my daughter was tested positive for Babesia and bartonella co-infections of lyme, You agree that this is coming from lyme (not from age as she is young) but it doesn't cause chronic pain, is there a way to get rid of the co-infections altogether, that it shouldn't show up positive on a test results?
בכל אופן אויב ווילסטו פטור ווערן פון די באקטעריע, גיב איר די מעדעיקעישן פאר דריי וואכן, און עס גייט בדרך כלל אוועק. דאס קען מען זען אויף די טעסטס. אויב בלייבן נאך סימפטומען, דעמאלטס איז עס א נפשיות'דיגע אישו, וואס די סארנא מעטאד קען זייער אסאך העלפן. ביי דיין פאל אז עס איז נישטא קיין סימפטומען, איז די מעשה געענדיגט מיט דעם. איינער האט מיר לעצטענס פארציילט טאקע, אז ער האט גענומען א טעסט און געוויזן אויף ליים דעזיז, אבער האט נישט געהאט קיין שום סימפטומען. גענומען די מעדיקעישן פאר דריי וואכן, און עס איז נעלם געווארן, והכל על מקומו יבוא בשלום.
דאס קומט נאכאמל ווייזן אז די סימפטומען און די באקטעריע זענען צוויי עקסעטערע זאכן און האבן נישט קיין שייכות.
זי האט געהאט סימפטומים אין שטארק נישט גיט געפילט, זי האט געטעסט פאסאטיו צי ליים אין קאאינפעקשאנס, זי האט גענומען מעדיקעישאן אין בעסער געווארן ב"ה אבער פין צייט צי צייט קוועטשט דא אין דארט, איך פארשטיי אז דא קומט אריין סארנא אין איבערטעסטן פאר ליים אין קאאינפעקשאנס צי עס איז נאך פאסאטיו. די גלייבסט אז עס דארף צירוק קומען נעגעטיו נאכן נעמען די מעדיקעישאן?
קודם כאפט זיך עס אן אין דזשוינטס, בפרט גרויסע דזשוינטס ווי קניען, נאכדעם גייט עס ווייטער אין מוסקלען, נאכדעם די מח ווערט שטארק אפעקטירט. און אזוי ווייטער און ווייטער.
די ilads דאקטורים האבן זיך אריינגעלייגט ספעציעל אין ליים, און אויפגעקומען אז די איינציגע וועג צו טריעטן איז דורך געבן קאנסיסטענט אנטיביאטיק חודש נאך חודש ביז די סיפטאמען פארבעסערן זיך [ממש פטור ווערן פון כראנישע ליים איז כמעט נישטא, אבער ווער נישט דערשראקן מ'קען כאטש פירן א נארמאל לעבן, ווער ס'האט געהאט כראנישע ליים פארשטייט וואס מיינט פירן א נארמאל לעבן..], א קאמבינאציע פון מעדיצין מיט וויטאמינען און סאפלעמענטס [הערבס] און פראוביאטיק פארשטייט זיך. ס'דא וואס מאכן עס דורך אינטערווינעס, אבער רוב געבן פילן, צוביסלעך ברענגט עס ארויס די באקטעריע און פייט עס.
ס'איז אבער זייער קאמפליצירט, ווייל דער ליים קען בעסיקלי אפעקטירן אלע גלידער אינ'ם קערפער, לאמיר אנכאפן למשלן צוויי זאכן די לעבער און טייראוד, יעצט אויב די ענזיימס אין די לעבער איז הויך און די AST ALT לעוועלס זענען אבנארמאל, קען מען נישט געבן מעדיצינען אין די וועלט אריין נישט צו פאראורזאכן לעבער פעיליור חלילה, און אויב אפעקטירס עס די הארמאנס פון די טייראוד טרייבט עס ארויס שנעל פון גוף און ס'זאפט זיך נישט געהעריג איין.
פארגעסן וואס איך וויל צוקומען [טיפיקל ליים..] עליך מסיים זיין, אם שמוע תשמע בקול ה"א והישר בעיניו תעשה והאזנת למצותיו ושמרת כל חקיו כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני הוי' רופאיך.
ווייסט איינער צו ס'העלפט טאקע עפעס די שפריצערייען?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
יוי באשעפער האב רחמנות, עס איז דאך ממש א מאנסטער דער טיק. איך ציטער צו גיין אין קאנטרי. פאריאר האבן צוויי פון מיינע צדיקים באקומען טיקס, ב"ה ביידע געווען אומשעדליך נאכ'ן טעסט.
מען דארף טאקע וויסן צו דער אויבנדערמאנטע ספרעי העלפט
א שאד אז די אינטערוויו איז נאר ביי 114, מען דארף בעטן קול מבשר אז זיי זאלן ארויפלייגן די אינטערוויו צווישן די גרויסע אינטערוויוס אז מען זאל דאס קענען הערן אפילו שפעטער אן דארפן אזויפיל צוריקמישן.
לויט ווי איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער דארף יעדער איינער גיין צו א ליים ספעציעליסט און מאכן א בלאד טעסט זעהן אויב ער האט ח"ו פון די שעדליכע סחורה. ער לייגט אראפ זייער א שווארצע בילד, און ער זאגט אז באמת וויל ער נישט אלעס פארציילן ווי שעדליך און ווי פארשפרייט דאס איז.
סידיראם האט געשריבן: