אויב כ'האב נישט קיין טעות, ווען דער רבי שליט"א איז געווען דעם לעצטן ווינטער אין ארץ ישראל, האט ער ביי די שטילע שמונה עשרה, געזאגט ווי אין אמעריקא, און ביי די הויכע ווי די ישראלים, אזוי דאכט זיך מיר, זאלן קומען די וואס ווייסן בעסער, און זאגן וואס זיי ווייסן.
צו וויסן אויף איבער א יאהר עס איז דא א תשובה אין מנחת יצחק צו הגה"צ ר' יעקב הלוי ראטטענבערג שליט"א סאלקא רב פון מאנסי וועגען אט די שאלה, חזקה על הרב מ'סקרענטאן צו אפיר ברענגען דעם פונקטליכן מראה מקום.
א) בחו"ל וואס איז געווען בימי חז"ל, בבל, האט מען אנגעהויבען צו זאגען ותן טל ומטר און בעטען פאר רעגען 60 טעג נאך תקופות תשרי. וויבאלד בבל איז געווען אויף א נידריג פלאץ האט זיך דארט אנגעזאמלט וואסערן פון אלע לענדער ארום, דערפאר האט דארט נישט אויסגעפעלט קיין רעגען גלייך נאך סוכות ווי אין ארץ ישראל.
ב) דעריבער איז אין גאנץ חוץ לארץ, אפילו אין אזעלכע מדינות וועלכע נויטיגן זיך אין רעגן גלייך פון אנהויב ווינטער איז אנגענומען געווארען גלייך ווי אין בבל, אנצוהויבען ותן טל ומטר 60 טעג נאך תקופות תשרי, וואס איז אויסגעקומען היי יאהר תשס"א דעם פארגאנגענעם מאנטאג נאכט פרשת ויצא ביי מעריב.
ג) שכח לגמרי - אויב מען האט אינגאנצען פארגעסן צו זאגען ותן טל ומטר, דארף מען נאכאמאל איבער דאווענען שמונה עשרה. דער זעלבער דין איז ביי מעריב אז מען דארף איבער דאווענען. אבער די ערשטע נאכט מעריב, האלטן טייל פוסקים אז מען דארף נישט איבער דאווענען וויבאלד ביי נאכט איז נאך נישט דא קיין 60 טעג, גאנצע מעת לעת פון תקופות תשרי. למעשה זאל מען יא איבער דאווענען, בתנאי אז אויב מן הדין דארף מען נישט איבער דאווענען זאל עס זיין בתורת נדבה.
ד) בתוך שמו"ע - כל זמן מען האלט נאך אינמיטן שמונה עשרה און מ'האט פארגעסן צו זאגען ותטו"מ זענען דא פארשידענע חילוקי דינים ווי אזוי דאס מתקן צו זיין און ווי מען קען זאגען ותטו"מ.
ה) בברך עלינו - ווי לאנג מען האלט נאך אינמיטן די ברכה פון ברך עלינו זאל מען צוריק גיין צו ותן טל ומטר, און ווייטער זאגען על הסדר. אויב מען האט שוין געזאגט ברוך אתה ה' - זאל ער ענדיגען די ברכה מברך השנים, און זאגען ווייטער שמונה עשרה ביז שמע קולינו, און פאר כי אתה שומע זאל ער זאגען "ותן טל ומטר וכו' ....
ו) לפני תקע בשופר - נאך דעם אז מ'האט געענדיגט ברך עלינו קודם מ'האט אנגעהויבען תקע בשופר, זאל מען דארט גלייך זאגן "ותן טל ומטר לברכה על פני האדמה" צווישען די צוויי ברכות, און נאך דעם ווייטער דאווענען תקע בשופר וכו', אנדערע האלטן אז נאך ברך עלינו איז בעסער צו ווארטן ביז שומע תפלה און דארט זאגן ותטו"מ.
ז) לאחר תקע בשופר - נאך דעם ווי מ'האט שוין אנגעהויבן מיט די נעקסטע ברכה, תקע בשופר, זאל מען ווייטער דאווענן ביז אינמיטן שמע קולינו, און פאר כי אתה שומע וכו' זאגט מען "ותן טל ומטר לברכה על פני האדמה".
ח) לאחר שומע תפלה - אויב מען האט געענדיגט די ברכה שומע תפלה, קודם מ'האט אנגעהויבן צו זאגן די נעקסטע ברכה "רצה", זאל מען גלייך דארט זאגן ותטו"מ צווישן די צוויי ברכות, און נאך דעם רצה וכו'.
אויב מ'דערמאנט זיך נאך ברוך אתה ה' פאר "שומע תפלה" זאל מען זאגן למדנו חוקיך און גלייך זאגן ותטו"מ און נאך דעם צוענדיגן כי אתה שומע וכו' ביז סוף ברכה.
ט) לאחר רצה - נאך דעם ווי מ'האט שוין אנגעהויבן רצה, דארף מען צוריק גיין ביז אנהויב די ברכה "ברך עלינו" און ממשיך זיין פון דארט דאס דאווענען על הסדר נאך אמאהל.
י) יהיו לרצון - נאך דעם אז מ'האט שוין געזאגט צום סוף יהיו לרצון, אפילו מען האט נאך נישט געזאגט עושה שלום וכו' ווערט עס גערעכענט גלייך ווי נאכ'ן אויסטרעטן שמונה עשרה און מען דארף איבער דאווענען די גאנצע שמונה עשרה.