ווילי זיידע האט געשריבן: די OK איז געגרינדעט און אויפגעשטעלט געווארען פון א געוויסן ראביי גאלדסטין אין די פאר מלחמה עפאכע ערגעץ אין די תר"ץ'ס, ווען די גרינע האבען געאנקערט קיין אמעריקה איז שוין די OK הכשר געשטאנען, און געוועזען אנגענומען אלז א מודערענער הכשר, אין די שפעטע תש"ך'ס אדער פריע תש"ל'ס האט עס איבערגענומען הרב דוב ליווי, וועלכער האט שייכות געהאט מיט די לובאוויטשער, ער האט ארומגעביטן די גאנצע אדמיניסטרעישען און אריינגעברענגט נייע חומרות ווי חלב ישראלאון דעסגלייכען, אין די שפעטערע תש"מ'ס ווען הרב דובער ליווי איז אוועק גאנץ פלוצליך, האט עס זיין זון הרב דן יואל ליווי איבערגענומען
מיט א דרך אגב'דיג ווארט קענסטו חליה מכשיל זיין אידן
די ok האט שוין היינט מוותר געוועהן אויף די הלכה (חמרא אין זייער שפראך) פון חלב ישראל, OK/D איז בדרך כלל נישט קיין חלב ישראל.
ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט, א הלכה וואס ס'איז דא א יש מקילין בשעת הדחק (דער פרי חדש ואחריו דער אגרת משה) גייט ניט אריין בגדר חומרא נאר בגדר הלכה.