תולעים אין אראנדזש דזשוס (מיץ תפוזים)

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תולעים אין אראנדזש דזשוס (מיץ תפוזים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

שוין א תקופה פון אפאר יאר צוריק איז געוען א שטיקל טומל וועגן תולעים אין אורענדזש דזשוס (מיץ תפוזים), משום מה האט זיך די טומל אפגעשטילט און אלעס איז געבליבן ווי פריער, און איך האב געהערט בזמנו אז סאיז געווען א קאמפעני וואס האט שוין מסכים געווען עפעס טוהן, וברגע האחרון איז די פלאן נגנז געווארן משום מה.

די לעצטע חודש אלול תשע"ה, איז ארויס לאור א קובץ "חיצי גבורים" פון מכון "פליטת סופריהם", דארט איז דא א בירור פון יינגעלייט אויף דעם ענין,
זיי האבן אויס געעפינען אז אלע פלעשער מיץ תפוזים פון אלע קאמפעניס (פארשטייט זיך אז כשר'ע) האט מען געטראפן כאטש אפאר ווערים, אין געוויסע קאמפעניס מער און אין געוויסע ווייניגער, פון געוויסע קאמפעניס האט מען געטראפן אין א יעדע גלאז דזשוס אפאר גאנצע ווערעם!!!

למעשה בויען זיי אויף אין די תשובה באריכות כל מיני קולות גג על גג שלא שיערום אבותינו מזאל זיך פארלאזן אויף אזעלכע פלפולים להכשיר תולעים וואס איז מטמטם אפילו באונס, מקען אראפ נעמען די תשובה זייערער פון דא https://drive.google.com/file/d/0BwI4yh ... sp=sharing
און זעהן אלע פרטים וואס זיי שרייבן בנוגע די בירור למעשה און דערנאך זייער תשובה להלכה, (סאיז מיר נאר א וואונדער אז זיי זענען אזוי מאריך להתיר, און דערמאנען קוים קוים די פשוטע סברא פון יעדען ערליכן איד לאיסור).

ואנכי בשאלתי, היתכן סאיז שטיל קול דממה דקה אין די ענין חמור פון ונטמטם בם?
וואס שלאפט מען?
אויב ס'וואלט געווען א טומל און א ביקוש פאר דעם, וואלטן שוין געווען קאמפעניס וואס וואלטן זיך צו געשטעלט.

אגב, די הכשר עדה החרדית אין ירושלים לאסט טאקע נישט אין קאמפעניס אדער געשעפטן אונטער זייער הכשר צו מאכן מיץ תפוזים בשעת די שולאכטס איז אויפן פרי מחמת די ווערים,
פארוואס נאר בני ארץ ישראל קענען נהנה זיין פון די הקפדה פון די עדה החרדית, און בני חו"ל דארפן טרינקן גאנצע ווערעם שלא בידיעתם?!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בארואיגט אייך!!!!

זעהט דא, קול הלשון הערט אויס דעם שיעור מרישא עד גמירא (פשוט, צו קענען די מציאות הדברים), און נאכדעם שרייבט .....
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יהיה כן האט געשריבן: בארואיגט אייך!!!!

זעהט דא, קול הלשון הערט אויס דעם שיעור מרישא עד גמירא (פשוט, צו קענען די מציאות הדברים), און נאכדעם שרייבט .....

האסט געליינט וואס איך האב צוגעלייגט ביי מיין אטעטשמענט?
די מציאות הדברים קען איך פון לאנג, איך האב אויך גערדט מיט א גרויסע מומחה לכשרות אין ב"פ, און ער האט מיך אויך געזאגט אז ערליכע אידן איז כדאי נמנע זיין פון טרינקן מיץ תפוזים.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האסט געהערט דעם שיעור? (ער איז מסביר דעם חילוק פון די אלגעמיינע אראנדזש דזשוס (אפילו מיט הכשרים) צו די היימישע הכשרים)
און בכלל נאכן הערן דעם שיעור, וועסטו נישט שרייבן 'די פשוטע סברא פון יעדן ערליכן איד לאיסור'....., סי'ז בכלל נישט אזוי 'פשוט לאיסור'... (חוץ אז איר גלייבט נישט אין ביטול ברוב ובס', וואס דעמאלט האט איר א פראבלעם נישט נאר מיט אראנדזש דזשוס נאר מיט 90 פראצענט פראדוקטן אין גראסערי...)
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יהיה כן האט געשריבן: האסט געהערט דעם שיעור? (ער איז מסביר דעם חילוק פון די אלגעמיינע אראנדזש דזשוס (אפילו מיט הכשרים) צו די היימישע הכשרים)
און בכלל נאכן הערן דעם שיעור, וועסטו נישט שרייבן 'די פשוטע סברא פון יעדן ערליכן איד לאיסור'....., סי'ז בכלל נישט אזוי 'פשוט לאיסור'... (חוץ אז איר גלייבט נישט אין ביטול ברוב ובס')

די פראבלעם איז נאר, אז א בריה ווערט נישט בטל, און אין די דזשוס טרעפט מען גאנצע ווערעם!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פעלעד האט געשריבן:

שקר וכזב!!
הערט אויס דעם שיעור
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יהיה כן האט געשריבן:

איך וויל נישט אריין גיין אין א נארישן ויכוח, אבער כפי הנראה האסטו נאכנישט געליינט וואס איך האב געברענגט אטעטשט צו מיין ערשטע הודעה,
לאמיר מאכן א הסכם, איך וועל הערן דעם שיעור און דו וועסט ליינען די תשובה...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בסדר
די שאלה איז נאר אויף 'וועמענס' אראנדזש דזשוס רעדט דיין תשובה אויף tropcana אדער אויף golden flow צו lakewood?
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

איך בעט ענק.... פליז.... הערטס אויף קוקן אויף פרוכטן מיט פארגרעסערונג גלאזן, אמת'דיג, אז מ'וועט אלעס אסר'ן וועט מען אלעס עסן/טרונקן! די וואך הער איך אז מ'קען שוין נישט קויפן קיין פיינעפל, דאס מוז זיך אויפהערן!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יהיה כן האט געשריבן: בסדר
די שאלה איז נאר אויף 'וועמענס' אראנדזש דזשוס רעדט דיין תשובה אויף tropcana אדער אויף golden flow?

אלע ביידע, און נאך אפאר, געב א קוק, צו ליינען נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, צו הערן, נעמט שוין מער צייט...
אפשר האסטו א לינק צו דעם שיעור אין די סייט פון קול הלשון, איך האב נישט כח זיי צוגעבונדען צו א טעלעפאן בשעת הערן א שיעור...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פעלעד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: בסדר
די שאלה איז נאר אויף 'וועמענס' אראנדזש דזשוס רעדט דיין תשובה אויף tropcana אדער אויף golden flow?

אלע ביידע, און נאך אפאר, געב א קוק, צו ליינען נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, צו הערן, נעמט שוין מער צייט...
אפשר האסטו א לינק צו דעם שיעור אין די סייט פון קול הלשון, איך האב נישט כח זיי צוגעבונדען צו א טעלעפאן בשעת הערן א שיעור...

די שיעור נעמט איבער א שעה, (שרייב אפ א שיעור וואס נעמט א שעה, און זאג מיר ווי לאנג ס'נעמט דיר צו ליינען...), אויב האסטו נישט קיין כח צו הערן, דאן טרינק נישט קיין אראנדזש דזשוס, איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן שיעור מרישא עד גמירא
צום סוף פונם שיעור איז דער דיין שליט"א שופך חמתו אויף דיע וועלכע האבן ארויף געברענגט גאר אזא שאלה!!!!
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך אקטאבער 07, 2015 6:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אפטימיסט האט געשריבן: איך בעט ענק.... פליז.... הערטס אויף קוקן אויף פרוכטן מיט פארגרעסערונג גלאזן, אמת'דיג, אז מ'וועט אלעס אסר'ן וועט מען אלעס עסן/טרונקן! די וואך הער איך אז מ'קען שוין נישט קויפן קיין פיינעפל, דאס מוז זיך אויפהערן!

איך הער, ווילסט מתיר זיין מטעם שאם נאסור ישאנה באיסור אזוי ווי תחילת פרשת כי תצא...:lol:
די כלל אין הלכות תולעים איז קלאהר, אווארעם וואס מען קען נישט זעהן מיט די אויג מחמת ער איז אזוי קליין, איז להרבה שיטות מותר, אבער א ווארעם (אזוי בנידון דנן) וואס מען קען בעצם זען מיט די אויג משום גדלותו, נאר ווייל ער איז דורך זיכטיג און מווייסט נישט ווי ער זעט אויס כאפט עס נישט די אויג נאר דורך א פארגרעסער גלאז, אזא איז אסור לכו"ע.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יהיה כן האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: בסדר
די שאלה איז נאר אויף 'וועמענס' אראנדזש דזשוס רעדט דיין תשובה אויף tropcana אדער אויף golden flow?

אלע ביידע, און נאך אפאר, געב א קוק, צו ליינען נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, צו הערן, נעמט שוין מער צייט...
אפשר האסטו א לינק צו דעם שיעור אין די סייט פון קול הלשון, איך האב נישט כח זיי צוגעבונדען צו א טעלעפאן בשעת הערן א שיעור...

די שיעור נעמט איבער א שעה, (שרייב אפ א שיעור וואס נעמט א שעה, און זאג מיר ווי לאנג ס'נעמט דיר צו ליינען...), אויב האסטו נישט קיין כח צו הערן, דאן טרינק נישט קיין אראנדזש דזשוס, איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן שיעור מרישא עד גמירא

האסט מיר נישט פארשטאנען, אדרבה, איך זיך אזעלכע שיעורים, דערפאר האב איך אויפגעמאכט די אשכול (נאר די ביסט געקומען מיט אזא שטרענגקייט זענען מיר אריין אין א ויכוח), איך פרעג נאר אויב דו ווייסט א לינק ווי איך קען עס דאונלאודן און הערן אויף מיין mp3 פלייער.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איך האב געהערט דעם שיעור וואס "יהיה כן" האט געלינקט, סאיז כמעט ווארט בייווארט פון די תשובה וואס איך האב געברענגט אין מיין ערשטע הודעה דא,
די גאנצע היתר איז געבויעט אויף ספיקות און היתרים, קיינער פון אונז וואלט נישט אריין גענומען אין מויל פלייש וואס איז געכשרט דורך אזוי פיל היתרים,
און אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, די עדה החרדית האט געפאסקענט אז סאיז טאקע אסור, און אזוי אויכט הרב ויא שליט"א, און די עדה לאסט טאקע נישט אונטער זייער השגחה מאכן מיץ תפוזים מיט די שולאכטס, און קיינער האט מיר נאכניש מצליח געווען געבן צו פארשטיין פארוואס אין ניו יורק זאל נישט קענען זיין כאטש איין כשרות אדער קאמפעני וואס זאלן צושטעלן פאר ערליכע אידן?
די עדה החרדית זוכט נישט סתם מחמיר זיין, סאיז זיי א עול אויפן קאפ יעדע חומרא, זיי טוען נאר וואס מען מוז כדי זאל זיין מהודר כשר.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קען איינער אפשרייבן בקיצור די היתרים?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פעלעד האט געשריבן: איך האב געהערט דעם שיעור וואס "יהיה כן" האט געלינקט, סאיז כמעט ווארט בייווארט פון די תשובה וואס איך האב געברענגט אין מיין ערשטע הודעה דא,
די גאנצע היתר איז געבויעט אויף ספיקות און היתרים, קיינער פון אונז וואלט נישט אריין גענומען אין מויל פלייש וואס איז געכשרט דורך אזוי פיל היתרים ,
און אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, די עדה החרדית האט געפאסקענט אז סאיז טאקע אסור, און אזוי אויכט הרב ויא שליט"א, און די עדה לאסט טאקע נישט אונטער זייער השגחה מאכן מיץ תפוזים מיט די שולאכטס, און קיינער האט מיר נאכניש מצליח געווען געבן צו פארשטיין פארוואס אין ניו יורק זאל נישט קענען זיין כאטש איין כשרות אדער קאמפעני וואס זאלן צושטעלן פאר ערליכע אידן?
די עדה החרדית זוכט נישט סתם מחמיר זיין, סאיז זיי א עול אויפן קאפ יעדע חומרא, זיי טוען נאר וואס מען מוז כדי זאל זיין מהודר כשר.

א סאך התירים איז א גוטע זאך.
די שאלה איז צו עס מוז צוקומען צו אסאך התירים, אדער עס זענען פאראן אסאך התירים.
יחי ההבדל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יידישע קהילות האט געשריבן: קען איינער אפשרייבן בקיצור די היתרים?

סוף די תשובה וואס איך האב געברענגט איז דא בקיצור די התרים, סאיז שווער צושרייבן דא, ווייל די התרים זענען געבויט לשיטתו דלשיטתו דלשיטתו, ממילא כדי צו פארשטיין די היתר דארף מען ליינען א גאנצע פלפול, עי' אין מיין לינק אין די ערשטע הודעה.
א משל פון איין היתר איז:
אז די סקיילס ווערעם וואקסן אויף א אויפן אז אין א געוויסע צייט פון זייער לעבן פאלן אראפ זיערע פיס און זי זענען ממשיך צו לעבן אן פיס, יעצט די ש"ך האלט אז ביי א ווארעם יעדע אבר וואס פאלט נאר אראפ מאכט עס איהם אויס בריה און ס'ווערט בטל, ממילא דא פאלן דאך אראפ די פיס ווערט ער אויס בריה און ער קען בטל ווערן גאנצערהייט.
די פראבלעם מיט די היתר איז נאר, אז נארמאל רעדט מען אז די אבר פאלט נאכן שטארבן אדער ער ווערט א בעל מום, אבער דא איז אין די סדר פון זיין לעבן פאלן אראפ זיינע פיס, ווער זאגט אז דאס הייסט א חיסרון אבר וואסט מאכט איהם אויס בריה, אדרבה, סאיז נישט מסתבר אזוי.
ועוד אזעלכע סארט היתרים וואס זענען נישט אינגאנצן מוכרח און מקען זיך דינגען אויף זיי.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שוין לאנג וואס עס וואונדערט מיר, ווי זענען געווען די ווערים בימי רבותינו ורבותינו? זענען די ווערים אין די טרויבן/פיש/טשעריס/סטראבעריס/וואסער/וכדו' פון די נייע דור? ווי האבן זיך זייערע זיידעס געהאדעוועט?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

פלטיאל האט געשריבן: שוין לאנג וואס עס וואונדערט מיר, ווי זענען געווען די ווערים בימי רבותינו ורבותינו? זענען די ווערים אין די טרויבן/פיש/טשעריס/סטראבעריס/וואסער/וכדו' פון די נייע דור? ווי האבן זיך זייערע זיידעס געהאדעוועט?

שוין לאנג האב איך געהערט תשובות אויף די שאלה...

1. בימות אבותינו איז נישט געווען אזא קליין וועלט, מאיז נישט געפארן פון איין עק צום צווייטן, און יעדע פלאץ איז געווען די פאר סארט ווערעם און שוין, כהיום, מיט ברענגן זאכן פון איין עק וועלט צום צווייטן קומען מיט אלע פראבלעמען מיט זיי און באזיצן זיך בכל מקום, ממילא ווערט יעדע פלאף פול מיט 100 מאר דאפלט פראבלעמען מער ווי א מאל,
לא לחינם לאזן נישט מדינות אריין ברענגן פראכט פון איין מדינה צום צווייטן.

2. די וועלט איז הינט אסאך מער מזוהם ווי אמאל.

3. ווער זאגט סאיז אמאל נישט געווען, אונזער עלטערן האבן געווינט אין אנדערע מדינות און קען זיין דארט איז נישט געווען די פראבלעם, למשל טרויבן איז אין א"י נישט אזא גרויסע פראבלעם ווי אין ניו יורק...

ועוד ועוד תשובות לדבר.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז דא א וועג אז איך זאל דאס קענען זען?
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

געלעגער האט געשריבן: ס'איז דא א וועג אז איך זאל דאס קענען זען?

וואס, די סקיילס?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואטעווער ס'מאכט די אראנזש זשוס גוט.. כ'מיין פראבלאמאטיש
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

געלעגער האט געשריבן: וואטעווער ס'מאכט די אראנזש זשוס גוט.. כ'מיין פראבלאמאטיש

זי זענען דורך זיכטיג ממילא קען א אויג - בפרט איינער וואס ווייסט נישט וויזוי זיי זעהן אויס - זייער זייער שווער עס זעהן, די איינציקסטע וועג צו זעהן איז בודק זיין אזוי ווי סשטייט דארט אין די תשובה, עס אויס זיפן אויף גאר א דינע שמאטע, שטייט דארט ווי דין פונקט די זיפער דארף זיין זיי זאלן נישט דורך גיין.
קענסט זעהן אין ספר "בדיקת מזון כהכלה" פון הרב ויא, ער רעדט א געוואלט פון די ווערים "סקיילס, אין לשוה"ק הייסן זיי "כנימות",
ווייל אסאף פראכט האבן עס אויפן שולאכטס, נאר בדרך כלל פאלט עס נישט אריין אין די עסן און סבלייבט אופן שולאכטס, משא"כ ביי די דזשוס, ווייל מען רייבט און קוועטשט אזוי שטארק דעם שולאכטס גליטשן זיי זיך אראפ פון שולאכטס אריין אין די דזשוס.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

פלטיאל האט געשריבן: שוין לאנג וואס עס וואונדערט מיר, ווי זענען געווען די ווערים בימי רבותינו ורבותינו? זענען די ווערים אין די טרויבן/פיש/טשעריס/סטראבעריס/וואסער/וכדו' פון די נייע דור? ווי האבן זיך זייערע זיידעס געהאדעוועט?

איך האב שוין אמאל געריבן אין אנאנדערן אשכול, אז דאס איז לכאורה א חסרון ידיעה, ס'געווען אין יוראפ פיין תולעים און שרצים, ס'נאר לכתחילה נישט געווען אזא אויסוואהל פין פירות און ירקות, ועוד מענטשן זענען נישט געווען אזוי להוט נאך יעדן סארט מאכל אפי' מ'האט זיך שוין געקענט ערלויבן, אמאל האט מען געוואוסט אז מ'טאר נישט עסן איז נישט. ועל כולם, יא פארשידענע זאכן זענען היינט במציאות אנדערש ווי אמאל. אזוי אויך איז געווען מער שו"ת אויף עופות און עגונות אמאל ווי היינט, און מיט דעם אלעם רעדט מען גענוג דערוועגן אין פריערדיגע פוסקים.

מ'דערציילט אויפ'ן הייליגן דברי חיים (וי"א דברי יחזקאל) זי"ע, אז ער האט אנגערופן וואסער-מעלאן "כשר'ע פרי", צוליב וואס עס האט אזא דיקע גלאטע שאלעכטס אז ווערים זענען נישט שולט דערויף.

_____

דער עולם האקט אין גרויסן, כ'זע אז פעלעד זאגט ענליך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

פעלעד האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן: שוין לאנג וואס עס וואונדערט מיר, ווי זענען געווען די ווערים בימי רבותינו ורבותינו? זענען די ווערים אין די טרויבן/פיש/טשעריס/סטראבעריס/וואסער/וכדו' פון די נייע דור? ווי האבן זיך זייערע זיידעס געהאדעוועט?

שוין לאנג האב איך געהערט תשובות אויף די שאלה...

1. בימות אבותינו איז נישט געווען אזא קליין וועלט, מאיז נישט געפארן פון איין עק צום צווייטן, און יעדע פלאץ איז געווען די פאר סארט ווערעם און שוין, כהיום, מיט ברענגן זאכן פון איין עק וועלט צום צווייטן קומען מיט אלע פראבלעמען מיט זיי און באזיצן זיך בכל מקום, ממילא ווערט יעדע פלאף פול מיט 100 מאר דאפלט פראבלעמען מער ווי א מאל,
לא לחינם לאזן נישט מדינות אריין ברענגן פראכט פון איין מדינה צום צווייטן.

2. די וועלט איז הינט אסאך מער מזוהם ווי אמאל.

3. ווער זאגט סאיז אמאל נישט געווען, אונזער עלטערן האבן געווינט אין אנדערע מדינות און קען זיין דארט איז נישט געווען די פראבלעם, למשל טרויבן איז אין א"י נישט אזא גרויסע פראבלעם ווי אין ניו יורק...

ועוד ועוד תשובות לדבר.

איז עס טאקע אזוי, אז די אלע ווערים וואס מעו טרעפט היינט קומט טאקע נאר פון פלעצער ווי אבותינו ורבותינו האבן נישט באטרויטן, זענען די פרוכט וואס וואקסן אין אייראפע/שפאניע/ארץ ישראל און אלע געגנטער ווי אידן האבן געוואוינט ממש זויבער אזש מען זאל נישט טרעפן אפילו איין תשובה פון אמאל איבער די פולמוס?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”