזמן הגה"ק הדברי חיים והייטב לב והם חתמו על זה וואס האט געהאנגען אין אלע שוהל'ן איבער גאליציע אין אונגערין ווי מ'איז מעורר אז אין די זוממער חדשים אין איירופע (פאר מ'האט איינגעפירט daylight saving time) איז אויס געקומען זמן קר"ש זייער פרי 6'ע - 7'ע בערך, דהיינו אזא זמן פאר קר"ש איז נאר אויב מערעכנט דער עלות א סאך פריער ווי 72 און פאר דעם האבען די גאונים הנ"ל מעורר געווען אז דער עולם זאל נזהר זיין אויפצושטיין צייטליך.
יונה כהן האט געשריבן: די סיבה פאר 72 פאר מוצש"ק איז דאך ווייל אזוי האט דער דברי חיים גע'פסק'נט און ער אליין זאגט אז דער עלות איז נישט 72 פאר דער נץ. (וכן משמע להדיא בספר דרכי חיים ועוד) ווייס איך נישט פארוואס איר ברענגט אהער דער מוצ"ש זמן ווען עס איז נישט אזוי געווען דער מנהג דוקא ביי די וואס האבען מחמיר געווען לחשוב צאת הכוכבים 72 בשווה לכל השנה לכל מקום.
יונה כהן האט געשריבן: דער פריערדיגע זמן פון עלות איז נישט ווייל אזוי איז עס לפי האופק(זומער גייט די זון שיף) נאר ווייל לפי המנהג בכל התפוצות שאין לזה זמן לפי המינוטין רק משעה שמתחיל להתנוצץ אור וזה יכול להיות הרבה יותר מ72
יונה כהן האט געשריבן: און אודאי לפי פשטות הגמ' בפסחים (ד' מיל)
יונה כהן האט געשריבן: אבל ברור שכך היתה המנהג
יונה כהן האט געשריבן: לעצטענס איז דא וואס מאכען א סארט פשוט'ע חשבון, דהיינו לחשוב לעלות השחר לפי האופק של 72 דהיינו בירושלים (ששם חשבו הזמנים לעבודת בית המקדש) בחודש ניסן און תשרי (בזמן ששעות היום ולילה הם שוים) שאז 72 מינוט לפני הנץ ידוע שהשמש נמצא 16.1 מעלות מתחת האופק ולכן מחשבים לכל העולם כשהשמש מתחת לאופק 16.1 מעלות אז יש לקבוע העלות השחר. בדיוק כפי שנהגו בזמן חז"ל. ולעולם אינו פחות מ72
יונה כהן האט געשריבן: איך שיהיה פאר סאטמאר חסידים כנ"ל דארף מען לכאורה אויסשטעלן דער לוח, גראפיש גערעדט, אז סתם מענשען זאלען אנעמען אז מ'דארף אנעמען דער הלכה כהמג"א אין נישט געבען פאר דעם סתם איד'עלע דעם איינדרוק אז ער האט א געהעריגע ברירה בלי שום פקפוק. ובאמת אינו כן.
יידישע קהילות האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן: ר' כוסעין, מען פסק'נט (ביי אונז) ווי דעם מג"א, פינטל.
ר' לוח'ס שאלה איז שוין נאר נאך די הנחה
עיין תשובות מהרש"ג איך גדענק נישט יעצט די פונקטליכע אדרעסס. ווער עס קען עס דא ארויפלייגן תע"ב.
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן: עס זענען געווען א לאנגע סעריע פון מאמרים איבער דער נושא עלות השחר אין דעם באבוב 45 קובץ עץ חיים.
וכמובן שכל פטפוטי דברים הנ"ל איז נישט מחייב קיין קרית יואל'ער איד קיין כי הוא זה.
KJ LIACH האט געשריבן: ר' יונה שליט"א
למעשה זענען מיר אביסל צימישט מיט אייער שטעלע, ווייל אויב איז באמת די זמן קר"ש מג"א נישט די ריכטיגע (ווייל מיר רעכענען נישט די ריכטיגע עלות), דעמאלט ע"כ דארף מען רעכענען די שיטת הגר"א, (ווייל די אנדערע זמן איז דאך בכלל נישט קיין זמן).
אויסער אויב מיר הייבן אן טאקע צו שרייבן אויך די זמן קר"ש לויטן פריערדיגן עלות, וואס דאס ווילן מיר אוודאי נישט ווייל דאס וועט נאר פאראורזאכן א שטורעם
למעלה משבעים האט געשריבן: רב יונה, א לוח איז נישט געמאכט פאר ידועות, ס'איז געמאכט אויף למעשה. אויב האבן די רבנים אנגענומען למעשה אנדערש ווי איר זאגט אז מען האט אמאל געטון, איז דאס היינט די פסק למעשה. פינטל.
למעלה משבעים האט געשריבן: כ'ווייס נישט ווי איר דרייט זיך, אבער די לוחות וואס קהילות געבן ארויס זענען ע"פ פסק רבנים.