1) געבארגט פאר א גוטן חבר עטליכע אלפים - קיינמאל נישט באצאלט. 2) געבארגט פאר א ברודער עטליכע אלפים - קיינמאל נישט באצאלט. 3) געבארגט פאר א פעטער, א חשוב׳ער איד עטליכע אלפים - קיינמאל נישט באצאלט. 4) געבארגט פאר א שוואגער עטליכע אלפים - קיינמאל נישט באצאלט.
כ׳האב שטרות. מורא׳דיג..
אלעס ווייל דו האסט ריפיטעדלי געמאכט די זעלבע טעותים, פארבארגט פאר קרובים וחברים און נאר עטליכע אלפים...
הייב אן נייע פעידזש, קום למשל צו מיר, איך בין נישט דיין קרוב און נישט דיין חבר, פארבארג מיר א מאה אלף, אייערע ריטורנס און טשאנסן צו זעהן דאס געלט וועלן זיין פיל העכער..
איך האב שוין געבארגט פון מיין שוואגער צוויי מאל, איין מאל $5,000.00 ווען איך האב געמאפט אין ב"ה בייצאלט פאר די צייט. און א צווייטע מאל $10,000.00 ווען מיין שוואגער (פון די אנדערע זייט) האט חתונה געמאכט און איך האב אים פראבירט צי פארשאפן אסאך געלט, האב אויך געבארגט, און איך האב ב"ה בייצאלט. (ווייניגער ווי צוויי חדשים פון די צייט וואס איך האב אים געזאגט) און איך האב געהאלטן און איין זיין און קאנטעקט מיט אים (וואס איז די וויכטיגסטע זאך) און דאס אלעס נאר מיט א שטאר. מען דארף קענען די מענטש צי ער גייט בייצאלן אדער נישט. און ב"ה איך האב א גוטע קרעדיט און ער איז מיך גרייט צי פארבארגן נאכאמאל.
איש ציוןהאט געשריבן:↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:57 am
פיטוםהאט געשריבן:↑דינסטאג אקטאבער 27, 2015 9:58 am
עס האט מיר אנגערופן א חבר מיינער, אז ער וויל בארגן פון מיר אפאר דוללער צו קענען ענדיגן אפקויפן א הויז, דערווייל האב איך אים געלייגט אויף האלד. האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן. תודה מראש
פרעג אייער רב אויב בזמננו איז דא א חיוב צו פארבארגן געלט, ווייל אויב נישט בין איך דיר ממליץ צו שטיין גאר ווייט פון דעם. אפילו אויב יא, איז די שאלה וויפיל. געדענק, רוב הלוואות קומען נישט צוריק, רוב מייניך כמעט 99 פראצענט. און אפילו די וואס באצאלן יא, איז דאס ארומגענומען מיט שעות, טעג, חדשים, יארן נאכלויפן די בעלי חוב געדענק! כ'האב דיר געווארנט! כ'האב בעלי חובות פון איבער 150 אלפים...(אסאך מער, כ'קען נאר נישט שרייבן די ריכטיגע סכום מרוב ווייטאג).
אפשר דארפט איר טוישן די מהלך ווי זוי איר פארבארגט אנשטאט אינגאנצן אויפהערן
איר האט א מהלך??? נישטא קיין מהלך!!! ווילאנג אונזערע בתי דינים האבן נישט די כח צו איינמאנען נכסים, איז נישטא קיין שום מהלך פארשטאנען?
איש ציוןהאט געשריבן:↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:57 am
פיטוםהאט געשריבן:↑דינסטאג אקטאבער 27, 2015 9:58 am
עס האט מיר אנגערופן א חבר מיינער, אז ער וויל בארגן פון מיר אפאר דוללער צו קענען ענדיגן אפקויפן א הויז, דערווייל האב איך אים געלייגט אויף האלד. האט איינער (כ'גלייב אז פיל) עקספיריענס וואס מען נעמט זיך אויס מיט יענעם? וועלכע תנאים? וויאזוי קען איך ארויסשמעקן פון יענעם א פלאן דאס אויסצוצאלן. תודה מראש
פרעג אייער רב אויב בזמננו איז דא א חיוב צו פארבארגן געלט, ווייל אויב נישט בין איך דיר ממליץ צו שטיין גאר ווייט פון דעם. אפילו אויב יא, איז די שאלה וויפיל. געדענק, רוב הלוואות קומען נישט צוריק, רוב מייניך כמעט 99 פראצענט. און אפילו די וואס באצאלן יא, איז דאס ארומגענומען מיט שעות, טעג, חדשים, יארן נאכלויפן די בעלי חוב געדענק! כ'האב דיר געווארנט! כ'האב בעלי חובות פון איבער 150 אלפים...(אסאך מער, כ'קען נאר נישט שרייבן די ריכטיגע סכום מרוב ווייטאג).
הרב איש ציון איך מיין הא לן והא להו. אין חו"ל וואלסטו איך געזאגט אז די ראטע איז %99 פראצענט? I really doubt it
איך האב נאר פארבארגט פאר מיינע אמריקאנע חברים, נאך וואויננדיג אין אמעריקע. יא די ראטע עכ"פ וואס איך האב געזען איז כנ"ל
ווען איך האב געלט וואס איך דארף נישט אויפן מינוט וועל איך עס פארבארגן איז אזוי אויב איז עס איינער וואס האט נישט וועל איך עס בארגן פון מיין מעשר אן קיין שטר אין אן קיין טערמין אין ווען/אויב ער געט עס צירוק לייג איך עס אין מעשר ביז דער נעקסטער פאר נגידים וועל איך מאכן א שטר אן קיין טערמין די טערמין איז אז ער דארף עס געבן ביז דריי וואכן פין ווען איך בעט עס איך זאג אייביג אז אויב קענסטו נישט יעצט זאג גלייך אז עס שווער אין איך וועל זען אויב איך האב פין ווי צי נעמען אבער איך זאג אייביג communicate זאג מיר וואס די מעשה איז ווען די גייסט קענען וויפל קענסטו יא אבער די חוב מיז יעצט ווערן באצאלט מיט די טערמין וואס מען ארבעט אויס אין טריי נישט צי שפילן מיט מיר איוב זאגט ער קען זאג איך אז איך נעם עס ארויס פון מעשר די נגידים האבן עס נישט ליב די שווערסטע איז געווען ווען איינער האט מיר באצאלט מיט אשעקס אין עס האט געקראכט אין ער האט מיר אנגעמאכט א חורבן אין מיינע אקוינטס דאס אעז געווען א מעשה ווען איך גיי האבן צייט אבער רוב מענטשן זענען נארמאל אין ווילן באצאלן זיי שעמען זיך צי communication אויב די רעדסט מיט זיי אין ווייזט אז די ביסט נישט קיין באגימען אין מען קען רעדן מיט דיר וועלן זיי זיך עפענען אין אויס שמועסען זייער פראבלעם