Re: Re:
איטשע האט געשריבן:הרב מגאליציען האט געשריבן: זה אינו, די "מחול של מצוה" איז פארגעקומען מוצאי שבת "נאך" די חתונה, עי' היטב במהרי"ל ובשאר ספרי מנהגים.
ס'איז פשוט קיין שום "מצוה" נישט צו טאנצן פאר'ן חתונה, איידער זיי האבן געקריגן א דין חתן וכלה.
במחילה גדולה.
דער מהרי״ל רעדט פון מצוה טענציל, פרייטאג אינדערפריא, פאר די חופה.
ער פארצייגנט, ווי דער מנהג איז אין אנדערע ערטערעס צו מאכן מוצאי שבת, והא ראיה דער מהרי״ל, דערמאנט נישט אום מנוצאי שבת אז מען מאגט עס נאכאמאל, יהיה איך שיהיה, אפי׳ לדבריך איז פארגעקומען איין מצוה טענציל פרייטאג אינדערפרי פאַרדי חופה.
עי׳ מנהגי ווירמייזא, אז עס איז געווען מוצאי שבת שפינאהלץ, דהיינו שבת אויפרופן, פאר די חתונה, וועלכע איז געווען אום מיטוואך.
דעריבער וואלט איך דיר געראטן, אז איידער איר שרייבט פאר יענעם ״עי' היטב במהרי"ל ובשאר ספרי מנהגים״,טוט עס לפחות אליינס.
לאמיר ערקלערן. כ'האב מיר נישט געשפארט אז ס'געווען מקומות וואס האבען געטאנצט פרייטאג צופרי.
כ'האמיר בלויז געשטעלט אויף צוויי פונקטן.
א. דאס פרייטאג אינדערפרי טענצל האט מען נישט גערופן "מצוה טאנץ", בלויז דער טאנץ מוצ''ש נאכ'ן חתונה האט אזוי געהייסען.
ב. די מצוה טענצל פון מוצאי שבת וואס די ראשונים דערמאנען, איז פארגעקומען מוצאי שבת נאכ'ן חתונה.
און דאס אלעס איז קלאר אין מהרי"ל, [פילייכט האט איר אריינגעקוקט אין אן אלטע דרוק מהרי"ל, וואלט איר ווען אריינגעקוקט אין די נייע מהדורא פון מכון ירושלים וואס פארמאגט הוספות מכת''י, וואלט איר אלעס פארשטאנען.]
פריער דאס לשון פון מהרי"ל אין די אלטע מהדורא: כעלות השחר ביום הששי כו' ואז הוליך הרב החתן לפניו, יש מקומות שמנגנגין אז מחול המצוה מה שעושים במוצאי שבת אחר הבדלה.הוספה מכת"י: במדינת הריינוס במוצאי שבת דוקא, והמקומות עושין שנית במוצאי שבת.
איז דאך קלאר, דער מצוה טענצל איז פארגעקומען איבעראל מוצ"ש נאךדי חתונה [-"שנית" במוצאי שבת], נאר אין די "יש מקומות" האט מען צוגעלייגט א טאנץ ביום החתונה אינדערפרי, אבער דאס איז נישט געווען במקום די "מצוה" טאנץ, והא ראי' אום מוצאי שבת האבען זיי ווידער אמאל געפראוועט דער מחול המצוה, ומ"ש מהרי"ל יש מקומות שמנגנין אז מחול המצוה מה שעושים במוצ"ש, אין הכוונה אז די טענצל פרייטאג אינדערפרי האט מען גערופן "מחול המצוה". דער מהרי"ל וויל נאר אויס'משל'ן פאר בני מקומו וויאזוי אט דער טענצל פון די יש מקומות האט אויסגעזעהן, זאגט דער מהרי"ל אז דאס איז געווען אזא סארט טאנץ וואס מיר טאנצן ביי די מחול המצוה מוצ"ש, [דער "מחול המצוה" איז געווען אן אייגנארטיגן טאנץ עי' מנהגי וורמיישא], נישט אז דער טאנץ פרייטאג האט געהייסן מחול המצוה, וק"ל.