פעטער משה האט געשריבן:נאך איינער האט געשריבן:פעטער משה האט געשריבן:נאך איינער האט געשריבן:פעטער משה האט געשריבן: שאלה א' איינער מאכט אפ אז ער וויל קויפען א דירה, (לאמיר זאגען און לייקוואד) וואס איז נעקסט? איז גיין צום בראוקער נומבער 1?
די ערשטע זאך דארפסטי וויסן צי די קענסט בכלל נעמען א מארגעדש, די קענסט עס אויסשמועסן מיט מארגעדש בראקער, אויב יא איז דיך גיט, אז נישט דארפסטי טרייען צי שאפן טובות פין חברים אדער קרובים,(בדרך כלל צאלט מען געלט פאר דעם),
נאכדעם דארפסטי גיין צי א ריעל עסטעיט בראקער,
א גרויסען שכח
און וואס א סאיז פארלאנגטצו באקומען א מארטגעדש איז שוין געשטאנען פריער אינעם אשכול
נאכען ווערען קלאהר אז איך קען ווערען אפראווד פאר א מארגעדש.
גייט מען צום ריעל עסטעיט בראוקער, און מען גייט איין אויף א דירה און מען באקומט א פרייז פארן דירה למשל א מיליאן
וואס איז יעצט סיינען? דאון פעימענט?
אין מאל מגייט איין אויף א פרייז, נאכן האנדלען שטייטזיך, נעמט מען א לויער צי מאכן א קאנטראקט, מסיינט די קאנטראקט, מגעט א דעפאזיט אויף וויפיל מנעמט זיך אויס אויפן קאנטראקט, אין מיט דעם ווערט דער מוכר פארפליכטעט צי פארקויפן די דירה פארן לוקח, אין דער לוקח ווערט פארפליכטעט צי אפקויפן די דירה ביזן טאג וואס שטייט אויפן קאנטראקט, געווענליך 2/3 חדשים, איינמאל מסיינט די קאנטראקט קען מען אנהייבן ארבעטן אויף א מארגעטש,
דא אלעס די נארמאלע אין געזעצלעכע וועג, איז אבער דא אסאך וואס פארלאנגען א יודישע שטר, געווענליך ווען מצאלט מער ווי אפיציעל, וואס דארט איז דא אסאך וואס נעמען זיך אויס אסאך מני פארלאנגען,
ביי א נייע הויז וואס איז נאך נישט פערטיג, בעט מען געווענליך
א דיפאזיט גלייך, צי רעזערווירן די הויז, וואס דאס מאכט מען געווענליך בתורת הלוואה,
א דיפאזיט איז די זעלבע זאך ווי א דאון פעימענט?
איז די לויער אויפען לוקח'ס קאסט/קאפ אדער אויפען מוכר'ס?
געווענליך וועלן סיי די לוקח און די מוכר האבן אייגענע לויערס, יעדער באצאלט זיין אייגענע לויער, עס קאסט נישט קיין סך געלט מאקסימום 1500 צו 2000 דאללער. דאס געט מען ביים קלאוזינג, און איז א חלק פון די קלאוזינג קאסט
די דיפאזיט איז נישט די זעלבע ווי די דאון פעימענט, די דעפאזיט געט מען ביים סיינען די קאנטראקט און די דאון פעימענט ביים קלאוזינג, די דאון פעימענט איז געווענליך מער פון די דעפאזיט און מען קען רעכענען די געלט פון די דעפאזיט אלץ חלק פון די דאון פעימענט.
די ציל פון די דעפאזיט איז זיכער צו מאכן פארן מוכר אז די לוקח מאכט עם נישט פלעין משוגע, אדער האט ער סתם חלומות פון קויפן א הויז אן קיין נארמאלע חשבון. די געלט גייט צו איינער פון די לויערס, און די לויער לייגט עס אריין אין אן עסקראו אקאונט, דהיינו אן אקאונט ווי מען טאר נישט ארויסנעמען קיין געלט, נאר לויט די הסכם פון די קאנטראקט. אויב די קאנטראקט גייט דורך, גייט די געלט צוריק צום לוקח, געווענליך וועט די לוקח ניצן דער געלט צו צאלן דער דאון פעימענט, וואס דאס איז די חלק פון די הויז וואס די מארטגעידזש דעקט נישט.