פשעטל לבר מצוה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Moshe101
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 1:22 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Moshe101 »

איך זיך א פשעטל פאר א בר מצוה וואס קומט אויס אויף ראש חודש
anyone ?
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

maybeeynot האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 11:54 am
איך זיך א פשטל פאר א בר מצווה בחור פאר ערב חנוכה
נישט צי טיף אין לאנג כדאי דער עולם זאל עס האבן געדולד אויס צי הערן
פשעטל לבר מצוה של הב' ........ ני"ו
תש... לפ"ק
בעניני חנוכה

בעזהשי"ת

די גמרא ברענגט אין שבת (דף כ"א ע"ב) מאי חנוכה, אויף וועלעכע נס האט מען קובע געווען די יו"ט חנוכה, ענטפערט די גמרא דת"ר בכ"ה בכסליו יומי דחנוכה תמניא אינון דלא למספד בהון ודלא להתענות בהון, די אכט טעג פון חנוכה איז אסור צו מספיד זיין און צו פאסטן, שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל, ווייל ווען די יוונים זענען אריין אין היכל האבן זיי מטמא געווען אלע שמנים פון היכל, וכשגברה בית חשמונאי ונצחום, און ווען די חשמונאים האבן זיך געשטארקט און זיי מנצח געווען, בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול, האבן זיי געזוכט און זיי האבן נישט געטראפן נאר איין פך שמן וואס עס איז געווען פארזיגלט מיט'ן חותם פון כהן גדול, ולא היה בה אלא להדליק יום אחד, און עס איז נישט געווען אין איר שמן נאר צו אנצינדן איין טאג, נעשה בו נס והדליקו בו שמנה ימים, עס איז געשען א נס אז מען האט אנגעצונדן פון דעם אכט טעג, לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה, א יאר שפעטער האט מען עס קובע געווען פאר א יו"ט מיט הלל והודאה.
פרעגט דער בית יוסף פארוואס האט מען מתקן געווען צו אנצונדן די מנורה אויף אכט טעג, די ערשטע טאג איז דאך נישט געווען קיין נס, ווייל עס איז דאך געווען שמן אויף איין טאג? ענטפערט ער אז עס איז יא געווען א נס אויך אין דעם ערשטע טאג, ווייל מען האט צו טיילט די שמן אויף אכט חלקים, איז דאך די ערשטע טאג אויך נישט געווען קיין שמן.
פרעגן די מפרשים וויאזוי האט מען עס געמעגט צו טיילן, די הלכה איז דאך תן לה כפי מדתה, אז מען דארף לייגן א חצי לוג שמן, און אז מען האט עס צו טיילט האט מען דאך נישט געלייגט קיין שיעור?
ענטפערן די מפרשים בפשטות אז מען האט זיך פארלאזט אז עס וועט געשען א נס, אזוי ווי דער מאן דאמר וואס לערנט סומכין על הנס.
פרעגט דער בנין דוד אז עס איז נאך אלץ שווער לויט'ן רמב"ם וואס לערנט אז א כהן וואס טוט אן די בגדי כהונה שלא בשעת עבודה איז עובר אויפ'ן איסור פון כלאים, ווייל די אבנט איז געווען געמאכט פון כלאים, און אז מען האט צוטיילט די שמן אויף אכט חלקים האט מען נישט מקיים געווען די מצוה פון הדלקת המנורה ווייל עס האט נישט געהאט קיין שיעור, איז עס דאך געווען שלא בשעת עבודה, און לויט'ן רמב"ם טאר מען נישט אנטון די בגדי כהונה, און די נתינת השמן מוז דאך זיין א כהן, און די גמרא (זבחים פ"ב) ברענגט אין בגדיהם עליהם אין כהונתם עליהם, אז אויב מען טוט נישט אן די בגדי כהונה איז ער נישט קיין כהן?
כדי צו פארענטפערן די קשיא וועט מען מקדים זיין די גמרא אין יומא (ס"ט ע"א) וואס זאגט פושטין ומקפלין ומניחים תחת ראשיהם, אז די כהנים פלעגן אויסטהון די בגדי כהונה און עס צו זאם לייגן, און לייגן אונטערן קאפ, אמר רב פפא לא תימא תחת ראשיהן אלא נגד ראשיהן, אז זיי האבן עס נישט געלייגט אונטערן קאפ נאר לעבן דעם קאפ, הכי נמי מסתברא דכנגד ראשיהן דאי סלקא דעתך תחת ראשיהן ותיפוק ליה משום כלאים, אז עס קען נישט זיין אז זיי האבן עס געלייגט אונטערן קאפ ווייל עס איז אסור וועגן כלאים, זאגט די גמרא ווייטער רב אשי אמר לעולם תחת ראשיהן, איי איז דאך שווער והא קא מתהני מכלאים, ער האט דאך הנאה פון כלאים, ענטפערט די גמרא בגדי כהונה קשין הם, אז די בגדי כהונה זענען הארטע קליידער און עס ווארימט נישט, איז עס נישט קיין מלבוש, איז נישטא ביי דעם די איסור פון כלאים.
פרעגט תוספות אז אין ערכין זאגט דאך די גמרא פונקט פארקערט אז ביי בגדי כהונה איז יא דא א איסור פון כלאים נאר די תורה האט עס מתיר געווען אזוי ווי עס שטייט דארט "הכל חייבין בציצית כהנים לוים וישראלים" פרעגט די גמרא פשיטא עס איז דאך זיכער אז יעדער איז מחויב? ענטפערט די גמרא כהנים אצטריכא ליה ער דארף לאזן הערן אז כהנים זענען אויך מחויב מיט ציצית, סד"א הואיל וכתב לא תלבש שעטנז גדילים תעשה לך מאן דלא אשתרי כלאים לגביה בלבישה הוא דמחויב במצות ציצית, איך וואלט געמיינט אז וויבאלד די איסור פון כלאים שטייט לעבן די מצוה פון ציצית איז נאר דער וואס טאר נישט אנטהון כלאים מחויב מיט ציצית, והני כהנים הואיל ואשתרי כלאים לגבייהו לא לחייבו, אבער די כהנים וואס מעגן אנטון כלאים ווייל די אבנט פון די בגדי כהונה איז געווען פון כלאים זענען נישט מחויב מיט ציצית קמ"ל לאזט ער מיר הערן אז זיי זענען יא מחויב מיט ציצית, זעהט מען דאך אז עס איז יא דא די איסור פון כלאים, און די גמרא אין יומא זעהט אז עס איז נישטא די איסור פון כלאים?
ענטפערט דער קול אריה מיט די סברא פון אחשביה, וואס דאס איז ביי צוויי אופנים, די ערשטע אופן איז ווען איינער עסט חמץ נוקשה איז ער עובר אויפ'ן איסור אכילת חמץ חאטשיג עס איז נישט קיין עסן, ווייל וויבאלד ער עסט עס יא איז ער עס מיט דעם מחשיב פאר א עסן, און די צווייטע אופן איז אויב מען איז מקיים א מצוה איז עס די מצוה מחשיב, אזוי רש"י ברענגט אויף די משנה (ביצה) וואס זאגט אין מדליקין בשמן שריפה ביו"ט, אז מען טאר נישט אנצונדן א פייער אין יו"ט מיט שמן פון תרומה וואס איז טמא געווארן, זאגט רש"י אז חאטשיג יו"ט מעג מען אנצונדן א פייער לצורך אוכל נפש און עס איז נישט קיין מלאכה אבער מיט שמן שריפה טאר מען נישט, ווייל עס איז דאך א מצוה עס צו פארברענען איז עס די מצוה מחשיב פאר א מלאכה, און עס איז אסור אפילו לצורך אוכל נפש.
קומט אויס אז דאס וואס די גמרא זאגט אין יומא אז ביי די בגדי כהונה וואס עס איז הארטע קליידער איז מען נישט עובר אויפ'ן איסור פון כלאים ווייל עס איז נישט קיין דרך לבישה איז נאר אויב מען טוט עס נישט אן לשם מלבוש, און ער איז נישט מקיים א מצוה ביים אנטון, אבער ווען מען טוט עס אן לשם מלבוש אדער מען איז מקיים א מצוה איז מען יא עובר, ווייל עס איז יא א מלבוש וועגן די סברא פון אחשביה.
לויט דעם איז שוין פארענטפערט די קשיא פון תוספות, ווייל אין מס' ערכין איז מען יא עובר אויפ'ן פון כלאים, ווייל עס רעדט זיך אז דער כהן טוט אן די בגדי כהונה ביי די עבודה, איז ער דאך מקיים א מצוה, איז עס יא א מלבוש וועגן די סברא פון אחשביה, נאר די תורה האט עס מתיר געווען, אבער אין מס' יומא וואס זיי האבן עס געלייגט אונטערן קאפ, און עס נישט אנגעטהון, און מען האט אויך נישט מקיים געווען א מצוה, איז דאך נישטא די סברא פון אחשביה, איז נישטא די איסור פון כלאים.
לויט דעם קען מען פארענטפערן די קשיא וואס דער בנין דוד פרעגט אויפ'ן בית יוסף וויאזזי מען האט צו טיילט די שמן אויף אכט חלקים, דער כהן האט דאך נישט געמעגט אנטון די בגדי כהונה ווייל עס איז נישט געווען קיין שיעור און עס איז נישט קיין עבודה, און לויט'ן רמב"ם איז מען עובר אויפ'ן איסור פון כלאים, איז שוין זייער גוט פארענטפערט ווייל אפילו עס האט נישט געהאט קיין שיעור האט דער כהן יא געמעגט אנטון די בגדי כהונה און ער האט נישט עובר געווען, ווייל ער האט עס דאך נישט אנגעטון לשם מלבוש נאר כדי צו אנצונדן די מנורה, און אפילו עס איז נישט קיין עבודה האט ער נישט עובר געווען ווייל עס איז נישטא די סברא פון אחשביה איז מען נישט עובר, אזויווי די גמרא אין יומא ווייל עס איז געווען הארטע קליידער.
.
חבר טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 25, 2024 2:07 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר טוב »

שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
אוועטאר
my harvest
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 30, 2023 5:21 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my harvest »

חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
כדארף עפעס צו האבן ביי מיר וואס רעדט זיך וועגן לייגן תפילין חול המועד
אויב עס איז אינטערעסאנט פאר דיר העל איך עס באלד ארויפלייגן אי"ה
גרייט אייך צום גרויסן יו"ט פורים ווי עס דארף צו זיין

שאור קדוש הכלול במגילה הוא ממש יותר גדול ונכבד מתורתינו הקדושה בעצמה (חתם סופר)

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

my harvest האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:06 pm
חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
כדארף עפעס צו האבן ביי מיר וואס רעדט זיך וועגן לייגן תפילין חול המועד
אויב עס איז אינטערעסאנט פאר דיר העל איך עס באלד ארויפלייגן אי"ה
לייג ארויף
כהעל דיר נאכדעים זאגען אויב סאיז געווען אינטערסאנט
בענה הנטפתי
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:31 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענה הנטפתי »

חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
סוגיא דמצוות צריכות כוונה בתפילין כתיב למען... וכולל מימירא דאבוה דשמואל כפאו ואכל מצה...ר''ה דף כ''ט
מהרי הנטפתי חלד בן בענה הנטופתי (דברי הימים א' י''א ל')
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

בענה הנטפתי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:36 pm
חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
סוגיא דמצוות צריכות כוונה בתפילין כתיב למען... וכולל מימירא דאבוה דשמואל כפאו ואכל מצה...ר''ה דף כ''ט
שנים שאכלו את הפסח אחד לשם פסח ואחד וכו'
כמדומה שיש מהיטב לב שולב על זה אם סוגיא דמוצא תפילין זוג זוג,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:28 pm
my harvest האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:06 pm
חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
כדארף עפעס צו האבן ביי מיר וואס רעדט זיך וועגן לייגן תפילין חול המועד
אויב עס איז אינטערעסאנט פאר דיר העל איך עס באלד ארויפלייגן אי"ה
לייג ארויף
כהעל דיר נאכדעים זאגען אויב סאיז געווען אינטערסאנט
בסוגיא אם מצות זכירת מצרים הוי מ"ע שהזמן גרמא
עס שטייט אין די משנה מס' ברכות פרק א' דף י"ב ע"ב מזכירין יציאת מצרים בלילות, עס איז א מצוה צו דערמאנען יציאת מצרים ביינאכט, אמר ר' אלעזר בן עזרי' הרי אני כבן שבעים שנה, ולא זכיתי שֶׁתֵּאָמֵר יציאת מצרים בלילות, איך האב נישט איבערגעצייגט אז מ'דארף דערמאנען יציאת מצרים ביינאכט, עד שדרשה בן זומא, ביז בן זומא האט געדרשנ'ט פון פסוק, שנאמר למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ימי חייך הימים, ימי חייך מיינט די תורה די טעג, כל ימי חייך הלילות, מיט די ווארט "כל" מיינט די הייליגע תורה מרבה צו זיין די נעכט, וחכמים אומרים ימי חייך העולם הזה, ימי חייך מיינט די יעצטיגע וועלט, כל ימי חייך להביא ימות המשיח, מיט די ווארט "כל" מיינט די הייליגע תורה מרבה צו זיין משיח'ס צייטן אז אפילו דעמאלטס וועט אויך זיין א מצוה צו דערמאנען יציאת מצרים, און לויט די חכמים איז נישט דא קיין מצוה צו דערמאנען יציא"מ ביינאכט, זאגט דער שאגת ארי' אז כאטשיק געווענליך איז די הלכה ווי דער רבים, אבער דא איז די הלכה ווי בן זומא ווייל אזוי זעה'ט אויס סתם אין די גמרא פרק היה קורא, און אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם אין פרק א' הלכות קרי"ש אז מ'דארף זאגען פרשת ויאמר ביינאכט כאטשיק די מצוה פון ציצית גייט נישט אן ביינאכט אבער די מצוה פון יצי"מ גייט יא אן ביינאכט, יעצט זאגט דער שאגת ארי' אז וויבאלד עס גייט אן ביי טאג און ביינאכט קומט אויס אז עס איז א מצות עשה שלא הזמן גרמא און נשים זענען מחויב, אזוי ווי דער כלל איז אז א מצות עשה שהזמן גרמא זענען נשים פטור, און א מצות עשה שלא הזמן גרמא זענען נשים מחויב,
און כאטשיק ק"ש איז דאך אויך א מצוה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און נשים זענען פטור, ק"ש איז אנדערש ווייל כאטשיק ק"ש פון ביינאכט איז א גאנצע נאכט, אבער די קר"ש פון בייטאג איז נאר ביז די נץ החמה לויט ר' אליעזר, און לויט ר' יושע ביז ביז דריי שעה אין טאג, קומט אויס אז עס איז נישט א גאנצן צייט, ממילא איז עס זמן גרמא, משא"כ יציאת מצרים פון ביינאכט איז א גאנצע נאכט, און פון בייטאג א גאנצן טאג, קומט אויס אז ס'איז שלא הזמן גרמא און נשים זענען מחויב,
פרעגט דער שאגת ארי' לויט דעם איז א קשיא אויף אונזערע נשים וואס אסאך נשים זאגען נישט קרי"ש און די ברכת קרי"ש ווייל זיי זענען פטור, און זיי זענען בכלל נישט געווארנט צו דערמאנען יציאת מצרים,
ענטפערט דער הייליגער שאגת ארי' אז דער אמת איז אז אויף אזא מין זאך זאגן די חכמים, הנח להם לישראל שאם אינם נביאים בני נביאים הם, און ס'איז אוודאי אויסגעהאלטן וואס זיי טוען, און כאטשיק פון אויבן אויף זעט אויס אז ס'איז א שלא הזמן גרמא, אבער ווען מ'איז גוט מעיין אין די זאך זעט מען אז ס'איז נישט ריכטיג און ס'הייסט יא א מצוה שהזמן גרמא און נשים זענען טאקע פטור,
א ראי' צו דעם ווייל אין די משנה שטייט סתם אז נשים זענען פטור פון קרי"ש, מיינט דאס מסתמא אלע דריי פרשיות און אויך די אלע ברכות קרי"ש, איצט אויב וועל איך זאגן אז נשים זענען מחויב מיט יציאת מצרים פארוואס האבן נישט די חכמים מתקן געווען א נוסח פאר די נשים אויף יציאת מצרים, און מ'קען נישט זאגן אז יעדער זאל זאגן וויאזוי ער וויל ווייל מ'זעהט אין די גמרא אז די חכמים האבן מקפיד געווען אז יעדער זאל זאגן די זעלבע נוסח, אלא מאי איז געדרינגען אז נשים זענען טאקע פטור, און דער טעם איז ווייל די מצוה פון דערמאנען בייטאג גייט נישט אן ביינאכט, ווייל אויב האט ער נישט דערמאנט בייטאג דארף ער נישט דערמאנען ביינאכט, ווייל די צייט איז דורך, און דאס וואס ער דארף דערמאנען ביינאכט דאס איז א באזונדערע מצוה אויף ביינאכט, און די זעלבע זאך די מצוה פון ביינאכט גייט נישט אן בייטאג, קומט אויס אז ס'איז צוויי עקסטרע מצות, און יעדע מצוה איז באשטימט און א געוויסע צייט, איז עס א מצוה שהזמן גרמא סיי בייטאג און סיי ביינאכט,
זאגט דער שאגת ארי' אז אין מג"א זעה'ט מען אנדערש, ווייל דער מג"א זאגט אין סימן נ"ח אז דער כסף משנה פרעגט פארוואס ביי קרי"ש פון ביינאכט דרש'נט מען בשכבך ווילאנג מ'שלאפט, דאס מיינט א גאנצע נאכט נישט נאר ווען מ'לייגט זיך , און ביי קרי"ש פון בייטאג דרשנ'ט מען ובקומך ווען מ'שטייט אויף צופרי, זאל איך אויך זאגן ובקומך מיינט ווען מ'איז אויף שטייענדיג א גאנצן טאג, ענטפערט דער כסף משנה, אז אין הכי נמי מן התורה איז טאקע אזוי אז די קרי"ש פון בייטאג איז א גאנצן טאג, נאר מדרבנן איז עס דוקא צופרי ווען מ'שטייט אויף, און וואס זיי זאגן דאס אריין אין פסוק איז נאר א אסמכתא, פרעגט דער מג"א אויפן כסף משנה אז לויט דעם קומט אויס אז מן התורה גייט אן די מצוה פון קרי"ש סיי בייטאג און סיי ביינאכט, ממילא איז עס א מצות עשה שלא הזמן גרמא, אזוי ווי מ'זעהט ביי תפילה אין סימן ק"ו אז ווייל ס'איז דא א מצוה פון תפילה סיי בייטאג און סיי ביינאכט הייסט עס שלא הזמן גרמא און נשים זענען מחויב, די זעלבע זאל מען זאגן אויך ביי קרי"ש, און פארוואס זענען נשים פטור,
זאגט דער שאגת ארי' אז ס'איז נישט אזוי, נאר אפילו קרי"ש זאל זיין די זמן א גאנצן טאג, איז עס אויך א מצוה שהזמן גרמא ווייל די מצוה פון בייטאג איז נישט שייך ביינאכט, און די מצוה פון ביינאכט איז נישט שייך בייטאג אזוי ווי מ'האט פריער געשמועסט ביי די מצוה פון יציאת מצרים,
און דאס וואס דער מג"א ברענגט א ראי' פון תפילה סי' ק"ו זאגט דער שאגת ארי' אז ס'איז נישט קיין ראי', ווייל אין שו"ע דארט שטייט אזוי אז נשים כאטשיק זיי זענען פטור פון קרי"ש, זענען זיי אבער מחויב מיט תפילה ווייל עס איז א מצות עשה שלא הזמן גרמא, דער מג"א האט פארשטאנען פשט אז וויייל תפילה איז א מצוה בייטאג שחרית און מנחה און ביינאכט מעריב קומט אויס אז ס'איז שלא הזמן גרמא, זאגט דער שאגת ארי' אז מ'קען נישט לערנען אזוי פשט וועגען דריי טעמים, איינס צוליב דעם יסוד וואס מיר האבן שוין מברר געווען מיט ראיות ביי יציאת מצרים אז בייטאג און ביינאכט איז צוויי באזונדערע מצות און יעדע פון זיי איז מצוה שהזמן גרמא, די צווייטע סיבה איז, ווייל אונז נעם מיר אן אז תפלת ערבית רשות און ס'איז נישט קיין חוב, קומט אויס אז די עיקר מצוה פון תפילה איז נאר בייטאג און נישט ביינאכט ממילא קומט אויס אז ס'איז זיכער זמן גרמא,
זאגט אבער דער שאגת ארי' אז אויף די צווייטע סיבה קען מען זיך דינגען ווייל די פוסקים ברענגען אין נאמען פונעם ר"י אז כאטשיק תפילת ערבית רשות זאל מען עס נישט מבטל זיין ווייל אפי' ס'איז נישט קיין חוב, איז עס נאך אלץ א מצוה, און די דריטע סיבה איז ווייל אונז פסק'ן מיר אזוי ווי ר' יהודא וואס ער האלט אז זמן תפילת שחרית איז נאר ביז פיר שעה אין טאג, און דער זמן מנחה איז דאך פון חצות, קומט דאך אויס אז עס איז דא צוויי שעה אין טאג פון סוף פיר שעה ביז חצות וואס איז נישט קיין זמן תפילה, איז דאך תפילה בכל אופן יא זמן גרמא, און וויאזוי קען דער מחבר שרייבן אז ס'איז שלא הזמ"ג, אלא מאי קען מען נישט לערנען פשט אזוי ווי דער מג"א נאר דער פשט איז אזוי,
דער מקור פון דעם מחבר איז פון רמב"ם און אין רמב"ם שטייט אן אנדערע כוונה, דער רמב"ם שרייבט אנהייב הלכות תפלה אז ס'איז א מצות עשה מן התורה צו דאווענען יעדן טאג, און די צאל תפילות איז נישט מן התורה, און עס איז אויך נישט דא קיין זמן קבוע מה"ת, און ווען ער דאוונט דורכאויס די מעת לעת סיי בייטאג און סיי ביינאכט האט ער יוצא געווען די מצוה מה"ת, זאגט דער רמב"ם אז וועגען דעם זענען נשים חייב מיט תפילה ווייל עס איז א מצוה שלא הזמן גרמא, איז דער שאגת ארי' מסביר אז אפי' מדרבנן איז יא דא א זמן, אבער וויבאלד די עיקר מצוה מן התורה איז נישט תלוי אין א זמן און זיי זענען מחויב האבן די חכמים אויך מתקן די תפילות פאר די נשים און לויט דעם פשט אין שו"ע איז בכלל נישט קיין ראי' פון תפילה, נאר אדרבא אין די גמרא איז א ראי' פארקערט אז ס'איז יא זמן גרמא ווייל פארוואס נשים זענען מחויב מיט תפילה ווייל תפילה איז רחמים און יעדער ברויך רחמי שמים, קומט אויס אז ווען נישט די טעם וואלטן זיי געקענט זיין פטור, ווייל מדרבנן איז עס זמן גרמא נאר ווייל תפילה איז מעורר צו זיין רחמי שמים זענען זיי יא מחויב,
ביז אהער איז דער בירור פון שאגת ארי', און ס'איז כדאי צוצולייגן אז דער מג"א שרייבט אין סי' ע' אז נשים זענען יא מחויב מיט די ברכה אמת ויציב נאך קרי"ש פון בייטאג און אזוי אויך אמת ואמונה ביינאכט וועגען די מצוה פון יציא"מ וואס איז שלא הזמן גרמא און דער מג"א גייט טאקע לשיטתו, אז וויבאלד ס'איז א מצוה סיי בייטאג און סיי ביינאכט איז עס א מצוה שלא הזמ"ג, און דער שערי תשובה דארט ברענגט צו דעם שאגת ארי' וואס ער קריגט מיטן מג"א,


איידער איך בין מסיים וויל איך ביי דער געלעגנהייט דאנקן און לויבן דעם הייליגען באשעפער אז כ'האב די זכי' אריינצוגיין לעול התורה והמצות, זאל השי"ת העלפן איך זוכה זיין צו שטייגן לשם ולתפארת, מ'זאל קענען שעפן פון מיר נחת כל ימי חיי.
באזונדער וויל איך אפגעבן א שבח והודי' צום באשעפער, אז כ'האב די זכי' אז מיינע זיידעס און באבעס דערלעבן און ערשיינען מיין שמחה, זאל זיי די באשעפער שענקן געזונט און כח צו דערלעבן ביי אונז אלע קינדער און אייניקלעך, נאר שמחות ונחת, עד מאה ועשרים שנה געזונטערהייט.
ספעציעל דארף איך זיך באדאנקען פאר מיינע חשובע עלטערן שיחיו, וואס זענען מיך מגדל פון ווען איך אראפגעקומען אויף דער וועלט, און שטרעבן און געבן זיך אינגאנצען אוועק פאר מיר און פאר מיין הצלחה, זאל השי"ת העלפן איך זאל זוכה זיין זיי צוריק צובאצאלן א גאנץ לעבן מיט תורה עבודה, מידות טובות ויראת שמים, און זיי זאלן קענען מגדל זיין אלע אונזערע קינדער בניקל ובנחת.
דער אייבערשטער זאל משפיע זיין פאר יעדער וואס איז געקומען זיך באטייליגען ביי די שמחה און די אנגעשטרנקע ערב פסח טעג בני חיי ומזוני רוויחא, מיט כל טוב סלה עד ביאת הגואל אמן.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
ערשטע פון
בסוגי' דקטן שנתגדל באמצע ימי הספירה

ב"ה

א) די גמרא אין מסכת ראש השנה דף כ"ח עמוד א' זאגט, "כפאו ואכל מצה לא יצא ידי חובתו", טאמער מען האט אים געצווינגען צו עסן מצה האט ער נישט יוצא געווען, ווייל ער איז דעמאלטס געווען א שוטה, פרעגט די גמרא "כפאו מאן", ווער האט אים געצווינגען, און די גמרא בלייבט אז "עתים חלים ועתים שוטה", אויב אין געוויסע צייטן איז ער נישט נארמאל און אנדערע צייטן יא איז ער נישט יוצא. און אזוי ווערט אויך געפסקנט אין שולחן ערוך סי' תע"ה סעיף ד'.
דער רמב"ם אין הל' חמץ ומצה פרק ו' הלכה ג' ברענגט די הלכה און ער זאגט דעם טעם פארוואס מען איז נישט יוצא ווייל "לפי שאותה האכילה היתה בשעה שהי' פטור מכל המצוות", זעט מען פון דעם אז ער האלט די סיבה פארוואס מען איז נישט יוצא איז ווייל א מצוה וואס מען טוט בשעת הפטור קען נישט פטר'ן דעם מענטש ווען ער ווערט א בר חיוב. און לפי זה א קטן וואס ציילט ספירה ווען ער איז נאך א קטן וועט נישט קענען ממשיך זיין צו ציילן ספירה ווען ער איז א גדול, ווייל דאס וואס ער האט געציילט בקטנותו איז ער דאך נישט געווען קיין בר חיוב און במילא ווען ער איז א גדול איז דאס נישט קיין 'תמימות', ווייל דעמאלטס איז געווען א שעת פטור און יעצט איז ביי אים א שעת החיוב.
דער טור אין סימן תע"ה איז מסופק אין דעם כוונת הרמב"ם אז אולי איז דער סיבה פארוואס דער רמב"ם האלט אז מען איז נישט יוצא ווייל מצוות צריכות כוונה און ער האט דאך נישט אינזינען געהאט גארנישט, און ווי דער הגהות מהרל"ח זאגט דארט אז דער מענטש ווייסט ניטאמאל אז יעצט איז פסח און דאס איז מצה, ער האט נישט זיין אייגענער דעת, איז לפי זה קען מען אפשר זאגן אז ביי א קטן וואס האט געגעסן מצה אנהויב נאכט פסח ווען ער איז נאך געווען א קטן און שפעטער ווערט ער א גדול, איז ער יא יוצא מיט די מצה וואס ער האט געגעסן בקטנותו, וויבאלד ער ווייסט יא וואס עס טוט זיך.
שטעלט זיך אבער די קושיא אויפן טור, פארוואס ווען ער האט מעתיק געווען דעם רמב"ם האט ער נישט מעתיק געווען דעם גאנצן לשון הרמב"ם וואס דער רמב"ם האט דאך קלאר געשריבן אז דער טעם איז וועגן מען קען נישט יוצא זיין קיין חיוב מיט דעם וואס מען האט געטון בשעת הפטור, און פארוואס שרייבט ער א אנדערע סיבה פון "מצוות צריכות כוונה". אין תשובות כתב סופר סימן צ"ט וויל ער זיך מדחיק זיין אז אפשר האט דער טור נישט געהאט די ווערטער אין זיין גירסא אינעם רמב"ם, אבער ער איז נישט אינגאנצן צופרידן דערמיט.

ב) נאך א קושיא וואס איז שווער, איז אויף וואס דער טורי אבן פרעגט אויף די גמרא אליינס, אז די גמרא אין ראש השנה זאגט אז אויב ער האט געגעסן מצה ווען ער איז קראנק ווערט עס נישט גערעכנט צו יוצא זיין זיין חיוב ווען ער איז געזונט, פרעגט ער אז אין גמרא מסכת יבמות דף ס"ב עמוד א' שטייט אז אויב א גר האט שוין געהאט קינדער ווען ער איז נאך געווען א גוי, און זיי זענען זיכער מיוחס צו אים, האט ער שוין יוצא געווען פרי' ורבי' אויך בגירותו, ער דארף נישט געבוירן נאך קינדער ווען ער איז שוין א גר, ווייל דאס וואס ער האט זיי געבוירן בגיותו קען ער נוצן יעצט פאר א פטור אויף זיין חיוב פון פרי' ורבי' בשעת חיובו. זעט מען דאך יא אז א מצוה וואס א מענטש טוט בשעת זיין פטור העלפט אים ארויס בשעת זיין חיוב, און ער דארף עס נישט איבערטון, איז דאך א סתירה צו די גמרא אין ראש השנה, ווי מען זעט אז די שעת פטור קען נישט פטר'ן די שעת חיוב.
דער מנחת חינוך אין מצוה ש"ו ברענגט דעם טורי אבן, און ער וויל דאס פארענטפערן דורך מאכן א חילוק, אז ביי פרי' ורבי' איז דער עיקר מצוה צו "האבן קינדער", און למעשה האט דער מענטש קינדער און די קינדער לעבן געהעריג, במילא אפילו יעצט ביים שעת החיוב, יעדע מינוט וואס זיי זענען דא איז ער יוצא די מצוה פון פרי' ורבי', מה שאין כן ביי סתם מצוות וואס דער מענטש איז מקיים בזמן פטורו, למשל מצה און שופר, וכדומה, וואס איינמאל ער ווערט געזונט איז דאך די מצה און די שופר שוין נישטא במציאות ווען ער איז מחוייב דערמיט, ער איז נישט יעצט מקיים די מצוה, מוז ער זען עס צו מקיים זיין נאכאמאל בעת חיובו, ווי מען זעט טאקע אז ר' יוחנן האלט דארט אין יבמות, אז אויב די קינדער שטארבן בעת חיובו האט ער נאכנישט יוצא געווען, מוז זיין אז די סיבה איז ווייל וויבאלד די קינדער זענען דא האלט ער אין איין יוצא זיין יעדע מינוט.
דארף מען פארשטיין, לכאורה איז דאס זייער א פשוט'ער סברא, איז פארוואס האט דער טורי אבן נישט אזוי געהאלטן, נאר ער בלייבט בצריך עיון.

ג) דער מרדכי סוף פרק שני פון מגילה ברענגט א סברא פון רבינו טובי' מווינא, אז א סומא ל"ע וואס איז מחוייב במצוות נאר מדרבנן, וויאזוי קען ער מוציא זיין בקידוש זיין פרוי וואס איז מחוייב מדאורייתא, גלייכט ער עס צו צו דעם וואס שטייט אין די גמרא אז רב פלעגט מאכן קידוש אין זמן פון תוספות שבת וואס דער חיוב איז נאר מדרבנן, און מיט דעם האט ער יוצא געווען קידוש אויך אין דעם געהעריגן זמן פון שבת וואס איז מדאורייתא, זעט מען אז איינער וואס איז מחויב נאר מדרבנן קען מוציא זיין א דאורייתא.
פרעגט ער אויף זיך אליינס, איי אונז זעהן אין די גמרא אז א פרוי וואס איז מחויב בברכת המזון מדרבנן קען נישט מוציא זיין א מאן וואס איז מחוייב מדאורייתא. מאכט ער א חילוק, אז די פרוי גייט דאך קיינמאל נישט קומען צו קיין עכטע חיוב מדאורייתא, במילא קען זי נישט מוציא זיין קיין ריכטיגע דאורייתא, אבער דער סומא קען דאך ווערן געזונט, קען ער נאך צוקומען צו א דאורייתא, במילא האט ער אין זיך דעם כח צו מוציא זיין א דאורייתא.
קומט דער מגן אברהם אין סי' רס"ז סעיף קטן א' און ער פרעגט, אז די גמרא מסכת ברכות דף כ עמוד ב' זאגט, אז א קטן קען נישט מוציא זיין מיט ברכת המזון זיין טאטע וואס איז מחוייב מדאו', נאר אויב זיין טאטע האט געגעסן בלויז אזא שיעור וואס איז נישט מחויב ברכת המזון מדאורייתא נאר מדרבנן, במילא זעט מען דאך אז א קטן המחוייב מדרבנן, וואס הגם אז ער גייט נאך אמאל צוקומען צו א דאורייתא ווען ער גייט ווערן א גדול, און אף על פי כן איז ער נישט מוציא קיין מחוייב מדאורייתא, איז דאך שווער אויף דעם מרדכי, און ער לאזט עס בצ"ע.
***
קען זיין אז מען קען פארענטפערן די אלע קושיות, מיטן מקדים זיין די ווערטער פון משנה למלך פרק ד' מהל' אישות הלכה ו', וואס ער האט א חקירה אויב א קינד איז מקדש א פרוי בשעת ווען ער איז נאך א קטן, און ער זאגט די זאלסט מקודש ווערן ווען איך וועל זיין א גדול, צו עס הייסט קידושין ווען ער ווערט א גדול, ווייל באמת איז עס לכאורה נאך א דבר שלא בא לעולם וואס מען קען נישט דערמיט מקדש זיין, אבער לויט א צווייטע וועג איז ער דן אז עס איז זייער מעגליך אז א דבר שלא בא לעולם איז נאר ווען די זאך איז נאך מחוסר מעשה, מען דארף נאך עפעס טון אז עס זאל זיין א בא לעולם, אבער דא איז דאך אלעס גרייט, פשוט דער צייט דארף אנקומען אז ער זאל ווערן א גדול, ער איז מחוסר זמן, הייסט עס נישט קיין דבר שלא בא לעולם. אבער ער זאגט אז מען קען נאכאלץ זאגן אז ניין, דאס איז למעשה א דבר שלא בא לעולם. שטעלט זיך די שאלה, אין וואס ווענדט זיך עס צו דאס זאל הייסן א דבר שלא בא לעולם אדער נישט.
אז מען איז מעיין אין דעם ענין אז א קטן איז מחוייב מיט מצוות מדרבנן, זעט מען אז דאס איז א זאך וואס מען קען זאגן אויף דעם עטליכע סברות, מען קען צוגיין צו דעם מצות חינוך פון א קינד וואס איז נאר מדרבנן מיט דריי מהלכים מן הקצה אל הקצה, אדער אז עס איז פונקט ווי יעדע מצוה מדרבנן, אדער אז עס איז אסאך חשוב'ער און הארבער, אדער פארקערט אז עס איז שוואכער פון אלע אנדערע מצוות דרבנן.
פשוט וואלט מען לכאורה געזאגט אז עס איז פונקט ווי יעדע מצוה דרבנן, נאר מען קען לערנען אז א קטן וואס האט א חיוב חינוך מדרבנן איז שוין יעצט דא אין אים א געוויסער חיוב מער פון א סתם חיוב דרבנן, ווי דער קאזשיגלובער גאון זאגט א סברא אין תשובות הר צבי סי' י"ז, אז מיר זאגן טאקע באמת ביי א קטן אז וואס ער טוט ווען ער איז נאך פטור איז עס נישט ווערד אויף שפעטער, אבער די גמרא אין מסכת סנהדרין איז דן וועגן מזהיר זיין אויף א קטן לגבי די דין פון א בן סורר ומורה, לכאורה איז ער דאך א קטן וואס איז שייך אן אזהרה ביי אים בכלל, זאגט די גמ' די טעם, ווייל א בן סורר ומורה איז נהרג על שם סופו, און בסופו גייט ער דאך זיין א גדול, במילא קען מען אים שוין יעצט מזהיר זיין, ווייל דאס וואס ער טוט בקטנותו גייט נוגע זיין בגדלותו.
זאגט דער הר צבי, אז פון דעם איז מוכח אז אזא סארט זאך וואס איז נוגע אין א המשך פון יעצט ביז זמן גדלותו האט שוין יעצט די דינים פון א חיוב מדאורייתא, במילא זאגט ער אויך – לגבי א קטן שנתגדל באמצע ימי הספירה – אז די זעלבע זאך איז דא, אז אויב דאס וואס ער וועט יעצט נישט ציילן בקטנותו וועט מאכן א פראבלעם בגדלותו ווייל עס וועט דאך נישט זיין קיין תמימות, איז ער באמת יא מחוייב מדאורייתא אפילו אלץ קטן!
קומט אויס א חידוש פון זיינע ווערטער אז א קטן איז מער מחוייב ווי יעדע חיוב דרבנן, וויבאלד ער גייט דאך זיין אמאל א גדול וואס אלעס גייט אים נוגע זיין, און זייער אסאך זאכן וואס ער הויבט יעצט אן האט א המשך אויף ווייטער, במילא האט ער שוין יעצט א געהעריגע חיוב, לגדי די מצוות וואס האבן א המשך.
אין שאלות ותשובות מהר"ם שיק סימן רס"ט זאגט ער א ענליכע חידוש, אז באמת א קטן וואס ער איז א בר דעת האט די תורה ארויפגעלייגט אויף אים די מצוה פון ספירת העומר געהעריג, און נישט מדרבנן, נאר מיט איין חילוק, אז ער וועט נישט יוצא זיין די מצוה ווי א מצווה ועושה נאר ווי אן אינו מצווה ועושה. און עס איז אזוי ווי א "קרבן עולה ויורד", וואס א ארימאן איז מחוייב מעיקר הדין צו ברענגען א קרבן עני, און אויב האט מען געברענגט א קרבן עשיר האט מען יוצא געווען, אבער עס איז נישט אזוי שטארק ווי א מצווה ועושה וואס וועט ברענגען א קרבן עשיר, במילא אפילו די מצוה איז שוואכער מצד אינו מצווה ועושה אבער למעשה האט ער א געהעריגע מצוה מדאורייתא! במילא איז עס גערעכנט פאר תמימות, און דער שאלה ביי א קטן איז (אנדערש ווי דער מנחת חינוך וויל עס מדמה זיין) נישט גלייך צו איינער וואס פארגעסט צו ציילן איין נאכט וואס דאס האקט איבער די תמימות, וואס דארט איז בכלל מער נישט דא קיין מצוה, אבער דא איז געהעריג דא א מצוה מדאו' נאר נישט קיין מצווה ועושה.
וואס עס קומט ארויס פון זיי ביידע איז, אז ביי א קטן איז שייך צו זאגן אז דער חיוב פון די מצוה איז שוין יעצט דא, אדער ווי דער הר צבי זאגט ווייל עס האט א המשך אויף שפעטער, אדער ווי דער מהר"ם שיק זאגט ווייל ער איז מחוייב מיט די מצוה בבחינת אינו מצווה ועושה, במילא קען מען זייער גוט פארשטיין ביי ספירה לגבי קטן שנתגדל אז עס איז איין לאנגער ספירה און עס איז יא תמימות. און מיט דעם קען מען זייער גוט פארשטיין די סברא פון משנה למלך אז די קידושי קטן זאל הייסן א קידושין ווייל עס האט דאך א המשך אויף שפעטער אזוי ווי דער הר צבי זאגט, במילא איז עס נישט קיין דבר שלא בא לעולם, און דאס זעלבע קען ער מקדש זיין אויף א בחינה פון אינו מצוה ועושה ווי דער חידוש פון מהר"ם שיק, און שפעטער ווערט ער פשוט א מצווה ועושה, אבער עס איז די זעלבע מצוה, עס האט א שייכות.
ביז יעצט האט מען אויסגעשמועסט אז עס קען זיין אז ביי א קטן איז הארבער ווי סתם א מצוה מדרבנן, ווייטער מצד שני קען מען זאגן אז א קטן איז ווייניגער ווי סתם א דרבנן, ווי די שיטה פון רש"י אין מס' ברכות דף מ"ח עמוד א', אז א קטן איז בכלל נישט מחוייב במצוות אפילו מדרבנן, און די גאנצע חיוב ליגט נאר אויף זיינע עלטערן אים צו מחנך זיין, קומט אויס אז דער קטן אליינס איז באמת גארנישט מחוייב, עס איז סאך ווייניגער ווי א סומא אדער סיי ווער וואס איז מחוייב א מצוה דרבנן וואס האט כאטש די חיוב מדרבנן. במילא לפי זה האט ער גארנישט קיין שייכות מיט די מצוה יעצט און ער קען נישט ציילן קיין ספירה און נישט מקדש זיין קיין פרוי, אנדערש ווי די סברא פון דעם משנה למלך. אבער תוס' אויף עמוד ב' קריגט זיך אויף רש"י, און לערנט אז א קטן האט יא א חיוב מדרבנן אויף זיך אליינס.
***
זאגט דער מהר"ם שיק אז דאס איז דער מחלוקת פון דער מרדכי בשם רבינו טובי' און דער מגן אברהם, אז דער מרדכי וואס האט ארויסגעלערנט פון קידוש ביי תוס' שבת אז א סומא קען מוציא זיין זיין פרוי, האט געהאלטן אז דער קטן האט נישט אין זיך קיין שום חיוב, אזוי ווי רש"י, און במילא איז נישט קיין קושיא וואס דער מגן אברהם פרעגט אז א קטן קען נישט מוציא זיין קיין גדול, ווייל דער סומא האט דאך סאך א גרעסערע חיוב ווי דער קטן, מה שאין כן דער מגן אברהם האט געלערנט אזוי ווי שיטת התוס' אז א קטן איז בעצם יא מחוייב אליינס מדרבנן, און דער קטן אליינס האט דאך שוין יעצט א חיוב צו טון מצוות, במילא אויב א קטן קען נישט מוציא זיין א גדול, פארוואס זאל א סומא יא קענען מוציא זיין א פקח, ביידע זענען דאך מדרבנן.
דער מהר"ם שיק שטעלט צו דעם מחלוקת פונעם מרדכי און דעם מגן אברהם צו דעם מחלוקת הרמב"ם און דער רמב"ן אין די שורש ב' למנין המצוות, דער רמב"ם האלט אז יעדע מצוה דרבנן איז ממש כאילו עס וואלט געווען מדאורייתא ווייל מען לערנט עס ארויס פון "לא תסור", און דער רמב"ן האלט אז עס בלייבט נאר א מצוה דרבנן.
קומט זייער גוט אויס, אז דער מרדכי האט געלערנט פונקט ווי דער רמב"ם, במילא איז יא דא שוין יעצט א חיוב מדאורייתא אייביג, סיי ביי א סומא און סיי ביי א מקדש השבת בזמן תוספות שבת, אז סיי ווער עס איז מחוייב במצות רבנן איז עס כאילו מדאורייתא, במילא אוודאי קענען זיי מוציא זיין ווער עס איז מחוייב מדאורייתא, איי א קטן קען נישט, ווייל א קטן איז ערגער ווי אנדערע דרבנן'ס, במילא ווערט עס נישט א דאורייתא, און דער מגן אברהם לערנט ניין, בעצם ביי יעדע דרבנן בלייבט עס א דרבנן אזוי ווי דער רמב"ן, און א ראי' האסטו פון א קטן וואס לויטן מגן אברהם איז א קטן דאס זעלבע מדריגה ווי א אנדערע דרבנן אזוי ווי תוס' אין מס' ברכות האלט, אדער איז ער נאך גאר בעסער פון א אנדערע דרבנן, ווי די פריערדערמאנטע פוסקים זענען מבאר, אז דוקא ביי א קטן איז שוין יעצט דא באהאלטן עפעס א געוויסע חיוב.
דער מהר"ם שיק זאגט דארט נאך א זאך, אז דער מרדכי וואס האלט אז א קטן איז ווייניגער ווי סתם א דרבנן האט געלערנט ווי רש"י, אז א קטן איז אפילו מדרבנן נישט מחויב, עס איז גארנישט דא יעצט, ווייל אויב זאל עס ווען זיין מער ווי א דרבנן דארף דאך זיין א קל וחומר אז מען זאל קענען יוצא זיין, מה שאין כן דער מגן אברהם האלט דאך אז בעצם א קטן איז יא עפעס ווערד, אדער אזוי ווי א געהעריגע דרבנן, אדער נאך מער ווי א סתם דרבנן, במילא פרעגט ער אז אויב ביי א קטן זעהט מען אז מען קען נישט יוצא זיין כל שכן דארט ביי א סומא.
קומט דאך אויס אז שיטת הרמב"ם איז פונקט ווי דער מרדכי, אז אויב מען איז מקיים א מצוה בשעת פטורו האט עס א געהעריגע תוקף אויך בשעת חיובו, און דאס וועט אויך זיין שיטת רש"י אין מס' ברכות, און דער מגן אברהם וועט לערנען ווי דער רמב"ן און ווי תוס' אין מס' ברכות.
קען מען אפשר זאגן אז טאקע דערפאר האט דער טור נישט געוואלט אריינלערנען אינעם רמב"ם ביי כפאו לאכול מצה אז דער טעם איז וועגן א מצוה וואס מען האט געטון בשעת פטור איז נישט ווערד אויף שעת החיוב, ווייל דער רמב"ם האלט דאך ווי דער מרדכי, במילא פארוואס זאל עס נישט ווערד זיין, שרייבט ער טאקע נאר אז דער טעם איז וועגן מצוות צריכות כוונה.
מיט דעם ווערט אויך זייער גוט פארענטפערט פארוואס דער טורי אבן האט נישט געוואלט לערנען ווי דעם מנחת חינוך, ווייל עס קען זיין אז דער טורי אבן האט געלערנט ווי דער רמב"ם אז א מצוה בשעת פטורו איז חשוב ווי בשעת חיובו, אויב אזוי איז די גאנצע גמרא פון כפאו לאכול מצה די סיבה פארוואס עס העלפט נישט צו יוצא זיין, וועגן מצוות צריכות כוונה ווי דער טור זאגט, אויב אזוי קענסטו נישט זאגן אז דערפאר איז קיים פרי' ורבי' בגיותו פטור ווייל ער האט עס שוין מקיים געווען בעת פטורו, און אפילו די קינדער זענען דא לעבעדיג, ווייל למעשה איז דאך נישט געווען קיין שום כוונה דערביי פאר מצות פרי' ורבי', ווייל בשעת גיותו האט ער דאך גארנישט אינזין, דערפאר פארשטייט נישט דער טורי אבן פארוואס דארט העלפט עס יא.
אבער באמת אויב זאל יא זיין דער פשט אין די גמרא ווי דער רמב"ן און דער מגן אברהם און דער תוס' אין ברכות, וואס זיי גייען מיט דער שיטה אז קיים מצוה בפטורו אדער מדרבנן איז עס גארנישט ווערד פאר א דאורייתא, אויב אזוי איז עס באמת נישט קיין שום קושיא פארוואס ווען א גר האט קינדער איז ער זיכער לכולי עלמא יוצא, ווייל דארט איז לכולי עלמא דער מצוה שוין געטון געווארן, ווי דער מנחת חינוך שטעלט אראפ אז פאקטיש זענען די קינדער דא, במילא אפילו דער רמב"ן און תוס' און מגן אברהם וועלן דא מודה זיין אז מען האט יוצא געווען, ווייל ער איז דאך מקיים די מצוה יעצט.
און ביי קטן שנתגדל באמצע ימי הספירה, וועלן טאקע דער רמב"ם, מרדכי און רש"י אין ברכות האלטן אז עס איז יא תמימות, ווייל א מצוה בשעת פטור איז יא ווערד בשעת החיוב, במילא וועט ער קענען ציילן אלס גדול, און לויטן רמב"ן, תוס' און דערנאך דער מגן אברהם וועט ער אויך קענען ציילן, ווייל אפילו מיר זאגן אז אויב איז ער פטור אין אנהויב קען ער נישט ציילן שפעטער, אבער א קטן איז דאך געווען מחוייב מדרבנן פון אנהויב, און לויט די הסבר פון מהר"ם שיק און הר צבי אינעם משנה למלך איז א קטן אזוי ווי א דאורייתא, במילא קען ער דאך זיכער ציילן.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חבר טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:30 pm
שלום עליכם

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה ממש בעפאר פסח וואס זאל זיך רעדן סיי בעניני פסח און אויך אריינפארן אין עניני בר מצוה (תפילין, קטן שנתגדל, וכו')

ייש"כ
צווייטע א אביסל קלענער

פלפול בדין קטן שנתגדל בימי הספירה

דיחגמרא זאגט אין מסכת מנחות דף ס"ו ע"א, אמר אביי האט אביי געזאגט מצוה למימני יומי ומצוה למימני שבועי, עס איז א מצוה צו ציילן ספירה סיי די 49 טעג און סיי די 7 וואכן. רבנן דבי רב אשי מנו יומי ומנו שבועי, די רבנן פון רב אשי'ס ביהמ"ד האבן טאקע אזוי געטאן למעשה, זיי האבן געציילט סיי די טעג און סיי די וואכן. אמימר מני יומי ולא מני שבועי, אמימר האט אבער נאר געציילט די טעג און נישט די וואכן, אמר זכר למקדש הוא, ווייל ער האט געזאגט אז וויבאלד עס איז נאָר א "זכר למקדש" איז גענוג צו ציילן די טעג.
זאגטחתוס', פסק בהלכות גדולות, שאם הפסיק יום אחד ולא ספר, אויב איינער האט פארגעסן צו ציילן ספירה איין טאג, שוב אינו סופר, קען ער מער נישט ציילן מיט א ברכה, משום דבעיא תמימות, ווייל די תורה זאגט, שבע שבתות תמימות תהיינה, אז די זיבן וואכן וואס מען ציילט מוז זיין גאנץ, דאס הייסט אז די גאנצע זיבן וואכן איז איין לאנגע מצוה. און אזוי ווערט טאקע גע'פסק'נט אין שולחן ערוך או"ח סימן תפ"ט סעיף ח', אז איינער וואס האט פארגעסן צו ציילן ספירה איין טאג, קען ער מער נישט ציילן מיט א ברכה.
קומטחדאך לכאורה אויס לויט דעם, אז א קטן וואס ווערט בר מצוה אינמיטן ספירה, וועט ער מער נישט קענען ציילן ספירה מיט א ברכה. ווייל ווילאנג ער איז געווען א קטן איז ער נישט געווען מחוייב צו ציילן ספירה, פעלט אים דאך א חלק פון די מצוה, און עס הייסט נישט תמימות, ממילא וועט ער נישט קענען ציילן מיט א ברכה. און דער חיד"א אין זיין ספר ברכי יוסף פסק'נט טאקע אזוי, אז א קטן שנתגדל באמצע ימי ספירה, קען נישט ציילן ספירה ווייטער מיט א ברכה. אבער למעשה שרייבט ר' יוסף ענגיל, אז די מנהג איז יא צו ציילן. דארף מען לכאורה פארשטיין פארוואס?, עס פעלט דאך פון די תמימות?.
דערחמנחת חינוך אויף דעם ספר החינוך מצוה ש"ו, שטעלט זיך שוין אויף די קשיא, און דער מנחת חינוך ענטפערט, לויט דער מרדכי אין מסכת מגילה, און עס ווערט אויך געברענגט אין מגן אברהם סימן רס"ז סק"א, אז א בלינדער ל"ע קען מאכן קידוש פאר זיינע בני בית, כאטש ער איז נאר מחוייב מדרבנן און זיי זענען מחוייב מן התורה. זעהן מיר אז א דרבנן קען מוציא זיין א דאורייתא. ער ברענגט זיך א ראיה, פון דעם וואס רב האט קידוש געמאכט ערב שבת ווען עס איז נאך געווען טאג, וואס דעמאלט איז דאס נאר תוספות שבת מדרבנן, און ער האט געגעסן אויף דעם סמך אויך שבת ביינאכט ווען ער איז שוין געווען מחוייב בקידוש מדאורייתא, זעהט מען דאך אז א דרבנן קען מוציא זיין א דאורייתא. איז די זעלבע זאך דא ביי ספירה, קען ער יוצא זיין אלץ גדול מיט די ספירה וואס ער האט געציילט אלץ קטן, כאטש ער איז דעמאלטס געווען מחוייב נאר מדרבנן.
לכאורהחאיז אבער דא א גמרא וואס שטייט ארויס פארקערט ווי דער מרדכי. ווייל די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף כ' ע"ב, אמר ליה רבינא לרבא רבינא האט געפרעגט פון רבא, נשים בברכת המזון דאורייתא או דרבנן, פרויען זענען מחוייב צו בענטשען מן התורה אדער נאר מדרבנן. זאגט די גמרא למאי נפקא מינה, לאפוקי רבים ידי חובתן, די נפקא מינה איז אויב פרויען קענען מוציא זיין אנדערע מיטן בענטשען, אי אמרת דאורייתא, אויב זאג איך אז פרויען זענען מחוייב מדאורייתא, אתי דאורייתא ומפיק דאורייתא, ממילא קענען נשים מוציא זיין מענער מיטן בענטשען, ואי אמרת דרבנן, טאמער זאג איך אבער אז פרויען זענען נאר מחוייב צו בענטשען מדרבנן, הוי שאינו מחוייב בדבר, וכל שאינו מחוייב בדבר אינו מוציא את הרבים ידי חובתן, קענען פרויען נישט מוציא זיין אנדערע מיטן בענטשען, און די גמרא פירט אויס מאי? וויאזוי איז דער דין, צו זענען פרויען מחוייב צו בענטשען מדאורייתא אדער נאר מדרבנן.
תאחשמע, וויל זיך די גמרא אויפדרינגען אז פרויען זענען מחוייב מדאורייתא, פון דעם וואס מיר האבן געלערנט אין די משנה, בן מברך לאביו א קינד קען מוציא זיין זיין טאטע, ועבד מברך לרבו און א קנעכט קען מוציא זיין זיין הער, ואשה מברכת לבעלה און א פרוי קען בענטשען פאר איר מאן. אי אמרת בשלמא דאורייתא אויב זאג איך אז פרויען זענען מחוייב צו בענטשען מדאורייתא, פארשטיי איך פארוואס א פרוי קען מוציא זיין איר מאן מיטן בענטשען, ווייל אתי דאורייתא ומפיק דאורייתא, איין דאורייתא קען מוציא זיין דעם אנדערן דאורייתא, אלא אי אמרת דרבנן אויב זאג איך אבער אז פרויען זענען מחוייב צו בענטשען נאר מדרבנן, אתי דרבנן ומפיק דאורייתא קען דען קומען א דרבנן און מוציא זיין א דאורייתא?!. פרעגט די גמרא צוריק ולטעמיך און לויט דיר קטן בר חיובא הוא?, איז דען א קטן א בר חיובא, און עס שטייט דאך אויך אויסגערעכנט אז א קטן קען מוציא זיין א טאטע? אלא הכא במאי עסקינן, מוז מען זאגן אז ס'רעדט זיך כגון שאכל שיעורא דרבנן, אז דער טאטע האט געגעסן נאר א שיעור וואס ער איז מחוייב געווארן צו בענטשען נאר מדרבנן דאתי רבנן ומפיק דרבנן, דערפאר קען דער קטן וועלכער איז בלויז א דרבנן מוציא זיין דעם טאטן וואס איז יעצט אויך נאר א דרבנן צוליב דעם שיעור דרבנן וואס ער האט געגעסן. זעהט מען דאך לכאורה קלאר פון די גמרא, אז איינער וואס איז נאר מחוייב מדרבנן, קען נישט מוציא זיין איינעם וואס איז מחוייב מדאורייתא, נישט ווי די מרדכי וואס זאגט אז איינער וואס איז מחוייב מדרבנן קען מוציא זיין א דאורייתא.
דערחמרדכי אליין ענטפערט אויף די קשיא, אז דוקא ביי א אשה זאגט די גמרא אז אויב זי איז נאר א "דרבנן" קען זי נישט מוציא זיין א "דאורייתא", ווייל א פרוי וועט קיינמאל נישט ווערן מחוייב מדאורייתא, אבער א סומא וואס אויב ער ווערט זעהעדיג וועט ער דאך ווערן מחוייב מדאורייתא, אפילו ער איז יעצט נאר מחוייב מדרבנן קען ער מוציא זיין א דאורייתא. דער מגן אברהם פרעגט אבער אז די גמרא זאגט דאך די זעלבע אויך אויף א קטן, וואס ער וועט דאך יא ווערן צום סוף מחוייב מן התורה.
דערחכתב סופר אין סימן צ"ט, ענטפערט אז דער מרדכי האלט ווי שיטת רש"י אין מסכת ברכות דף כ"ח ע"א, אז אויף א קטן איז נישט דא קיין שום חיובים אפילו מדרבנן, נאר דער טאטע איז מחוייב מדרבנן בחינוך, ממילא וויבאלד ער הייסט בכלל נישט קיין בר חיובא, קען ער נישט מוציא זיין קיין דאורייתא, משא"כ א אשה אדער א סומא וואס זיי זענען געהעריג מחוייב מדרבנן, קענען זיי מוציא זיין אפילו איינעם וואס איז מחוייב מן התורה.
אויבחאזוי פרעגט דער מהר"ם שיק אין שו"ת סימן רס"ט, און אזוי פרעגט ער אויך אין זיין ספר המצות מצוה ש"ז, אז די תירוץ פון מנחת חינוך איז ממה נפשך שווער. ווייל אויב וועסטו פארענטפערן דעם מרדכי אזוי ווי דער מרדכי אליין ענטפערט, אז דאס איז דוקא ביי פרויען, איז דאך שווער דעם מגן אברהם'ס קשיא, אז די גמרא רעדט זיך אויך פון א קטן. און אויב וועסטו ענטפערן אזוי ווי דעם כתב סופר'ס תירוץ, אז די מרדכי האלט ווי רש"י אז א קטן איז בכלל נישט קיין בר חיובא, קענסטו נישט זאגן אז א קטן זאל קענען משלים זיין די תמימות פון ספירה, ווען ער ווערט א גדול, מיט די ספירה וואס ער האט געציילט ווען ער איז געווען א קטן.
רביחיוסף ענגיל אין זיין ספר ציונים לתורה כלל י"ב, וויל ענטפערן אז א קטן שנתגדל בימי הספירה, זאל קענען ציילן ספירה מיט ברכה אפילו אויב ער האט נישט געציילט ספירה ביז דעמאלטס, ווייל די דין פון תמימות, איז ביי אים אויף די טעג וואס ער איז א גדול. און ער ברענגט זיך א ראיה פון די גמרא אין מסכת סוכה דף כ"ז ע"ב, ביי די מחלוקת פון רבי אליעזר מיט די רבנן, רבי אליעזר האלט אז מען קען נישט מאכן א סוכה אין חול המועד און די חכמים האלטן אז מען קען יא. זאגט די גמרא מאי טעמא דרבי אליעזר, אמר קרא ווייל עס שטייט אין פסוק, חג הסכת תעשה לך שבעת ימים, לערן איך אז, עַשֵׂה סוכה הראויה לשבעה, אז די תורה זאגט אז א סוכה מוז זיין געמאכט עס זאל זיין ראוי פאר אלע זיבן טעג, און די רבנן זאגן אז די תורה זאגט אדרבה, עשה סוכה בחג, אז מען מעג מאכן א סוכה אינמיטן דעם יו"ט סוכות.
ווייטערחזאגט די גמרא, אז די רבנן לערנען ארויס פון דעם פסוק, כל האזרח בישראל ישבו בסוכות אז אלע אידן מעגן זיצן אין איין סוכה, אז מען קען יוצא זיין מיט א סוכה שאולה. פרעגט די גמרא, ורבי אליעזר דער תנא ר' אליעזר וואס קריגט און לערנט אז מען איז נישט יוצא מיט א סוכה שאולה, האי כל האזרח מאי עביד ליה, ענטפערט די גמרא מיבעי ליה לגר שנתגייר בינתים וקטן שנתגדל בינתים, אז ר' אליעזר ניצט דעם פסוק פאר א גר און א קטן וואס זענען געווארן מחוייב במצוות אינמיטן סוכות, אז זיי קענען מאכן א סוכה. פרעגט די גמרא, ורבנן, פון ווי וועלן די רבנן וויסן די הלכה, זאגט די גמרא וויבאלד די רבנן האלטן דאך אז מען קען מאכן א סוכה חול המועד, דארפן זיי נישט האבן א פסוק ארויסצולערנען אז א קטן שנתגדל בינתים קען מאכן א סוכה.
זעהטחמען דאך אז רבי אליעזר וואס האלט אז גאנץ סוכות איז איין לאנגע מצוה, פונדעסטוועגן איז ער מרבה אז א קטן וואס ווערט בר מצוה אינמיטן סוכות, קען יא מאכן א סוכה, און הייסט ראויה לשבעה, אויף וויפיל טעג ער איז מחוייב אליין. וואס לויט דעם וועט אויסקומען א געוואלדיגע חידוש, אז א קטן שנתגדל בימי ספירה, וועט אויך הייסן ביי אים תמימות פון די טעג אליין, וואס ער איז א גדול. אויב אזוי וועט ער קענען ציילן ספירה מיט א ברכה, אפילו אויב ער האט נישט געציילט ווען ער איז געווען א קטן.
אבערחדער כתב סופר סימן צ"ט, ווארפט דאס אפ, ער זאגט אז דער חידוש איז נאר גוט לויט ר' אליעזר וואס לערנט דאס ארויס פון א פסוק, קען איך זאגן אז די תורה האט איינמאל מגלה געווען, אז א קטן שנתגדל אינמיטן א זמן פון א מצוה, ווערט מחוייב מיט די חלק המצוה פון יעצט און ווייטער. אבער לויט די רבנן וואס זאגן דאס נאר מסברא, קען זיין אז דאס איז דוקא ביי סוכה, אבער נישט ביי אנדערע מצוות. לויט דעם וועלן מיר נישט וויסן דערפון אויף א קטן שנתגדל בימי הספירה.
אבערחלכאורה ביי סוכה אליין קען מען אויך פרעגן א קשיא, לויט די רבנן וואס זאגן עושין סוכה בחולו של מועד וואס פון דעם איז א פשיטא אז א קטן שנתגדל אינמיטן סוכות קען מאכן א סוכה, אפשר קען מען מחלק זיין און זאגן אז דוקא ביי א גדול וואס ער איז געווען מחוייב פון אנהייב סוכות, דער קען מאכן א סוכה אפילו אינמיטן יו"ט, משא"כ א קטן וואס ער איז נישט געווען קיין בר חיובא אנהייב סוכות, קען מען זאגן אז ער גייט בכלל נישט אריין אינעם חיוב פון סוכות. מוז איך דאך זאגן אז די רבנן וועלן האלטן, אזוי ווי שיטת התוס' אין מסכת ברכות דף מ"ח ע"א אז א קטן הייסט יא א בר חיובא מדרבנן, ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז דער קטן איז בכלל נישט אריין אינעם חיוב אז ער זאל נישט ווערן מחוייב ווען ער ווערט א גדול.
אויבחאזוי וועט א קטן שנתגדל מה נפשך קענען ציילן ספירה מיט א ברכה. אויב איך האלט ווי שיטת התוס' אז א קטן הייסט א בר חיובא מדרבנן, איז דאך פשוט אז וויבאלד ער האט למעשה געציילט און ער איז געווען מחוייב מדרבנן, קען זיך דאס מצרף זיין מיט דעם וואס ער וועט ציילן אלץ גדול. און אויב וועל איך לערנען ווי שיטת רש"י, אז א קטן הייסט נישט קיין בר חיובא, איז דאך גוט דער תירוץ פון ר' יוסף ענגיל. ממילא קען א קטן שנתגדל ממה נפשך ווייטער ציילן ספירה מיט א ברכה.
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פלפול בענין שלשים יום קודם לחג

די גמרא זאגט אין מסכת מנחות דף ל"ו עמוד ב', "תניא, ושמרת את החוקה הזאת למועדה מימים ימימה", לערנט מען ארויס "ימים ולא לילות, מימים ולא כל ימים, פרט לשבתות וימים טובים, דברי רבי יוסי הגלילי, רבי עקיבא אומר לא נאמר חוקה זו אלא לענין פסח בלבד", און רש"י זאגט אז "מימים ימימה" דארף ער פאר "כל שנה ושנה". לכאורה איז שווער, ווייל אנהויב פרשת "קדש לי כל בכור", שטייט "ועבדת את העבודה הזאת בחודש הזה", און רש"י זאגט אז עס גייט ארויף אויף פסח, אויב אזוי שטייט דאך שוין אין א פסוק אז די חיוב איז יעדע יאהר, און נישט נאר אין מצרים, איז פארוואס דארף רבי עקיבא די פסוק "מימים ימימה".
ב
אין רמב"ם הלכות תפילין פרק ד', ווערט גע'פסק'ענט, אז לילה לאו זמן תפילין, ווייל עס שטייט "מימים ימימה", ימים ולא לילות, און שבת ויום טוב לאו זמן תפילין, ווייל עס שטייט "והיה לך לאות, יצאו שבת ויום טוב שהן עצמן אות", לכאורה איז שווער ווייל לילה לאו זמן תפילין, כאפט ער אהן די טעם פון רבי יוסי הגלילי, און לגבי שבת ויום טוב, כאפט ער אהן די טעם פון רבי עקיבא.
ג
מ'דארף מקדים זיין די גמרא אין מסכת מגילה, דף ד עמוד א', "אמר רבי יהושע בן לוי, פורים שחל להיות בשבת, שואלין ודורשין בענינו של יום", און רש"י זאגט, אז מ'דרש'נט די אגרת הפורים, פרעגט די גמרא, "מאי אוריא פורים, אפילו יום טוב נמי", ענטפערט די גמרא, "מהו דתימא נגזור משום דרבה", זאגט רש"י אז רבה האט דאך גוזר געווען אז מ'טאהר נישט לייענען די מגילה "שמא יעבירנו ד' אמות", אזוי אויך האט מען דא גוזר געווען, "דרשה אטו קריאה, קמ"ל", אז מ'האט נישט גוזר געווען. און תוספות איז מסביר די קושיא, "מאי אוריא פורים" וואס מ'דרש'נט נישט ל' יום קודם לחג, דרש'נט מען בו ביום, "אפילו יום טוב" וואס מ'דרש'נט ל' יום קודם לחג, "נמי" דרש'נט מען אויך בו ביום.
ד
אין מסכת פסחים דף ו' עמד א' זאגט די גמרא, "שואלין ודורשין בהלכות פסח ל' יום קודם לחג, רשב"ג אומר שתי שבתות", וואס דאס איז פון ראש חודש ניסן. זאגט אויף דעם די ר"ן, אז ל' יום קודם לחג איז נאר אויב א תלמיד פרעגט זיין רבי'ן, און דאס וואס שטייט אין מגילה אז מען דארף לערנען אין יום טוב, מיינט לערנען די הלכות, אבער רוב ראשונים האלטן, אז ל' יום קודם לחג מיינט לערנען די הלכות, און די ב"ח זאגט, אז די רוב ראשונים וועלן האלטן אז אין יום טוב מיינט "פאר" יום טוב, וואס ביי פסח איז דאס דרייסיג טעג, קומט אויס, אז לויט'ן ר"ן דארף מען לערנען די הלכות אין יום טוב, און לויט די רוב ראשונים, דארף מען לערנען די הלכות דרייסיג טעג פאר דעם.
אבער די ב"ח פרעגט אויף זיך, אז תוס' אין מגילה זאגט, אז מ'דארף לערנען סיי דרייסיג טעג פאר דעם, און סיי אין יום טוב. און די חק יעקב פרעגט אויפ'ן ב"ח, אז לויט'ן ב"ח, וואס איז בכלל די קושיא פון גמרא, "מאי אוריא פורים אפילו יום טוב נמי" לויט'ן ב"ח לערנט מען דאך אפילו נישט אין פסח.
ה
אבער די מחצית השקל איז מסביר די גמרא אין מסכת מגילה לויט רש"י, אז "שואלין ודורשין" מיינט, אז מען דרש'נט די אגרת הפורים וואס דאס איז די ניסי פורים, קומט אויס אז דאס וואס די גמרא זאגט אז מ'דרש'נט אין פסח, מיינט אויך "ניסי היום", ווייל אויב נישט וואס איז די קושיא פון די גמרא "מאי אוריא פורים", פורים דרש'נט מען ניסי היום און פסח לערנט מען הלכות. לויט דעם קען מען מסביר זיין, אז "שואלין ודורשין" מיינט יא אין יום טוב, אבער נישט הלכות, נאר "ניסי היום", ווייל מען האט שוין געלערענט דרייסיג טעג פריער, און לויט דעם איז שוין נישט שווער פון תוס' ווייל מ'דרש'נט די ניסי היום אין פסח. אזוי האלטן די חולקים על הר"ן, אז ל' יום קודם לחג דארף מען לערנען די הלכות, און אין יום טוב דרש'נט מען די ניסי היום, וואס דאס איז מען יוצא מיט פיוטים און קריאת התורה, אבער די ר"ן האלט אז ל' יום קודם לחג איז נאר אויב א תלמיד פרעגט, אבער די חיוב איז נישט צו לערנען הלכות, נאר אין פסח איז דא א חיוב צו לערנען די הלכות.
ו
תוס' אין מסכת קידושין דף לז עמוד ב' פרעגט פארוואס האבן די יודן נאר מקריב געווען די ערשטע פסח אין מדבר, א קרבן פסח, במשך פערציג יאהר, און תוס' ענטפערט צוויי תירוצים, אדער האלט מען ווי די תנא וואס זאגט אז ווי עס שטייט "והיה כי יביאך" איז משמע אז די ציווי איז לאחר כניסת ארץ ישראל, און די ערשטע פסח אין מדבר איז געווען א גזירת הכתוב. אדער האלט מען אז "והיה כי יביאך" מיינט, "עשה מצוה זו בשביל שתכנס לארץ", און באמת זענען זיי יעצט באפוילן געווארן, אבער מען איז דאך נישט געווען גע'מל'עט. קען מען זאגן אז אין דעם קריגן זיך רבי יוסי הגלילי און רבי עקיבא, ווייל רבי עקיבא פרעגט דאך אפ די תנא וואס האלט אז ביאה לארץ ישראל, מיינט נאכ'ן זיך באזעצן, איז משמע אז רבי עקיבא האלט, אז ביאה לארץ ישראל מיינט, אז מען איז יעצט באפוילן געווארן, און יעצט איז שוין נישט שווער פארוואס רבי עקיבא דרש'נט אויך די פסוק "מימים ימימה", "משנה לשנה", ווייל מען איז שוין פון יעצט מחויב, וואס דאס איז מיר מגלה אז "והיה כי יביאך" מיינט, אז מען איז שוין מחיוב פון יעצט, משא"כ רבי יוסי הגלילי וואס דרש'נט פשוט אז "והיה כי יביאך" מיינט לאחר כניסת ארץ ישראל, האלט ער אז "מימים ימימה" גייט ארויף אויף תפילין.
ז
די מקור פון שואלין ודורשין ל' יום קודם לחג, ולרשב"ג שתי שבתות איז ווייל משה רבינו האט מזהיר געווען אין פסח, אויף פסח שני, וואס דאס איז דרייסיג טעג פאר דעם, און לויט רשב"ג ווייל ראש חודש ניסן האט ער מזהיר געווען אויף הלכות פסח, וואס דאס איז צוויי וואכן פאר דעם. קען מען זאגן, אז די מחלוקת פון רבי יוסי הגלילי און רבי עקיבא וועט זיך ווענדן צו ווען משה איז געשטאנען און מזהיר געווען, צו מען איז שוין געווען מחיוב לדורות. לויט רבי עקיבא וואס מען איז שוין באפוילן געווארן אין מצרים קומט אויס אז משה האט נישט גע'דרש'נט דרייסיג טעג אדער צוויי וואכן פאר די חיוב לדורות, וועגן דעם איז נישט דא קיין ענין צו לערנען דרייסיג טעג פאר דעם, נאר מען זעהט אז עס איז דא א הכנה צו פסח. וועגן דעם אויב א תלמיד פרעגט דארף מען ענטפערן, וואס דאס קומט אויס ווי די ר"ן. משא"כ לויט רבי יוסי הגלילי וואס מען איז באפוילן געווארן ערשט נאכ'ן אריין קומען אין ארץ ישראל, און ווען משה האט גע'דרש'נט, איז מען ביז דעמאלס נאך נישט געווען מחיוב, קומט אויס אז ער האט גע'דרש'נט דרייסיג טעג פאר דעם, וועגן דעם, איז דא א חיוב צו לערנען ל' יום קודם לחג הלכות פסח, וואס דאס קומט אויס ווי די חולקים על הר"ן.
ח
לויט דעם שטימט שוין זייער גוט די רמב"ם. ווייל באמת האלט ער ווי רבי עקיבא, וועגן דעם ביי שבת ויום טוב פסק'ענט ער ווי רבי עקיבא, אבער לגבי לילה לאו זמן תפילין, פסק'נט ער ווי רבי יוסי הגלילי, ווייל די רמב"ם האלט ביי הלכות קריאת התורה, אז מען איז יוצא מיט קריאת התורה, אבער עס איז נישט דא קיין חיוב צו לערנען די הלכות, ווייל מען האט דאך שוין געלערנט דרייסיג טעג פאר דעם, קומט אויס אז ער האלט ווי די חולקים על הר"ן, און די מקור איז, ווייל ווען משה האט גע'דרש'נט איז געווען דרייסיג טעג פאר דעם, וואס וועגן דעם האלטן זיי, אז "מימים ימימה" קען ארויפגיין אויף תפילין, ווייל ער דארף עס נישט אויף פסח. און וויבאלד די רמב"ם נוצט שוין ממילא די פסוק אויף תפילין, נוצט ער שוין די פסוק אויך ארויס צו לערנען אז לילה לאו זמן תפילין.
הצלחה וברכה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

Re: פשעטל לבר מצוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה וברכה »

איך זוך א פשעטל פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע
אויב איר האט איז דאך אוודאי גוט זייט מזכה
אדער זאגט מיר ווער עס פארמאגט אזא זאך און כ'וועל אים בעטן
יישר כח ולמצוה גדולה יחשב
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”