ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אין די האלאקאסט מוזיאום געפונט זיך א אינטערוויוא מיט זיגמונד פירסט אן ערשטהאנטיגער פארציילער מפי ר' מיכאל בער, ער איז אפגעזיצן ביי ר' מיכאל בער יעדן טאג אגאנצן טאג אין די ערשטע צייטן.
דא איז דא צוויי קליפס
און דא איז די טרענסקריפט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האב עס געהערט פון אים פערזענליך.

"זיגמונד פירסט" איז געווען רבי אשר זעליג פארסט זכרונו לברכה פון וויען, דער עלטצטער ברידען פון הגה"צ רבי יונה פארסט ראש ישיבה אין נייטרא.

רבי אשר (ווי מען האט אים גערופען) איז געווען א שיינע תלמיד חכם, געהערט פון אים חידושים גג על גג ווען ער איז שוין געווען אין די הויכע ניינציגער יארען. ער האט געהאט א מח עצום, אויסטערליש קלוג, געווען דער בן סודו פון רבי מיכאל בער זצ"ל וואס זיי האבען זיך פארשטאנען אויפען ווינק. רבי אשר איז געווען פון די מייסדים פון דער וויענער קהלה אין ווילאמסבורג; געווען דער וואס האט על פי עצת רבי מיכאל בער איבערגעוויגט די קהלה אויף צו נעמען הגאון המפורסם רבי יונתן שטייף זצ"ל אלץ רב אין זייער קהלה. געווען אויך דער ווארטזאגער פון רבי מיכאל בער און פון די נייטרא ישיבה, נאכדעם איר פרעזידענט און נאכדעם איר ערען פרעזידענט.

פאר פרנסה איז ער געווען א מאהלער (א ארטיסט) און דורך דעם האט ער זיך באקענט אין די תר'צדיק'ס מיט רבי מיכאל בער וואס מען האט אים רעקאמאנדירט צו מאכען דער שער בלאט פונעם ספר קיקיון דיונה. רבי אשר האט אילוסטרירט צווישען 60 און 100 הגדות אנהויבענדיג מיט דער כתב פובלישינג הגדה אין תש"ה, אילוסטרירט "דע מדרש סעז" וכו'. ער האט געמאלען די סיינס וואס מען האט געהאנגען אין די בתי מדרשים אין מיטען די מלחמה צו שאפען געלט פאר רבי מיכאל בער צו ראטעווען די אונגארישע אידען; און אויך אליין געהאלטען די אפיעלס.

ער איז געווען דער פאר וועם רבי מיכאל בער האט זיך אויסגעוויינט נאך די מלחמה ווען ער האט געהאקט די קאפ אין וואנט פון צער וואס מען האט אים געשטערט צו ראטעווען די אונגאריעשע אידען. ער איז געווען דער וואס איז מיט געגאנגען מיט רבי מיכאל בער א סאך יארען שפעטער זעהן דעם אבי אבות, הידוע לשמצה "ראביי" סטעפען ווייס. ער איז געווען... קען אנגיין און נישט פערטיג ווערען...

זיין ארטיסט פען נאמען איז געווען Siegmund Forst

כ'האב ב"ה זוכה געווען צו הערען פון אים א סאך (אין פארשידענע ענינים); איך שרייב פון נאסטאלגיע פונעם אימפארגעסליכען ידיד מיינע רבי אשר וואס האט דערלעבט א שיבה טובה, געזונט און שטארק בדעת צלילה ביז 102 יאר.

נפטר געווארען א 10 יאר צוריק.

יהא זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 12:21 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

גלאזער האט געשריבן: אין די האלאקאסט מוזיאום געפונט זיך א אינטערוויוא מיט זיגמונד פירסט אן ערשטהאנטיגער פארציילער מפי ר' מיכאל בער, ער איז אפגעזיצן ביי ר' מיכאל בער יעדן טאג אגאנצן טאג אין די ערשטע צייטן.
דא איז דא צוויי קליפס
און דא איז די טרענסקריפט

שכוח פארן צוצייכענען, גיי מיר עס ליינען בעז"ה. צו אונזער שמועס, איז דא דארט עפעס וואס זאל אנדייטען אז עס איז גווען אן אקטיווער פלאן אום ענדע 41 צו עקספארטירען מיליאנען אידן? וועלעכע לאנד/לענדער?

אויב נישט האט דאס נישט קיין גרויסער שייכות מיט אונזער שמועס. אבער... עס וועט נאל אלס זיין גאר אינטרעסאנט צו ליינען.

רמ"ד איז אן א פראגע, גווען דער סאמער גרעסטער אקטיוויסט אפצושטעלן דעם האלעקאוסט "אויפן גאנצן כדור הארץ", קיינער איז נישט אנגעקומען נאנט צו אים. דער פאקט אז אין די סטענדערט ביכער איבערן האלעקאוסט (אויסער די גאר היימישע) ווערט רמ"ד בככלל נישט אדער קוים דערמאנט, צייגט פאר מיר וויפיל טראסט מען קען האבן צו הנחות און מסקנות פון אזוי גערופענע היסטאריקער, ספעציעל ווען זיי ווילן שטופען איינעמס וואגן. (פארדינט מן הסתם אן עקסטערן אשכול, פעלטשען היסטאריע: דאס אפמעקן הרב ווייסמאנדל פון די היסטאריע ביכער. ועוד חזון למועד, אדער אז איינער וויל עס אנהייבען)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לייען עס, יעדער זאל עס ליינען, עס איז זייער אינטרעסאנט; איבערגעגעבען פון רבי אשר פארסט וואס ער האט דירעקט געהערט פון רבי מיכאל בער. ביי מיר אין הארץ איז דא א ספעציעילע פלאץ פאר רבי מיכאל בער זצ"ל וואס איך האב אזוי פיל געהערט וועגען אים ערשט האנטיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

יישכ גלאזער פאר דעם גרויסן אוצר, גיימער זיך נעמען דערצו. און א ייש"כ סוספמאן פאר אייערע דברי געשמאקע דברי הערכה.

(אגב גררא, אויף די קליפ זעט מען ר' אשר רייכערט ציגראטלעך, געלעבט 102 יאר...)
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

להודיע האט געשריבן: יישכ גלאזער פאר דעם גרויסן אוצר, גיימער זיך נעמען דערצו. און א ייש"כ סוספמאן פאר אייערע דברי געשמאקע דברי הערכה.

(אגב גררא, אויף די קליפ זעט מען ר' אשר רייכערט ציגראטלעך, געלעבט 102 יאר...)

אנגעהויבן אביסל קוקען. דאס הארץ,ווערט צוריסן. מען וואלט געדארפט עפענען אן עקסטערן אשכול פון רמ"ד'ס פעולות הצלה בשנות הזעם, עס איז דא אן א שיעור היסטארישע דאקומענטען, סיפורים, בריוון פון פארשידענע אנדערע מענטשען אין יענע יארן בנוגע דעם ,ועוד ועוד.

ווי געזאגט איז דאס א זאך וואס איז זייער ווייניג געווארן אנגערירט דורך די דורכשניטלעכע היסטאריקער. יא, מען וועט רעדן פון חסידי "אומות העולם", אבער פון חסידי "ישראל" וועט מען רעדן ווי ווייניגער. ווייל אויב עפעס א פאר נארישע אידישע יחידים האבן געקענט אויפטוען, קען דאך איינער האבן מחשבות זרות, א קושיא ווי זענען גווען בן גוריון, ווייצמאן, ווייז, וחבריו, די אידן על סיר הבשר. ודו"ק.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א שמועס פון ר' אשר קען מען נישט אזוי "אפליינען". עס איז זייער טיעף. איך ווייס נישט פון צופיל מענטשן מער דענקעריש ווי ר אשר ז"ל.

בכלל איז נישט שייך צו פארשטיין די שמועס אז מען קען נישט היפש אביסל פון מרן זצ"ל'ס געשיכטע. אויב קען מען נישט די געשיכטע, גייט מען אוועק מען צומישט ווי מען האט אנגעהויבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: א שמועס פון ר' אשר קען מען נישט אזוי "אפליינען". עס איז זייער טיעף. איך ווייס נישט פון צופיל מענטשן מער דענקעריש ווי ר אשר ז"ל.

בכלל איז נישט שייך צו פארשטיין די שמועס אז מען קען נישט היפש אביסל פון מרן זצ"ל'ס געשיכטע. אויב קען מען נישט די געשיכטע, גייט מען אוועק מען צומישט ווי מען האט אנגעהויבן.

איין זייטיגע נקודה וואס איז גווען אן אינטרעסאנטער חידוש עכ"פ פאר מיר, איז גווען דער פאקט אז רמ"ד האט זיך געטראפן מיט סטיווען ווייז נאך די קריג, און ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

להודיע האט געשריבן: יישכ גלאזער פאר דעם גרויסן אוצר, גיימער זיך נעמען דערצו. און א ייש"כ סוספמאן פאר אייערע דברי געשמאקע דברי הערכה.

(אגב גררא, אויף די קליפ זעט מען ר' אשר רייכערט ציגראטלעך, געלעבט 102 יאר...)

ער איז געווארען א סגי נהור (ליגעלי בליינד) ביי די 92, אבער געווען געזונט און שטארק (פיזיש) ביז די הונדרעט. אין די הויכע ניינציגער איז ער נאך ארויס געקראכען פון זיין דירה (פענסטער) אריין אין זיין סוכה אויפען פייער עסקעיפ אויף ראדני סטריט. גערייכערט ביזען סוף ביז די 102 יאר, אבער די לעצטע בערך 3 יאר (שוין זייענדיג אין בארא פארק נאכדעם וואס זיין דירה האט אראפ געברענגט, האט ער געהאט צו ווייניג מענטשען אים וויזעטען און שמועסען מיט אים, און ער האט געקענט אראפ גיין פון זינען קוקענדיג אויף די ווענט. (לאזט נישט ענקערע זיידעס אוו באבעס משוגע ווערען פונעם טאג און אראפ גיין פון זינען; גייטס שמועסען מיט זיי, אדער דינגטס איינער זאל שמועסען מיט זיי)

ער האט זייער עפריעשטעד מיין קומען צו אים און ער מיר זייער ליב געהאט (וכמים פנים אל פנים); ער פלעגט רופען (פון צייט צו צייט) מיין ווייב איר באדאנקען אז זי לאזט מיר קומען אזוי פיל. (זי האט נישט נאר מסכים געווען איך זאך גיין, נאר זי פלעגט מיר אויך דערמאנען צו גיין). ער איז געווען דער אפטייטש פון א גענטעלמען, און ממש איך האב טרערען דערמאנענדיג זיך אין אים און אונזערע שמועסען. ער האט אלעס געוואלט וויסען, און אלזדינג געוויסט; אבער געקענט אויס הערען יענעם מיט גרויס געדולד, און נאכדעם עס אנאלאזירען ביזען נקודת האמת. זיינע אנאליזען איז געווען ממש קולע אל השערה. דאס וואס כ'האב געשריבען זיין מח נאנטקייט צו רבי מיכאל בער זצ"ל זאגט שוין אלעס.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 3:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

סופסמאן זייער אינטערסאנט צו הערן.
האסט עפעס דערמאנט אז ער איז געגאנגען אינאיינעם מיט ר' מיכאל בער קוקן סטיפן ווייז שר"י, וואס איז געווען די מעשה ?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

ר' אשר (זיגמונד) פארסט ע"ה מיט רבי מיכאל בער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: א שמועס פון ר' אשר קען מען נישט אזוי "אפליינען". עס איז זייער טיעף. איך ווייס נישט פון צופיל מענטשן מער דענקעריש ווי ר אשר ז"ל.

בכלל איז נישט שייך צו פארשטיין די שמועס אז מען קען נישט היפש אביסל פון מרן זצ"ל'ס געשיכטע. אויב קען מען נישט די געשיכטע, גייט מען אוועק מען צומישט ווי מען האט אנגעהויבן.

איין זייטיגע נקודה וואס איז גווען אן אינטרעסאנטער חידוש עכ"פ פאר מיר, איז גווען דער פאקט אז רמ"ד האט זיך געטראפן מיט סטיווען ווייז נאך די קריג, און ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען.

זיין פגישה מיט סטעפען ווייס דארף א הקדמה (און נאך א סאך מער ווי דעם).

אזא פגישה וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען גלייך נאך די מלחמה ווען רבי מיכאל בער האט נישט געקענט מוחל זיין די וועד הצלה פאר אים נישט קומען צו הילף און שיקען דאס געלט קיין שענחיי. "דער בלוטיגער ש"ס" ווי ער האט גערופען דער ש"ס וואס האט געזאלט זיין פאר ראטעווען אונגארישע אידען, האט אים אזוי וויי געטוהן, און ווען ער האט זיך געטראפען מיט פערזענליכקייטען פון וועד הצלה (ביטע נישט אריין גיין דא אין איינצילהייטען מפני כבודם), האט ער זיך נישט געקענט איין האלטען און אויסגעגאסען א קיטון של שופכין אויף זיי און געמאכט אזעליכע געוואלדעס אויף זיי... (מער, טאר איך נישט רעדען; זאלען היסטאריקער טוהן אין דעם, אבער נישט אויף די שפאלטען פון אייוועלט - דא איז נישט די פלאץ, אויב ערגעץ איז).

איז ממילא פון די ערשטע יארען נאך די מלחמה איז נישט געווען וואס צו רעדען פון זיך טרעפען. רבי מיכאל בער וואלט אים דענמאלץ צוריסען לעבעדיגערהייט מיט די אייגענע הענט.
--
אבער יארען שפעטער, איך שטעל זיך פאר ממש סוף ימיו פון רבי מיכאל בער (אוועק א אינגע מענטש ליידער); דענמאלט האט רבי מיכאל בער'ס נייגער זייער געוואלט וויסען מי הוא זה ואיזהו איז דער סטעפען ווייס; און געבעטען רבי אשר זאל ערלעדיגען א פגישה.
--
איך געדענק נישט אלע איינצילהייטען און די פינקטלעכע ווערטער פון יענעם פגישה, און א שאד וואס איך האב זיך עס נישט אויף געשריבען ווען איך האב נאך יא געדענקט יעדעס ווארט. אבער בקיצור, דער פגישה איז געווען א פריינטליכע (א דזענטעלמענישע). רבי אשר האט מיר דערציילט אז זיי זענען אנגעקומען, און סטעפען ווויס איז געזעצען אויף א טראן (throne). זיי האבען געשמועסט אלעס אבער נישט וועגען די מלחמה! א גרויסע חלק פון שמועס איז געווען נאסטאלגיע, ווייל סטעפען ווייס איז געבוירען געווארען אין טירנוי, און רבי מיכאל בער איז דאך אויך דארטען געבוירען געווארען, און אפילו געלאפען אלץ בחור צו זיין דארט רב, דארט ווי זיין שפעטערדיגע שווער דער נייטרא רב (וואס פאר נייטרא איז ער געווען רב אין טירנוי) איז דארט געווען רב. כ'מיין אז ער האט פארלוירען די וואלען צו דער טאטע פון רבי פרץ פריעדמאן ז"ל (ראש הקהל דקהל עדת יראים וויען), וואס איז געוווען די לעצטע רב אין טירנוי.

סטעפען ווייס'ס זיידע איז געווען הגה"צ רבי יוסף ווייס זצ"ל אבד"ק ערלוי. א תלמיד פון שערי תורה און אפשר אויך פון פון חתם סופר. אויך איז ער געווען פאר דער טיילונג.
https://en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Hirsch_Weiss

זיין זוהן איז געווען אהרן ווייס וואס קודם איז ער געווען כשר; א שרייבער אין פעסט אינעם ארטאדאסישען צייטונג, און נאכדעם פארקראכען לינקס און אנגעקומען קיין אמעריקע און געווען פון די פאונדערס פון דזויאיש טעאלאגיקעל סעמעטערי.
https://en.wikipedia.org/wiki/Aaron_Wise

און זיין זוהן איז דער "דאזיגע" סטעפען ווייס.
https://en.wikipedia.org/wiki/Stephen_Samuel_Wise
---
ארויס קומענדיג פונעם וויזיט ביי סטעפאן ווייס, האט רבי מיכאל בער זיך אנגערופען צו רבי אשר... אבער חבל על דאבדין, איך געדענק נישט די פינקטליכע ווערטער, און נישט קיין פינקטליכע ווערטער טאר מען נישט איבער זאגען. אויב עס געפינט זיך איינער וואס האט אויך דאס געהערט (בין זיכער אז נישט נאר פאר מיר האט ער דאס דערציילט) וואלט איך געוואלט הערען און זיך דערמאנען וואס ער האט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

SPUSMN האט געשריבן:

נו, עס איז דאך אין די אויבן דערמאנטע טרענסקריפטס ווי ער לייגט אראפ דעם גאנצען באזוך. עיין שם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האביך נישט געדענקט; א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יישר כח הרב הספוקסמן פאר אייערע ווארימע עראינערונגען, מיר געדענקען דעם איד און געהאט די זכי' צו פארברענגען מיט אים, כ'האב נישט געוואוסט דאן אז ער איז א סגי נהור ס'איז נישט געווען בולט'דיג.

אינעם טרענקסריפט זאגט ר' אשר אז זיי שטאמען פון בודאפעסט

אגב, ער דערמאנט די מעשה מיט די אידיש אינגל וואס האט געוואלט הייראטן א נישט אידישע, איך האב עס לעצטנס געלייענט אן א נאמען, דא ווער איך געוואויר אז ר' אשר איז געווען דער שליח, ער שרייבט אבער נישט דא וואס ר' מיכאל בער האט אים געזאגט, איך האב געלייענט אז ר' מיכאל בער האט אים מסביר געווען בערך אזוי, אז היטלער האט געוואלט און האט גע'הרג'ט רוב כלל ישראל, טאר מען נישט טון אזאנס ס'זאל אוועקפאלן נאך אידן, יעדע איד איז זייער זעלטן און חשוב היינט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר איז געבוירען געווארען אין וויען אין שנת תרס"ד (ער איז געווען א יאר עלטער ווי רבי מיכאל בער וואס איז געבוירען געווארען אין תרס"ה).

זיין טאטע איז געווען א גאליצאנער פון דער שטאט (דארף זיך דעמאנען דער נאמען). זיין טאטע איז געווען א מייסטער גאלדשמידט און זיך באזעצט אין דער עיר הבירה וויען.

רבי אשר'ס טאטע'ס טאטע (און אפשר זיין טאטע נאך א דור פריער, דער זכרון דינט מיר נישט), איז געווען דער מלמד פון הרה"ק רבי דוד'ל מדינוב זי"ע. (ער האט געלערענט מיט אים אין דער שטעטל וואס איך געדענק נישט לעת עתה די נאמען).

רבי אשר'ס טאטע פלגעט קויפען די וויענער צייטונג ווי עס איז געווען אדווערטייזד איסטעיטס צו פארקויפען, און דאס קלוגע אינגעל זיינע פלעגט עס ליינען צום טאטען. ער האט מיט געהאלטען אלס קינד דער ערשטע וועלט מלחמה (תרע"ד-תרע"ז) מיט אלע פיטשיווקעס, און געקענט יעדען גענעראל ביים נאמען. ער האט דערלעבט צו זעהן און צו מיט האלטען ווי דער קאמוניזם איז אויף געקומען, און אויך אינטער געגאנגען זיבעציג יאר שפעטער. ער האט געהאט א געוואלד צו דערציילען.

ער איז געפארען קיין בעלז אלץ בחור צו הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע וואס האב אים אן גערופען "אשר וויענער". געברענגט אמאל פון וויען א פיינעפעל א מתנה פארען בעלזער רב, און מען האט יענעם שבת געגעסען דערפון קאמפאט. ער האט אויך געזעהן דער מנחת אלעזר וואס האט ביי אים זייער אויס גענומען, און ווען ער האט דאס דערציילט צו זיינע חברים האבען זיי פרובירט אים אפחוזק'ן.

ער פלעגט אלעמאל זאגען "איך האב א חסידישע קישקע". ווען מען פלעגט אים פרעגען איבער דעם גדול אדער יענעם גדול צו ער האט אים געזעהן, פלעגט ער ענטפערען אז "איך האב נישט געוויסט אז איך וועל אזוי לאנג לעבען און מען וועט מיר פרעגען".

ער האט געזעהן דער חפץ חיים און הגאון רבי חיים עוזר זצ"ל. ער פלעגט זיצען בי די שיעורים אין וויען ביי הגאון רבי פישל אריק זצ"ל (ברידער פון הגאון רבי מאיר אריק זצ"ל). ער איז געווען זייער נאנט מיט הרה"ק רבי משה'ניא מביאן וועם ער פלעגט אויס מאלען (אין ווערטער) זייין חכמה און אצילות, און צו לייגען "עס דאכט זיך מיר ווי איך שטיי יעצט פאר אים".

ער האט זיך געהאלטען פאר א "מאנארכיסט", און שטארק באדוירעט דאס אינטערגאנג פון מלכים. ער האט להבדיל גערעדט וועגען פרוים [אפרים] יוסל ווי מען האט גערופען קייסער פראנץ יוזעף, און מיר געזאגט אז ער האט אים איין מאל געזעהן אין שנת תר"ע, ביי די זעקס יאר אלט אין וויען; ווען זיין באבע (מאמע'ס מאמע) האט אים אויף געהויבען אים צו זעהן ווען ער איז א דורך געגאנגען (אדער דורך געפארען) אויפען גאס אין וויען.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 5:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ר' אשר פארציילט דארט וועגן ר' מיכאל בער מיט דר' ווייז, אז זיי האבן גערעדט פון בודאפעסט שטאמנדיג פון דארט.

ער האט מיטגעהאלטן אין ווין די כנסי' האט ער דעמאלט געזען די אלע גדולים, ער האט מיר אויסגערעכנט די אלע לייבן וואס זענען געקומען דעמאלט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ער האט געזאגט אז מען האט געשמועסט וויאזוי דער חפץ חיים מיטען אמרי אמת האבען זיך צוזאם גערעדט, ווען זיי האבען ביידע גערעדט א אנדערע דיאלעקט פון אידיש. איך האב אים געזאגט אז כבר היה לעולמים, למשל הגאון רבי רפאל מהאמבורג א יליד ליטע, דער פנים מאירות אין אייזענשטאט אויך א יליד ליטע, און מען האט זיך גאנץ גוט פארשטאנען, כאטש די אידיש (די הברה) איז געווען היבש אנדערש.

אפשר זאל מען מאכען א באזינדער אשכול איבער רבי אשר, אדער עס אינקארפארירען אין א אשכול פון רבי מיכאל בער. (אדער עס לאזען דא).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

SPUSMN האט געשריבן: ער האט געזאגט אז מען האט געשמועסט וויאזוי דער חפץ חיים מיטען אמרי אמת האבען זיך צוזאם גערעדט, ווען זיי האבען ביידע גערעדט א אנדערע דיאלעקט פון אידיש. איך האב אים געזאגט אז כבר היה לעולמים, למשל הגאון רבי רפאל מהאמבורג א יליד ליטע, דער פנים מאירות אין אייזענשטאט אויך א יליד ליטע, און מען האט זיך גאנץ גוט פארשטאנען, כאטש די אידיש (די הברה) איז געווען היבש אנדערש.

אפשר זאל מען מאכען א באזינדער אשכול איבער רבי אשר, אדער עס אינקארפארירען אין א אשכול פון רבי מיכאל בער. (אדער עס לאזען דא).

און ר' מיכאל בער אליינס ווי ער האט זיך פארשטאנען מיט יעדן , גערעדט א דייטשן אידיש און די רביצין איז געווען בארדיובע מיט א גאליציאנע אויסשפראך
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א ברכה אזא אשכול! גאר אינטערסאנט
שכוח רבי שפוסמאן!!!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

שפוסמאן ! א גרויסען דאנק !

דערמאנט אייך נאך און פארציילט אונז, מיר שלינגען מיט דארשט אייערע ווערטער.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גוט, וועל פרובירען לכבודו ולכבודכם.

ער האט מיר דערציילט אז זיין טאטע האט אליין געהערט פונעם פאסט מייסטער אין צאנז, אז ער (דער פאסטמייסטער, mailman בלע"ז) פלעגט דעליווערען צום צאנזער רב א הונדרעט טויזענט גילדען א יאר אויף וואס מען האט געדארפט אפיציעל חתמענען אז מען האט עס דערהאלטען. דאס איז געווען חוץ די אלע געלט וואס פלעגט קומען מיט אידישע שלוחים אדער אין פארמאכטע בריוו.

א גוזמא פון געלט האט דער הייליגער דבריי חיים פארטיילט אויף צדקה יעדען טאג; און כידוע האט נישט איבערגענעכטיגט ביי אים קיין פרוטה, נישט פאר אים און נישט פאר דער ווייב און קינדער.

מיר האבען פשוט נישט קיין השגות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יהיה כן האט געשריבן: א ברכה אזא אשכול! גאר אינטערסאנט
שכוח רבי שפוסמאן!!!

גם אני מצטרף, זייער אינטרעסאנט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ער האט מיר דערציילט אז ער האט געמאכט זייך ברודער רבי יונה פארסט זצ"ל פאר א גערער חסיד.

געווען איז דער אמרי אמת אין וויען, און ביים באגלייטען אים ארויף אויפען באן, איז געווען א שטיקעל שטרעקע וואס מען האט נישט געלאזט דער עולם מיט גיין (אזוי ווי היינט ביי די עירפארטס), און דער אמרי אמת איז געגאנגען אליין, שטארק פארטיפט און פארקאכט אין זיינע הייליגע מחשבות און רעיונות.

אזוי גייענדיג און זעהן'דיג די דאזיגע מראה, רופט זיך און רבי אשר צום ברודער " דאס איז א רבי"!

עס איז אזוי אריין אין די ביינער פון רבי יונה זצ"ל, אז ער איז געווארען א גערער חסיד און געפארען צום אמרי אמת קיין גער (דער שטאט גער) אויף ימים טובים.
--
אזוי, דערמאן איך זיך אז ער האט ווייטער דערציילט וויאזוי רבי יונה האט זיך געשלעפט קיין גער; פארענדיג אדער זיך מיטכאפענדיג קיין קראקא, איין שטייענדיג דארט ביי דער טשארטקעווער רבי (אויב איך געדענק גוט), און פון דארט זיך געשלעפט קיין גער. יא, דער טשארקעוער רבי האט אים פארשאפט די געלט צו פארען און נישט געהאט פאראיבעל אז ער בלייבט נישט ביי אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי אשר (קענענדנדיג זיך אויס מיטען שפראך אין רעגירונגס קוועלער), איז געווען דער וואס האט ערלעדיגט אלע פאספארטען פאר די אלע וואס האבען געוואלט מיט פארען מיט הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלז זי"ע קיין מארינבאד. דער באוויסטער נסיעה, פון הודערטער באגלייטער, אין די אנהויב תר"פ יארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

SPUSMN האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: א שמועס פון ר' אשר קען מען נישט אזוי "אפליינען". עס איז זייער טיעף. איך ווייס נישט פון צופיל מענטשן מער דענקעריש ווי ר אשר ז"ל.

בכלל איז נישט שייך צו פארשטיין די שמועס אז מען קען נישט היפש אביסל פון מרן זצ"ל'ס געשיכטע. אויב קען מען נישט די געשיכטע, גייט מען אוועק מען צומישט ווי מען האט אנגעהויבן.

איין זייטיגע נקודה וואס איז גווען אן אינטרעסאנטער חידוש עכ"פ פאר מיר, איז גווען דער פאקט אז רמ"ד האט זיך געטראפן מיט סטיווען ווייז נאך די קריג, און ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען.

זיין פגישה מיט סטעפען ווייס דארף א הקדמה (און נאך א סאך מער ווי דעם).

אזא פגישה וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען גלייך נאך די מלחמה ווען רבי מיכאל בער האט נישט געקענט מוחל זיין די וועד הצלה פאר אים נישט קומען צו הילף און שיקען דאס געלט קיין שענחיי. "דער בלוטיגער ש"ס" ווי ער האט גערופען דער ש"ס וואס האט געזאלט זיין פאר ראטעווען אונגארישע אידען, האט אים אזוי וויי געטוהן, און ווען ער האט זיך געטראפען מיט פערזענליכקייטען פון וועד הצלה (ביטע נישט אריין גיין דא אין איינצילהייטען מפני כבודם), האט ער זיך נישט געקענט איין האלטען און אויסגעגאסען א קיטון של שופכין אויף זיי און געמאכט אזעליכע געוואלדעס אויף זיי... (מער, טאר איך נישט רעדען; זאלען היסטאריקער טוהן אין דעם, אבער נישט אויף די שפאלטען פון אייוועלט - דא איז נישט די פלאץ, אויב ערגעץ איז).

איז ממילא פון די ערשטע יארען נאך די מלחמה איז נישט געווען וואס צו רעדען פון זיך טרעפען. רבי מיכאל בער וואלט אים דענמאלץ צוריסען לעבעדיגערהייט מיט די אייגענע הענט.

Spusmn, איך פארשטיי אויף וואס איר בויעט אייער השערה, אבער למעשה איז עס נישט ריכטיג.

ווייז איז געשטארבן 1949, וואס דאס מיינט אז די באגעגעניש איז גווען שפעטסטענס תש"ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”