תולעים אין אראנדזש דזשוס (מיץ תפוזים)
די לעצטע חודש אלול תשע"ה, איז ארויס לאור א קובץ "חיצי גבורים" פון מכון "פליטת סופריהם", דארט איז דא א בירור פון יינגעלייט אויף דעם ענין,
זיי האבן אויס געעפינען אז אלע פלעשער מיץ תפוזים פון אלע קאמפעניס (פארשטייט זיך אז כשר'ע) האט מען געטראפן כאטש אפאר ווערים, אין געוויסע קאמפעניס מער און אין געוויסע ווייניגער, פון געוויסע קאמפעניס האט מען געטראפן אין א יעדע גלאז דזשוס אפאר גאנצע ווערעם!!!
למעשה בויען זיי אויף אין די תשובה באריכות כל מיני קולות גג על גג שלא שיערום אבותינו מזאל זיך פארלאזן אויף אזעלכע פלפולים להכשיר תולעים וואס איז מטמטם אפילו באונס, מקען אראפ נעמען די תשובה זייערער פון דא https://drive.google.com/file/d/0BwI4yh ... sp=sharing
און זעהן אלע פרטים וואס זיי שרייבן בנוגע די בירור למעשה און דערנאך זייער תשובה להלכה, (סאיז מיר נאר א וואונדער אז זיי זענען אזוי מאריך להתיר, און דערמאנען קוים קוים די פשוטע סברא פון יעדען ערליכן איד לאיסור).
ואנכי בשאלתי, היתכן סאיז שטיל קול דממה דקה אין די ענין חמור פון ונטמטם בם?
וואס שלאפט מען?
אויב ס'וואלט געווען א טומל און א ביקוש פאר דעם, וואלטן שוין געווען קאמפעניס וואס וואלטן זיך צו געשטעלט.
אגב, די הכשר עדה החרדית אין ירושלים לאסט טאקע נישט אין קאמפעניס אדער געשעפטן אונטער זייער הכשר צו מאכן מיץ תפוזים בשעת די שולאכטס איז אויפן פרי מחמת די ווערים,
פארוואס נאר בני ארץ ישראל קענען נהנה זיין פון די הקפדה פון די עדה החרדית, און בני חו"ל דארפן טרינקן גאנצע ווערעם שלא בידיעתם?!