די בילד איז ביי די חתונה פון הג"ר אברהם ניסן ניימאן שליט"א דומ"ץ וויזניץ במאנסי. מ'זעהט דעם וויזניצער רבי לאויט"א און דערנעבן איז כפי הנראה להבחל"ח הרחי"מ מווישיווא זצ"ל.
וועלכע יאר איז די חתונה געווען - וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פון רבי אברהם ניסן?
דער דיין ר' אברהם ניסן האט חתונה געהאט אין יאר תשי"ב זיין פאטער להבחל"ח ר' הערשל ז"ל איז אוועק אין אן עקסידענט ל"ע עטליכע חדשים פריער איך האב געמאכט א טעות זעה איך, דער וואס שטייט לעבן וויזניצער רבי שליט"א איז ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל (שווער פונעם ריבניצער זי"ע), א שוועסטער-קינד מיט ר' אברהם ניסן שליט"א
תרנגול האט געשריבן:

ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים. זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע. עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו...
אט איז א בילד פון 5 פון די ניימאן ברידער אין יאר תר"ע דא אין אמעריקא. מימין לשמאל: ר' יצחק, ר' ברוך (אביו של ר' שלמה ניימאן ז"ל), ר' זונדל, ר' יעקב (אביו של ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל), ר' מיכל (חותנו בזוו"ר של ר' בערל פרידמאן ז"ל ראה"ק סאטמאר)
תרנגול האט געשריבן:
ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים. זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע. עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו...
א שוועסטער פאר האחים ניימאן איז געווען מרת וועג ע"ה די שוויגער פון ר' בנציון געלבמאן ע"ה והבחל"ח פון ר' ליפא מערץ לאויט"א
מיללער האט געשריבן:
ווער איז ר' ברוך ב"ר אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישאווא וואס האט געוואונט אין ניו יארק בשנת תרע"א און ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה על הספר "אמרי ברוך" ? http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=228
תרנגול האט געשריבן:
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
נאך די ערשטע וועלט קריג האט ר' ברוך ניימאן געשיקט פון אמעריקא קיין גרויסווארדיין פאר'ן אהבת ישראל די סכום פון 500 דאלער, א הון רב אין יענע צייטן. דער אהבת ישראל האט איהם דאן צוריקגעשיקט א דאנק בריוו אז ער האט איהם ממש מחיה געווען און ער האט איהם געשריבן דארט אז ער זאגט איהם צו עולם הבא. ר' ברוך האט געהאלטן דעם בריוו אין א סעיף און באפוילן אז לאחר פטירתו זאל מען עס איהם מיטלייגן אין קבר. (למעשה האט מען פאר די קבורה נישט געטראפן דעם בריוו אין די סעיף און מען האט איהם מקבר געווען אהן די בריוו).
סוף שנת תש"ו איז אנגעקומען קיין אמעריקא דער ווישעווער רב הרה"צ ר' חיים יהודה מאיר זצ"ל. לכבודו האט די ניימאן משפחה, וועלכע זענען געווען ווישעווע אפשטאמיגע, אפגעראכטן א קבלת פנים. (דער ווישעווער רב זיצט אינדערמיט)
אלטס א 'ניימאן אייניקעל' איז דער אשכול כמים קרים על נפש עייפה. איינטרעסאנטע ידיעות וואס איך האב נאכנישט געהערט. א גרויסן דאנק פאר אלע משתתפים, און פאר הרב יוראפ פאר די בילדער פון די מציבות. @תרנגול, עני איפאו וועט זיין עפרישיעיטעד. @יוראפ, דו האסט נאך בילדער פון מציבות פון די ניימאן גזע? אדער האסטעס שוין ארויפגעלייגט ערגעץ אנדערש דא אויפן וועלטעל?
אין בית משה סעמעטערי אין לאנג איילענד איין ברודער ר' יעקב איז אוועק אין עלטער פון 33 יאר, ער ליגט אין ביה"ח אין מיטל-ווישיווא דער ברודער ר' זונדל ליגט אין א"י אין בני ברק