וויאזוי פארבארגט מען געלט?
האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן.
תודה מראש
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פיטום האט געשריבן: מער פרטים: דער איד איז אן ארינטליכער מענטש, נישט קיין גרויסער פארדינער, איך וואלט אים געטראסט מיט מיין געלט, פשוט ווייל איך ווייס אז ער גייט נישט בעטן אויב לפי זיין אינקאום קען ער עס נישט באצאלן, אבער איך מיין אז דאס וואס ער וויל בארגן איז היפש מער ווי סאך ער קען זיך עס ערלויבן צו באצאלן און די קומענדיגע פאר יאר.
איש חמודות האט געשריבן:פיטום האט געשריבן: מער פרטים: דער איד איז אן ארינטליכער מענטש, נישט קיין גרויסער פארדינער, איך וואלט אים געטראסט מיט מיין געלט, פשוט ווייל איך ווייס אז ער גייט נישט בעטן אויב לפי זיין אינקאום קען ער עס נישט באצאלן, אבער איך מיין אז דאס וואס ער וויל בארגן איז היפש מער ווי סאך ער קען זיך עס ערלויבן צו באצאלן און די קומענדיגע פאר יאר.
דיינע ווערטער זענען זיך סותר!
דו ווייסט אז ער גייט נישט בעטן מער ווי זיין אינקאם, אבער דו מיינסט אז ס'איז היפש מער ווי סאך ער ער קען זיך ערלויבן צו באצאלן?
אויסגערעכנט האט געשריבן: אויב איז דאס צו חתונה מאכן אדער צו קויפן א הויז האט א פשט צו בארגן און ס'איז גאר א חשובע זאך ארויסהעלפן א איד אבער אויב איז דאס פאר א אינוועסטמענט איז זייער שווער צו זאגן אויב מען ווייסט נישט די פרטים וויזוי ער וועט באצאלען אויב ס'פאלט דורך
איך וואלט געטראכט צוויי מאל פאר איך טו דאס וויבאלד איז האלט שוין נאך אזא מעשה ווי ס'האט אויסגעקוקט זייער שיין פארן בארגן און ס'האט נישט געטויגט ביים באצאלען און מען האט מיר געהאט געווארנט אז איך זאל טראכטן וואס איך טו
איש חמודות האט געשריבן: פרעג אים אפן: ר' איד טייערער איך וויל הערן אייער פלאן וויאזוי איר פלאנט צו באצאלן, און נאכדעם בעט עטליכע טעג זיך איבערצוטראכטן צו זיין פלאן איז אויסגעהאלטן.
און נאך אלעמען נעם א שטר מיט ערבים, קיינמאל קיינמאל נישט בארגן אן א שטר, אפילו דער טראסטבארסטער מענטש.
פיטום האט געשריבן: עס האט מיר אנגערופן א חבר מיינער, אז ער וויל בארגן פון מיר אפאר דוללער צו קענען ענדיגן אפקויפן א הויז, דערווייל האב איך אים געלייגט אויף האלד.
האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן.
תודה מראש
איך האב נישט געליינט די מאמענט - איך וויל בלויז שרייבן עטליכע ווערטער:אל תדאג האט געשריבן:לייען פארדעם דורך די "מאמענט" פון אפאר וואכן צוריק די אינטערוויא מיט די בארימטע טוען "הרב גרוס" מיט נוצליכע עצות וויאזוי צו פארבארגן געלט
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בארגן דורך א גמ"ח מיינט:shimon7323 האט געשריבן:דער וויזשניץ מאנסי רבי ז"ל פלעגט געבן מעשר פון געלט וואס איז צירוק געקומען פון א הלוואה, ווייל ס'איז אלץ געווען מער על דעת ער וועט נישט צירוק זעהן דאס געלט. און האט גערעכנט די געלט אלץ ניי פארדינט געלט.
בעסטער מהלך צי פארבארגן איז בפשטות דורך א גמח, דהיינו שיק יענעם צום גמח צי באקומען פון דיר געלט, איך מיין אז די גמחים זענען בעסער אויסגעארבעט און זיי ארבעטן מיט מיט דיר אלץ מלוה, דהיינו ניצן דיין געלט פאר די גרעסערע הלוואה