איך האב געלייגט א האנט אויף קול מבשר דעת הקהל'ס נאר, פורים אפטיילונג פון תשע"ו. אויב איז דא א פארלאנג דערפאר וועל איך עס פראבירען ארויפצולייגן אין די קומענדיגע טעג אי"ה.
בר דעת האט געשריבן:
איך האב געלייגט א האנט אויף קול מבשר דעת הקהל'ס נאר, פורים אפטיילונג פון תשע"ו. אויב איז דא א פארלאנג דערפאר וועל איך עס פראבירען ארויפצולייגן אין די קומענדיגע טעג אי"ה.
די ארגינעלע דעת הקהל איז פונקט גוט פאר פורים . (עכ"פ א גרויס חלק פון דעם). ווען איך פאר מיט חברים אויף א נסיעה און מ'וויל זיך אונטערהאלטן צינד מען אן דעת הקהל און ס'טוט זיך הויך יו"ט
***פנימי, בלתי מוגה. קול מבשר דעת הקהל אדר תשע"ו***
א גוטן פאר די דעת הקהל אפטיילונג. קודם וויל איך מיר באדאנקען פאר די חשובע וועד פון די קהל'ס נאר אפטיילונג, עס איז א מוראדיגע וויכטיגע זאך, אז כלל ישראל זאל הערן מיינונגען, עצות און הדרכות פון די אלע וואס לאזן דא איבער מעסעדזשעס.
איך האב עטליכע וויכטיגע זאכן איבערצוגעבן פארן ציבור און עס איז ראטזאם אויסצוהערן די גאנצע. וועם עס איז נישט מעגליך עס אויס צוהערן אויף איינמאל, למשל ער דארף קאלן טעל מי, אדער ער מוז לויפן כאפן א כולל צייכן, אדער ער דארף טוהן א אנדערע עמערדזשענסי קען ער מאכן pause דורך דרוקען דריי מאל די קנעפל 2 (צו באקומען אין אלע בעסערע דריי גוד געשעפטן) און ווען ער וויל ממשיך זיין דרוקט ער נאכאמאל דריי מאל 2, און עס גייט ווייטער ווי מען האלט. די וואס האבן א ראטערי פאון קענען דערווייל נישט טוהן די עצה, אבער לויט ווי קויפמאנס עלעקטעראניקס געבט איבער, גייט בקרוב ארויסקומען א עפפ צו מאכן pause אויף די ראטערי פאון וואס וועט אויך ארבייטען אויף אידיש.
איז אזוי, קודם וויל איך זאגן אז עס דא מענטשען וואס ווילן לאזן א מעסעדזש אבער זיי שעמען זיך, צו פון די שוויגער אדער גאר פון די אייניקלעך, איז דא עטליכע עצות. איין עצה איז, זיך צו טוישען די שטומע און פראבירען צו רעדן ווי א אנדערע מענטש למשל א אינגערמאן זאל רעדן ווי א עלטערע איד, און א זיידע זאל רעדן ווי א אינגערמאן. נאך א עצה איז דא צו נוצען א מאשינקע וואס הייסט א voice changer וואס טוט אליינס טוישען די שטומע אזוי אז קיינער וועט אייך נישט דערקענען. עס איז אבער זייער וויכטיג אבאכט צו געבן, נישט צו טוהן ביידע עצות צוזאמען, ווייל דעמאלטס וועט די voice changer צוריק טוישען אייער שטימע צו אייער ארגינעלע קול, אויף דעם איז געזאגט געווארן חכמים הזהרו בדבריכם.
עס איז אויך וויכטיג צו וויסן, אז די voice changer קען נאר ארומטוישן די שטומע אבער עס קען בשום אופן נישט טוישן די תוכן פון אייער מעסעדזש, ממילא פאר איר לאזט א מעסעדזש, מאכט זיכער איר ווייסט און פארשטייט וואס איר זאגט אזוי וועט דער גאנצע ציבור הנאה איך הנאה האבן פון אייער מעסעדזש.
איך וויל מעורר זיין א וויכטיגע זאך, מען זעהט אסאך מאל ווי איד געפינט זיך אויפען גאס און עס מאכט זיך אז ער דארף שפייען, געט ער זיך א רוק אין די זייט, שפייט זיך אויס און דערנאך רייבט ער עס גוט אריין מיט זיין שיך און אזוי ארום פארווישט ער די שפירן. דארף מען צו וויסען אז דאס אן אלטער מנהג אבער עס איז שוין היינט נישט שייך וועגן צוויי סיבות. ערשטענס איז היינט דא קעמרעס אויף אלע גאסן און מען קען אין איין מינוט נאכקוקען ווער עס האט געשפיגן, (פארדעקן די פנים וועט אוודאי נישט העלפן ווייל דאס וועט די קעמרע אויך רעקארדירען) און צווייטענס, קען מען מיט די היינטיגע טעכניק אויסגעפונען די DNA פון א שפייאכטס, אפילו מען האט נאר א משהו דערפון. ממילא אויב דארפט איר שפייען אויפן גאס פראבירט נישט צו פארווישן די שפירען ווייל מען וועט ממילא געוואר ווערן מבטן מי יצא הדברים.
חאצאצקע רבי האט געשריבן:
איינע פון די פארגאנגענע פורים'ס איז געווען אויף קול מבשר שיעורים ןןעגן וויין טרינקען, איינער האט עס אפשר? אדער בדיעבד וואו אזוי מקען דערצו צוקומען?
קול מבשר 3-1 431 - ר' משה אהרן צימערמאן - מבינות אויף סארטן וויין (בנציון ווידער) 636 - ר' יעקב בוקסבוים - וויין מבין (יצחק שלמה דרעזנער) 978 – וויין עקספערט משה מייער – וויין קעיוו
חאצאצקע רבי האט געשריבן:
איינע פון די פארגאנגענע פורים'ס איז געווען אויף קול מבשר שיעורים ןןעגן וויין טרינקען, איינער האט עס אפשר? אדער בדיעבד וואו אזוי מקען דערצו צוקומען?
קול מבשר 3-1 431 - ר' משה אהרן צימערמאן - מבינות אויף סארטן וויין (בנציון ווידער) 636 - ר' יעקב בוקסבוים - וויין מבין (יצחק שלמה דרעזנער) 978 – וויין עקספערט משה מייער – וויין קעיוו
די רעדטס מן הסתם פון ענגעל'ס שיעורים פון עטליכע יאהר צוריק, איינער האט מיר אמאל געגעבן עפעס א אינטער טירל דערצו אבער איך טרעף עס נישט יעצט
פארבינדן האט געשריבן:
3-1 1185 - וויין מבין ר' אשר זעליג ענגעל, פון ענגעל'ס וויין קאמפאני, נוצליכע אנווייזונגען וועלכע וויין צו נוצן ביים סדר, פאר אלע סארט מענטשן. (ברייער)
ניין מ'רעדט מיר פון געהעריגע שיעורם איבער וויין, אן עקסטערע אפטיילאנג