פלאחותיך האט געשריבן: עטליכע שאלות
1) וואס איז דער ווייט'סטע דור ארויף וואס מ'ווייסט פון משפחת ניימאן?
אונז ווייס מיר נאר אז ס'געווען עטליכע דורות ארויף וואס זענען אינג נפטר געווארן, ר' אברהם ניסן בן משה בן אברהם ניסן בן משה
2) פון ווי קומען די ניימאן-ווערצבערגער זיידעס בעפאר די ווישאווע'ס? גאליציע, פוילן, סלאוואקיי, אונגארן?
ר' אברהם ניסן'ס פאטער ר' משה איז שוין אויך געווען אין מארמאראש?
3) ביי וועלעכע דור האט זיך אנגעהויבן די קשר לבית וויזניץ-קאסוב?
יש"כ למפרע פאר סיי וועלכע פרטים
די ניימאן משפחה שטאמט במקורם פון דעליטין / קאלאמייע.
כך שמעתי מזקני משפחת ניימאן (ר' אברהם ניסן הדומ"ץ, ר' אברהם ניסן מוומסב"ג)
איבער ווי ווייט ארויף - איך האב נאר געהערט פון אברהם ניסן בן משה בן אברהם ניסן, ווייטער האב איך נישט געהערט.
ביי דע וועי, ר' דוד הערש מערץ אין זיין ביכל שרייבט אז ר' אברהם ניסן איז געווען א בן יחיד צו זיין טאטע ר' משה, אבער אין די מעטריקל פון אויבער ווישיווא איז משמע אז ס'געווען נאך א זון מיט'ן נאמען דוד הערש.
ר' משה ניימאן'ס ווייב האט געהייסן טויבא - לבית שטיינבערגער.