כנפי חיים.......... מה זו?
אינזער דור איז געבענטש מיט גאר אסאך וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס העלפן ארויס חולי ישראל בעת צרתם, אבער וואס טוט מען ווען מ'דארף אנקומען צו ווייטערע שפיטעלער וואס מען דארף פליען אהין? דא קומט אריין 'כנפי חיים' אין בילד. כנפי חיים שטעלט צו פרייע אירליין טיקעטס פאר חולי ישראל און זייערע משפחותצו קענען קומען און גיין פון און צו דאמעסטיק שפיטעלער וואס מען דארף פליען. דורך דעם זענען מיר פארזיכערט אז טראנפארטאציע איז נישט קיין אפהאלט ווען עס קומט צו אויסקלויבן די בעסטע היילונגס מיטלען פאר חולי ישראל.
דער נויט איז אזוי גרויס און הארצרייסנד אז יעדן איינציגן טאג טוען רופערס פון איבער גאנץ אמעריקע באפאלן די ליניעס מיט זייערע געבעטן אויף די סערוויסעס. כנפי חיים גיבט חודש'ליך ארויס הונדערטער טיקעטסצו גאר סאפיסטיקירטע שפיטעלער איבער אמעריקע. פילע פראמינענטע רפואה ארגענאזיעצס, חי' לייפליין, רפואה העלפליין, RCCS, און אנדערע ביקור חולים'ס פון איבעראל טוען כסדר רעקאמעדירן זייערע פאציענטן זיך צו ווענדן צו כנפי חיים פאר הילף. כנפי חיים'ס אפיס אינפארמאציעץ און די רופערס טוען זיך, ליידער, פארמערן טעגליך.
וויאזוי פאמפט דאס הארץ פון כנפי חיים?
דער גאנצער כח פון איר עקזיסטענץ און הילף איז די מיילעדזש דעטעבאנק mileage databank)) צוזאמענגעשטעלט פון די מיילעדזש נדבות פון אידן רחמנים בני רחמנים. עס איז היינט א צייט ווען עס איז גרינג זיך אנצוזאמלען עיר מיילס און/אדער באנק-פוינטס. פילע מיילס און פוינטס וואלגערן זיך אינטער די פינגער פון אידישע קינדער, אין כנפי חיים ווערן זיי דערהויבן צו א גאר ווערדיגן תכלית. פון די מיילעדזש וואס זאמלען זיך כסדר אן אין די אקאונטס פון אידישע קינדער, טוט כנפי חיים צושטעלן פרייע פלי-רייזעס פאר קראנקע וואס ראנגלען זיך פאר זייער לעבן.
פיל אומפאסיגע אומשטענדן טוען זיך אריינכאפן ווען עס קומט צו פלאנען א מעדיצינישע רייזע. געווענליך, ווען מען פארט צוליב א פראצעדור, ברויך דער חולה פריער אדורכגיין טעסטן צו זען אויב ער איז גרייט צו גיין. דאס קען נאר געטון ווערן אין די לעצטע מינוט, קורץ איידער'ן ארויספארן, דאס באדייט: אז מען ברויך באשטימען די רייזע אין די לעצטע מינוט. דערצו איז נישט מעגליך צו וויסן ווען דער חולה וועט זיין גרייט אהיימצוקומען געזונטערהייט, פולקאם ערהוילט, דאס מיינט אז מען קען נאר באשטעלן די טיקעטס איין וועג אויפאמאל. און אויך אלעמאל גאר נאנט צום פליען, טיילמאל אונטער אפאר שעה. אין פיל אומשטענדן טוט זיך דער חולה אויך אנהאקן אין לעצט-מינוטיגע טוישונגען וואס טוט נאכאמאל פארשווערן די פלי-פראצעדורן.
די אלע שוועריקייטן פון פליען צו דאקטורים האט ביז היינט צוריקגעהאלטן אסאך חולי ישראל פון אנצוקומען צו זייערע גאנצע רפואה שנעל און גרינג. דאס איז היינט א פארגאנגענהייט.מיט כנפי חיים ווערט אלעס ארלעדיגט שנעל און גרינג.
כנפי חיים ביי די ארבעט
ווען איר מאכט אייער באשלוס צו מאכן אייערע מיילן זאלן זיך ציילן פאר זכותים אדירים, טוט כנפי חיים אריינלייגן אייער אינפארמאציע אין אן אפגעהיטענעם database. וואס אנטהאלט די נעמען, קאנטאקט אינפארמאציע און מיילעדזש סארט אינפארמאציע פון אידישע קינדער, פון איבער אמעריקע, זיי ליגן באשיצט מיט איין ציל: צו באנוצט ווערן אויף ארויסצוהעלפן אין די רפואה-רייזע פון א טייער אידיש קינד. א יעדעס אקאונט איז טייער, קליינע ווי גרויסע. מיט'ן זיך איינשרייבן אין database זענט איר נאך גארנישט פארפליכטעט.
ווען א פארצווייפלטער רוף קומט אריין צו כנפי חיים, ווערט אפירגעזוכט די פאסיגע מיילעדזש אקאונט פאר דעם ספעציפישן פאל. אויב איז אייער אקאונט דער זוכה, טוט כנפי חיים זיך פארבינדן מיט אייך, נאכאמאל אן קיין פארפליכטונג, אנצובאטן פאר אייך דעם זכות. הערשט ווען דער נדבן טוט דאס באשטעטיגן און אננעמען, ווערן אראנזשירט אלע לעגאליטעטן און דער חולה פאנגט אן פליען פאר זיין לעבן.
די גוט טרענירטע אגענטן ביי כנפי חיים ארבעטן מיט'ן גאנצן הארץ. מיט'ן גרעסטן מאס סענסיטיווקייט און פארזיכטיגקייטטוען זיי אומגיין מיט'ן חולה און זיין משפחה צו זען אז א יעדעס איינצלהייט זאל קלאפן אויף'ן שענסטן און גרינגסטן פארנעם. דאס חיות פון די כנפי חיים אגענטן איז צו פארמינערן ליידן אויף יעדן מעגליכן אופן.
דער ווערד פון א מיילעדזש נדבה
א שותפות מיט כנפי חיים איז א קרן וואס פארטאפלט זיך בכפלי כפליים. צום ביישפיל, דורכ'ן מנדב זיין 4,500 British Airway miles, Amex, אדער Chase,, א סכום וואס שאפט זיך גרינג אין פוינטס, טוט איר ממש אויסצאלן א one-way trip צו Cleveland, Ohio, וואו עס געפינט זיך דער וועלט-בארימטער Cleveland Clinic. אויב חלום'ט איר פון נתעשר ווערן אנשטאט, דורכ'ן איינקעשן די מיילעדזש, קענט איר ערווארטן גאנצע $45. פאר דעם סכום פון מיילס. פאר די חולה, וואס וואלט געמוזט קויפן דעם זעלבן טיקעט מיט קעש, אנשטאט אייער ברייטהארציגן מיילעדזש נדבה, וואלט דאס אויסגעקומען צו אזויפיל ווי 535.00 איז נאך א שאלה צי עס לוינט צו געבן לעבן?!
די ארבעט פון כנפי חיים איז נישט נאר די טיקעטס אליין.ווי פארשטענדליך איז דער חולה איז די משפחה מיטגלידער גאר פארלוירן. עס הייבט זיך אן מיט ווער פארט, ווען פארט מען, אינדערפרי, ביינאכט, דעמאלטס קען דער נישט און דעמאלטס קען יענער נישט. כנפי חיים האלט אויף ספעציעל געלונגענע ארבייטער וואס העלפן דעם חולה און משפחה מיטגעלידער מיט אויסארבעטן אלע פלענער ארום דאס פליען. פון וועלעכע עירפארט, וויאזוי גייט מען אנקומען צום עירפארט, און ווי אזוי פון דארט צום דאקטער/שפיטאל א.א.וו. דאס אלעס העלפט צו א געוואלד גרינגער צו מאכן די פיין און ליידן פון אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.
ווי אזוי קענט איר העלפן ראטעווען אידישע לעבנס?
1) שרייבט אייך היינט איין אין די דאטאבעיספון כנפי חיים מיט אייער מיילעזדש אינפארמאציע, וועלעכע סארט מיילס איר האט און וויפיל איר וואלט געוואלט מנדב זיין פאר חולי ישראל ווען נוטיג. מיר וועלן זיך פארבינגן מיט אייך ווען אייערע מיילס קענען ראטעווען א אידיש לעבן.
2) כנפי חיים האלט אויף א שטאב פון 4 פול טיים ארבייטער וואס געבן זיך אפ מיט די עבודת הקודש, אנגעהויבן פון נעמען די פאון קאלס, דערנאך אויסארבעטען די נסיעה פלענער, דערנאך פארשאפן די מיילעזדש און דערנאך די עצם בוקן די טיקעטס. דאס אלעס קאסט אפ א הון תועפות.
זייט אייך משתתף מיט סכומים הגוניםאון נעמט א חלק אין ראטעווען אידישע לעבן'ס. רופט אריין און אפיס און העלפט ראטעווען אידישע קינדער.
3) אויב האט אן AMERICAN EXPRESS קארטל איז גאנץ מעגליך אז איר קענט האבן א FREE TRAVEL BENEFIT פון 100$ פער יאר. די בענעפיט ארבעט דורך אויסקלויבן א TRAVEL PARTNER וואס ווען איר ספענד ביי זיי for in-flight purchase ביז 100 דאלער פער יאר באקומט איר צוריק די געלט אויף אייער סטעיטמענט. כנפי חיים וועט אויסארבעטן מיט אייך ווי אזוי איר קענט מנדב זיין די געלט פאר חולי ישראל. רופט אריין און אפיס און העלפט ראטעווען אידישע קינדער.
4) אויב פארט איר אויף אן אויסלענדישע רייזע מאכט זיכער אז איר באקומט אייער ערליך פארדינטע מיילעזדש באנוס פון די עירליין קאמפאני. דערנאך קענען אייערע מיילס געניצט ווערן צו העלפן חולי ישראל פליען צו דאמעסטיק שפיטעלער פאר זייער רפואה.
אויב דארפט איר הילף אין דעם הינזיכט רופט אריין אין די אפיס פון כנפי חיים און די עקספערטן וועלן אייך גערן ארויסהעלפן.
5) כנפי חיים העלפט אויך ארויס פאר געלונגענע ביזנעסלייט מיט עצות און מיטלען ווי אזוי זיך אנצוזאמלען גאר גרויסע נאמבערס פון מיילעזדש דורך זייערע ביזנעס קרעדיט קארדס אויף א רעגולערן חודש'ליכן פארנעם.פארשטייט זיך אז אלעס ווערט געטוען אויפ'ן אויסגעהאלטענעם לעגאלן אופן. דערנאך קענען די אייגענטומער מנדב זיין א חלק פון זייערע מיילס פאר חולי ישראל און בלייבן מיט גענוג און נאך פאר'ן אייגענעם באניץ.
פארבינדט אייך היינט מיט'ן אפיס און די עקספערטן וועלן אייך גערן ארויסהעלפן. (נאר געאיינגענט פאר עקזיסטירנדע גוט גייענדיגע ביזנעסער)
צו מנדב זיין מיילס אדער געלט אדער פאר אינפארמעישאן פארבינדט אייך היינט מיט כנפי חיים
טעל. 845-492-3131
אימעל [email protected]
נ.ב.
אייניגע פונקטן איבער כנפי חיים.
• כנפי חיים איז נישט אין די ליין פון קויפן און פארקויפן מיילעזדש.
• כנפי חיים שטעלט נאר צו דאמעסטיק טיקעטס, נישט אינטערנעשאנאל.
• כנפי חיים העלפט ארויס טעגליך צענדליגע רופערס. די זכות ליום פון אלע אקטיוויטען ווערט פארקויפט פאר $180.00