צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
רב דויטש האט געגעבן א שיעור אין ארגון שיעורי תורה און ער האט מיטגעברענגט עטליכע חפצים פון די מוזיעם.
איך וועל דא אהער ברענגן עטליכע בילדער
דאס איז א כלי חרס וואס האט אויף דעם א אויפשריפט לרפואת רב סחורה. לויט רב דויטש האט דער כלי געהערט צו די הייליגע אמורא רב סחורה פון די חבריא פון רב נחמן און רב הונא. בעת חליו האט מען געשריבן א קמיע לרפואתו. אויך קען מען זען אויף דעם די ווערטער לזכות ר' יהושע בן פרחיה.
קמיע לרפואת האמורא רב סחורה.PNG (249.18 KiB) געזען 514 מאל
ווען די תורה הקדושה שרייבט אז עס איז געווען א צנצנת המן מיינט דאס אזא כלי. די רמב"ן אין זיין בריוו ווען ער רעדט ארום איבער די מטבע שקל שרייבט ער אז אויף די מטבע קען מען זען די כלי צנצנת