די ערשטע צייט אין אמעריקע האט ער זיך טאקע ארומגעוואלגערט אן פרנסה, צוליב שמירת שבת איז ער געפלויגן פון איבעראל, נאך א יאר צוויי, האט אים יענער איד פון די שיף געטראפן, זעענדיג אים מיט די בארד, איז יענער איז נתפעל געווארן פון זיין מסירת נפש, האט ער אים גע'עצה'ט צו עפענען אליין א פאבריק, יענער האט אים געהאלפן מיט געלט, און ער האט געפנט א נעקטיי פאבריק (זיין ברודער איז געווארן א שותף) און האט געהאט שיין פרנסה.
א שיינע באשרייבונג פון זיין טאטע הרה"ח ר' אברהם ניסן ז"ל, מיט די גאנצע משפחה ארום, געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד צבי מערץ נ"י) אויב איינער וויל קען איך עס אימעילן (סאיז צו גרויס דא ארויף צו לייגן).