מיין שכן קומט לעצטענס צו צי מיר מיט אזא געשעפט, אז איינע פון זיינע חברים טוען לעצטענס אינעם נייעם סאלאר עלעקטעריק סיסטעם, און כדי דאס צי קענען אינסטאלירן דא אין קרית יואל אויף א קאנדאמיניום דארפן אלע שכנים אינאיינעם דאס טוען, אשר על כן בעט ער מיר אז איך זאל דאס אויך מאכן און מ'קען זיך שפארן האלב פון די עלעקטעריק טשארדזשעס. דאס אינסטאלירן קאסט בערך $8000 און די רעגירונג גיבט אן הלוואה פון 3% אויף 15 יאר דערפאר.
נאכן אדורכגיין אלע פרטים שטעלט זיך ארויס אזא בילד. איך האב אנגערופן א חבר מיינער וואס טוט און מארטגעדזשעס זאל מיר אויסרעכענען וויפיל דארף מען באצאלן א חודש אויף אן הלוואה פון $8000 מיט 3% פראצענט אויף 15 יאר, די חשבון איז $55.25 א ס"ה אויפן יאר $663 און ס"ה באצאלט מען ריבית $1945 נאכן מאכן א חשבון וויפיל עס האט מיר געקאסט מיין לעקטער די לעצטע יאר איז עס א ס"ה פון $2212.88
אצינד צי די חשבונות, מ'קען זיך שפארן האלב פון די ביל דאס מיינט $1106.44 עס קאסט א יאר $663 איז די ס"ה סעווינגס אויפן יאר $443.44 ס"ה א חודש $36.95
איז יעצט די שאלה לוינט זיך די גאנצע מעשה פאר אזא קליינע סעווינגס???
הגאון האט געשריבן:
נאכן מאכן א חשבון וויפיל עס האט מיר געקאסט מיין לעקטער די לעצטע יאר איז עס א ס"ה פון $2212.88

וואו אזוי ביזטו זיכער אז די סאלער פענעלס וועלן דעקן דיין גאנצע לעקטער ביל. איך בין כמעט זיכער אז דיין יוסעזש איז מער וויפיל די סיסטעם גייט פראדעצירן. נאך דארצו וואו איך פארשטיי וואוינסטו אין א קאנדא, קומט אויס אז דו, אין דיינע שכינים וועלן שערן דעם דאך אדער בעסער געזאגט די ריווח פונעם סיסטעם

איך בין טאקע זיכער אז נישט, לויט ווי איך האב געשריבן איז עס מאקסומים האלב פון די ביל.
נאך אזאך יעצט איז די געזעץ אז אויב פראדוצירט די סאלאר פענעלס מער לעקטער וויפיל דו ניצט (למשל ווען דו ביסט נישט אינדערהיים איבערן טאג און די זון שיינט שטארק) דארף די קאמפעני דיר צוריק געבן געלט וויפיל לעקטער עס גייט צוריק צו די יוטיליטי גריד דאס מיינט אז די מיטער גייט אויף צוריק און די געזעץ וועט מן הסתם נישט בלייבן פאר אייביג
2.ווי אויך יעצט איז די גאווערמענט גרייט צו באצאלן אגרעסיווע ריבעיטס וואס וועט שפעטער נישט זיין אזוי
3.נאך אזאך יעצט איז די געזעץ אז אויב פראדוצירט די סאלאר פענעלס מער לעקטער וויפיל דו ניצט (למשל ווען דו ביסט נישט אינדערהיים איבערן טאג און די זון שיינט שטארק) דארף די קאמפעני דיר צוריק געבן געלט וויפיל לעקטער עס גייט צוריק צו די יוטיליטי גריד דאס מיינט אז די מיטער גייט אויף צוריק און די געזעץ וועט מן הסתם נישט בלייבן פאר אייביג
1. נאר אזאך וואס די סופליי איז לימיטעד גייט די פרייז ארויף ווען ס'איז דא א דעמענד, אבער זאכן וואס מ'קען פראדיצירן אנלימיטעד גייט נישט די פרייז ארויף ווען ס'איז דא דעמענד. נאר פונקט פארקערט די פרייז גייט אראפ.
א גוטע משל איז עלעקטראניקס ווען ס'קומט ארויס איז עס טייער און שפעטער גייט די פרייז אראפ. די סיבה איז ווייל מ'פראדעצירט עס אין באלק, און די קאסטן פון אויפטרעפן די אייטעם און די מאלדס זענען שוין אויסגעצאלט.
2. יא, די ריבעיטס זענען טאקע געמאכט פארדעם צו מאכן אז מענטשען זאלן נישט ווארטן ביז ס'ווערט ביליגער, איינמאל ס'ווערט ביליגער זענען די ריבעיטס מער נישטא
3. דאס גייט מן הסתם יא בלייבן פארמענאנט. ס'איז פשוט יושר אזוי, און אויך אויב אסאך מענטשען גייען האבן פענעלס גייט דאס ווערן א חלק פון די סופליי אויף די מארקעט און זיי גייען עס מוזן נעמען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט, ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.