בילד ביי די חתונה פון ר' צבי ראובן (הערשל) טרעינער ע"ה Trainer studio, עם בת הרה"ח ר' הערשל ניימאן ז"ל - אדר ב' תש"ח נעבן חתן זיצט דער מאטערסדארפער רב זצ"ל און דער היינטיגער בעל ההילולא דער בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל (דאס איז געווען 5 טעג נאכ'ן אראפקומען פון שיף פון אייראפע). אונטער זיי שטייען צוויי בחור'לעך מיט גרויע רעקלעך, דאס זענען די צוויי ברידער (רעכטס) ר' אברהם ניסן ניימאן ע"ה (נפטר געווארן פאריגע וואך) און (לינקס) יבלחט"א הרה"ח ר' פנחס ניימאן שליט"א. לינקס פון ר' אברהם ניסן,איז דער פעטער ר' איציק ניימאן ע"ה(מיט'ן ווייסן אראפגעבויגענעם היטל). לינקס פונעם בילד זעט מען הרה"ג ר' משה ביק זצ"ל.
נאך א בילד פון פעטער איציק ע"ה נעבעך די איינציגסטע פון זיינע ברודער וואס האבן זיך נישט געהאלטן.
איך ווייס נישט צו ס'איז ריכטיג צו זאגן אז ער האט זיך נישט געהאלטן. ער איז ווייט נישט געווען ווי זיינע ברידער, אבער ער איז געווען א שותומ"צ. (אפשר זיינע קינדער נישט, איני יודע)
איך זיך א בילד פון די מציבה פון הגה"ח ר' צבי הערשיל לאקס זצ"ל ר' צבי ב"ר יצחק שנפטר ביום כ"ט אייר תשי"א ונטמן סמוך לר' צבי הערשיל ניימאן ז"ל. ר' הערשיל לאקס איז געוועהן בשעתו דער רבי פון די ניימאן קינדער.
איך זיך א בילד פון די מציבה פון הגה"ח ר' צבי הערשיל לאקס זצ"ל ר' צבי ב"ר יצחק שנפטר ביום כ"ט אייר תשי"א ונטמן סמוך לר' צבי הערשיל ניימאן ז"ל. ר' הערשיל לאקס איז געוועהן בשעתו דער רבי פון די ניימאן קינדער.
איך האב פרובירט אביסל נאכצוזוכן אבער איך האב גארנישט געפונען. איך האב געקוקט אויפן וועבזייטל פון די ”בית משה” ביה”ח אין לאנג איילענד וואס דארט ליגט ר’ הערשל ניימאן ע”ה. אבער פון דעם ר’ הערשל לאקס האב איך גארנישט געפונען (קען זיין אז די יארצייט איז נישט ריכטיג).
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה.(מדרש לקח טוב)
איך זיך א בילד פון די מציבה פון הגה"ח ר' צבי הערשיל לאקס זצ"ל ר' צבי ב"ר יצחק שנפטר ביום כ"ט אייר תשי"א ונטמן סמוך לר' צבי הערשיל ניימאן ז"ל. ר' הערשיל לאקס איז געוועהן בשעתו דער רבי פון די ניימאן קינדער.
איך האב פרובירט אביסל נאכצוזוכן אבער איך האב גארנישט געפונען. איך האב געקוקט אויפן וועבזייטל פון די ”בית משה” ביה”ח אין לאנג איילענד וואס דארט ליגט ר’ הערשל ניימאן ע”ה. אבער פון דעם ר’ הערשל לאקס האב איך גארנישט געפונען(קען זיין אז די יארצייט איז נישט ריכטיג).
למעשה האב איך יעצט נאכאמאל געזוכט און יגעת ומצאת תאמין... זיין יארצייט איז געווען ריכטיג א חוץ די יאר, ער איז אוועק כ"ט איירתש"ילמספרם May 16.
זיי ליגן טאקע אינאיינעם זייט ביי זייט (זעה בילד). אבער א בילד פון די מצבה האביך נאכנישט געטראפן.
מארגן ביום י"ח תמוז איז די ערשטע יארצייט פון האה"ח מרת מרים פערל מערץ בת ר' שלמה וועג ע"ה. זי איז געווען א איינס פון די לעצטע דערעקטע אייניקלעך פון די זיידע ר' אברהם ניסן ניימאן ז"ל.
יהי זכרה ברוך.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה.(מדרש לקח טוב)
שם בן נחהאט געשריבן:↑פרייטאג יולי 28, 2023 2:52 pm
די גמ"ח גייט נאך אן? איך זוך בילדער פון צוויי מצבות אין די וויזניצע חלקה אין בית משה לאנג איילענד.
אויב איינער האט בילדער אדער ווייסט וואו צו טרעפן (Find A Grave האט נישט וואס איך זוך) קען מיר אישי'ן.
שכח למפרע.
קוקט צוריק, זיכער גייט די גמ"ח אן.
פאר בעסערע רעזאלטס לייגט ביטע די נעמען.
די נעמען זענען: ר' הערשלHerman (ב"ר יעקב)ניימאן ע"ה וז' מרת שרהSylvia (ב"ר אלי' הערש דאסקאל)ניימאן ע"ה
דא האב איך צוגעלייגט א סקרין שאט פון מיין ריקוועסט ביי Find A Grave מיט אלע אינפאו. ---- 111.png
אויף ר' הערשל וזו' שרה, איז דא די באוואוסטע מעשה מיט'ן אהבת ישראל, "ווער זאגט אז זי מעג נישט הייסן שרה"? (אז דו ווייסט נישט די מעשה פרעג זיך נאך ביי משפחת הרה"ח ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל). אריין אין משפחת ניימאן אשכול...
איך קען נישט די מעשה..
איך ווייס אז ער האט געוואוינט אין מיטל ווישיווע ווען ער איז א חתן געווארן און זיין כלה איז געקומען פון אמעריקע אים אפנעמען ער זאל קענען אימעגרירן. פון דעמאלטס איז דא די באוויסטע בילד פון א גרויס חלק פון די ניימאן משפחה אין מיטל ווישיווע בעפאר די מלחמה.
אז די קענסט שרייב ביטע די מעשה, ווייל איך בין פארנומען די טעג נאכצוגיין די משפחה פון די 'שרה' פון אלס מיידל. שכח.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה.(מדרש לקח טוב)
נעכטן מיטוואך איז נפטר געווארן אין לעיקוואד הרה"ג ר' שלמה לעפקאוויטץ זצ"ל, דער לעצט פארבליבענער איידעם פון הרה"ח ר' הערשל ניימאן ז"ל. (זיין פרוי תבלחט"א מרת אסתר שתחי' לעבט נאך לאויט"א). ער איז שוין געווען מסתמא קרוב צו די 100. ער פלעגט וואוינען אין בארא פארק יארן לאנג, אין די לעצטע עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין לעיקוואד. געווען א ריזן תלמיד חכם און א מתמיד עצום, איך געדענק אים וואוינענדיג אין בארא פארק ווי ער פלעגט לערנען שעות ארוכות אין מנין ביהמ"ד גבוה אויף 16 ביי 52. יהא זכרו ברוך.
עס איז א געוואלדיגע פארלוסט, נישט נאר פאר קהילות וויזניץ מאנסי, נאר פאר גאנץ כלל ישראל. א איד א צדיק, א גאון סיי בין אדם למקום און אויך בין אדם לחבירו. איינער וואס איז טאקע אויפגעוואקסן אין די 'טריפה'נע' אמעריקע, אבער ער איז אויסגעוואקסן א גאון ותלמיד חכם, פוסק ומורה צדק פון איינס פון די גרעסטע קהילות דא אין אמעריקע.
איך האב אים געטראפן ביי א חתונה פון אן אור-אייניקל צוויי וואכן צוריק. ווען איך האב אים געוואונטשן מזל טוב, האט ער צוריק געשמייכלט צו מיר ווי כאילו איך בין א בן-בית ביי אים. ווען איך האב אים געזאגט ווער איך בין, האט ער געשאקלט מיט'ן קאפ מיט א שמייכל און געענטפערט אז ער ווייסט אז מיר זענען קרובים און ער געדענקט די שמחות ביי אונז און משפחה. אבער אין אמת'ן איז דאס געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב גערעדט מיט אים.
דאס איז געווען די דיין זצ"ל א איד וואס האט זיך אראפגעלאזט צו יעדעם מיט א רואיגקייט, און אויסגעהערט און געענטפערט פאר יעדעם נישט קיין חילוק יונג צו אלט.
דאס איז ער געווען, א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין אמעריקע בעפאר די מלחמה, אבער פארט איז ער אנגעקומען צו העכסטן וואו מען קען נאר אנקומען און גע'פסק'ט שאלות אין אלע מקצועות התורה.
שר וגדול נפל בישראל, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה.(מדרש לקח טוב)
אין דער אשכולבית החיים ברימנובאיז דא אביסל פרטים אויף משפחת צאהן/מאסקאוויטש, אז איינער ווייסט עפעס מער זאל ער ביטע שרייבן [עס קומט עכט אין דער אשכול איבער ר' אברהם ניסן, אבער היות עס איז אין נייעס, קען איך נישט שרייבן דארט]