בלאט 1פון 3

מאראלישע און ריבית דילעמאס

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 1:11 am
דורך קרעמער
מאכט זיך אמאל, פון צייט צו צייט, אז איך צווייפל און קווענקל אויף א געוויסע אקט אדער טאט, בין איך גערעכט? האב איך ריכטיג געהאנדעלט? וואס וואלטן אנדערע געטאן אין אזא פאל? וואס איז די דעת תורה אדער אפילו - להבדיל - די דעת בעל הבית אין אזא מאמענט?

איין אזא ביישפיל האט זיך מיר היינט געמאכט, וועל איך עס מיט אייך אויסשמועסן:

א איד קומט צו מיר דעם פארגאנגענעם מיטוואך אווענט, עס איז געווען הארט פאר מעריב, ער וויל בארגן מיין גארטל ווייל ער איז א חיוב און ברויך צולויפן צום עמוד (איך האב אנגעהאט א ישיבה חאלאט וואס האט געהאט א גארטל, און איך דאווען דערין מפעם לפעם, דאס איז א באזונדערע שמועס, נישט אויף יעצט).

נאך מעריב, הילד איננו, איך זעה אים נישט אינעם גאנצן שוהל און אויפן גאס ארום, ער איז מיר נעלם געווארן ווי אין וואסער אריין.

די ערשטע זאך וואס איך האב געטאן ביים אנקומען אהיים איז געווען ארויסצונעמען אן אנדערן גארטל פון שענקל און דאס אריינלייגן אין קעשענע, כדי אז מארגן ביי מנחה (צו שחרית נוץ איך א גארטל וואס ליגט מיר אין טלית ותפילין זעקל) זאל איך נישט זיין 'חוזק אין די לענג - חוזק אין די ברייט' און ברויכן ארומזוכן א גארטל אדער - ח"ו - דאווענען אן א גארטל.

איך זאג נישט, די ערשטע גארטל איז אזא דינטשיגע (שיעור גער) און האלט זיך שיין צוזאמגעלייגט אין טעשל אנע פראבלעמען, ווידער די אנדערע וואס איך האב אריינגעלייגט איז שוין מער א הגר"ח נאה שיעור (נישט קיין שיעור חזון איש, ווי ביי שחרית, אבער עס האט די דיקקייט פון אן אגודל בערך), עס איז אביסל אומפראקטיש און אומבאקוועם, אבער עס איז נאך אלץ בעסער ווי דאווענען אן א גארטל, אדער ברויכן צוקומען צו די טובות פון א האלבע שטאט הארט פאר מנחה-מעריב.

לאמיר צוקומען צו די מעשה גופא - איך האלט אייך סתם אויף דא כאילו איר האלט אויך נאך א פעסטע קאווע ביים נאכט שיעור - אלזא, יעצט אויפדערנאכט, אור ליום דאנערשטאג ראה, פונקט א וואך נאכן פארבארגן די גארטל (לפנים משורת הדין... ווייל כידוע איז דאס פון די דריי זאכן וואס מען בארגט נישט אוועק), קומט דער איד צו מיט א פרישע גארטל, נאך איינגעהילט אין א גומי (ראבע"ר בלעז), און מיט א שמייכל קומט ער מיר אפגעבן א גארטל.

ער זאגט אזוי: איך בין געווען אין די בערג (קאנטר"י בלעז) אויף שבת, און זונטאג האב איך געגעבן דיין גארטל פאר איינעם וואס איז מאנטאג אריינגעקומען אין שטאט, אז ער זאל דיר עס אפגעבן, אבער דינסטאג האט ער מיר געזאגט אז ער האט דאס פארגעסן איבערצוגעבן, על כן האב איך היינט מיטוואך געקויפט א נייע גארטל! און דא האסטו עס!

איך האב עס איבערגענומען קווענקלדיגערהייט, ווייל - ווי נישט ווי - איך האב אים פארבארגט אן אויסגעריבן אלט גארטל, און דא קומט ער מיר באצאלן א פרישע גארטל, ובפרט אז מיין גארטל ליגט ביי איינעם וועמען איך קען גאר גוט, און יענער וועט עס מיר עווענטועל אפגעבן אי"ה, נו, פארוואס עפעס זאל איך צונעמען דאס גארטל? ענדערש וועל איך זיך ארומדרייען נאך א שטיקל צייט מיט די עטוואס-דיקערע גארטל, און דער טאג וועט אי"ה אנקומען וואס איך וועל זיך צוריקזען מיט מיין אלטן גארטל.

נאכן איבערנעמען דעם גארטל, האט מיר דאס געוויסנביסן אנגעהויבן געפערליך בייסן, אזש איך האב נישט געקענט אריינלייגן דעם גארטל צו מיר אין די קעשענע, איך האב זיך אויפגעהויבן פון פלאץ, צוגעגאנגען צום עמוד - וואו יענער איז שוין געשטאנען גרייט פארצודאווענען פארן עולם - געגעבן א לייג אראפ דאס גארטל אויפן עמוד זאגנדיג: איך קען דאס נישט צונעמען ביי דיר!



1. בין איך גערעכט דערמיט? איז דא א סיבה פארוואס איך זאל נישט נעמען ביי אים דאס גארטל?

2. וואס וואלט איר געטאן אין אזא פאל?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:02 am
דורך 3x0
איך וואלט נישט געוויסט וואס צו טון אין אזא פאל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:10 am
דורך שוועמל
בעפאר מען גייט אריין אין א טיפערן אויסשמועס, איז כדאי אינאכט צו נעמען אז די גאנצע גארטל איז די רעדע פון צוויי - צוויי אהאלב גאנצע דאלאר, איך גלייב אז נישט די נישטיגע סומע איז ביי אונזער באליבטן קרעמער'ן די געוויסן ביסן. נאר די מארראלישע חלק דערפון אזוי ווי ער אליינס האט באטאנט.

אלזא, דער געפיהל פון זיך ארומדרייען א וואך צייט אן א גארטל, וואס יענער האט געבארגט בלויז אויף פינף מינוט, און דו ביסט געווען ביי דער מיינונג אז גלייך דערויף באקומסטו עס צוריק. אט דער געפיהל האט יענער בא'עוול'ט. לפי דעתי איז דאס אויך ווערט צוויי דאלאר. דאס עגבערן און עגמת נפש אז דאס גארטל איז דא, נאר דו קענסט עס נישט באקומען צוליב אן אומפאראנטווארטליכע מענטש, איז ווערט א נייעם גארטל.

דאס וואס יענער איז דיין חבר מאכט נאר ערגער, וייל הלמאי דיין חבר און ניטאמאל דיך רופן אויפן טעלעפאן האט ער געקענט?


פאר די וואס ווייסן נישט:
דריי זאכן פארבארגט מען נישט; א קוואדער צו מאכן א טעלעפאן קאל, א פעדער אונטערצושרייבן א טשעק, א גארטל צו דאווענען מנחה.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:12 am
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
וועגען דעם האב אי צוויי גארטלעך אין מיין טאש

שוועמעל איך מיין אז וואס דו שרייבסט גייט שוין אריין אין ריבית.
(קען זיין אז איך מאך א מיסטעק ווייל מיין קאפ ארבעט שוין נישט [ס'איז דריי ביינאכט] )

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:13 am
דורך קרעמער
3x0 האט געשריבן: איך וואלט נישט געוויסט וואס צו טון אין אזא פאל.


A TYPICAL 3X0 MOMENT...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:19 am
דורך קרעמער
שוועמל;

מעסטערמיינד איז האלב גערעכט, ווייל לויט דיר, אז מען קען בעטן געלט פארן ווארטן, DUH דאס איז שכר המתנה! פון "אגר נטר" האסטו שוין געהערט? ריבית קצוצה!

עניוועי, על פי הלכה גלייב איך אבער אז ביי אונזער פאל איז נישטא קיין ריבית, ווייל עס איז געווען א "שאלה" נישט קיין "הלואה", אבער היות איך האב קנאפע ידיעות אין הלכות ריבית, וועל איך עס לאזן פאר די יודעי דבר, איך רעד טאקע נאר פונעם מאראלישן חלק דערפון, ווי ערווענט אינעם אריינפיר פונעם אשכול.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:22 am
דורך יאנאש
קרעמער;

טאמבס אפ צוויי מאל, איינס פאר'ן ארטיקל, באט נאך איינס פארן לעצטן תגובה.

יעצט וואס איך וואלט געטון, איך וואלט גענומען דאס גארטל, פשוט ער זאל זיך גוט שפירן (סכו"ס האט ער דאך געטון השתדלות מער ווי א צווייטער וואלט געטון). באט אזוי ווי עס איז א שאלה מאראליש עס צו נעמען, וואלט איך צושפאצירט צום אריינגאנג פונעם ביהמ"ד, געמאכט זיכער אז ער זעהט נישט, אריינגעווארפן דעם גארטל אינעם גארטל גמ"ח (איך בין זיכער אז דו דאווענסט אין א חסד ביהמ"ד), אריינשפאצירט אינעם נענסטן ספרים געשעפט פאר איך פארגעס, אין זיך געקויפט א שפאגל נייעם גארטל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:31 am
דורך קרעמער
אפשר וויל איך אז ער זאל זיך דייקא 'נישט' גוט שפירן? פאר די עגמת נפש וואס איך האב (קיינמאל קיין ערגערס) פון זיך ארומדרייען מיט אן אנגעבלאזענעם טאש פון דעם מיטלמעסיגן גארטל וואס איך שלעפ שוין ארום איבער א וואך צייט.

אגב, די שוהל וואו איך דאוון געווענליך פארמאגט - דערווייל, ליידער - נישט אזא סארט גמ"ח, ווען יא, וואלט די גאנצע מעשה זיך נישט אנגעהויבן, און דו וואלסט נישט געהאט קיין ארטיקל צו ליינען (...).

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:42 am
דורך יאנאש
סאו די ערשטע זזאך וואס דו זאלסט טון איז טוישן שוהל, כמיין ווי קומט דאס צו א קרעטשמע אידל צו דאווענען אין אזא שוהל, אדער נאך בעסער הייב אן א גמ"ח דארט, האסט דאך שוין מיט וואס אנצוהייבן.

און דאס וואס דו שרייבסט איבער די עגמת נפש וואס 'ער' האט דיר פאראורזאכט, איז אזוי קודם כל דארף מען וויסן אז קיינער קען דיר נישט פאראורזאכן קיין עגמת נפש, אלעס איז באשערט, צווייטנס, האב איך דאס טאקע שוין ארויסגעברענגט אויפן שפיץ גאפל (וועא"מ), די עגמת נפש איז שוין געווען א פאקט ווען דו האסט אים דאס געבארגט ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט אז א גארטל בארגט מען נישט, קומט אויס אז ווי נישט ווי האט ער זיך דאך מער אנגעשטרענגט ווי סיי ווער מיטן עס איבערגעבן פאר דיינס א באקאנטן, מיין איך אז עס קומט אים יא אביסל מיטגעפיל אין זיין אומאייגענעמען צושטאנד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:44 am
דורך פענסטער
אלעס פיין און וואויל, אויסער זזאך.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:46 am
דורך יאנאש
??

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 12:03 pm
דורך סאכדעס
יאנאש;
אויף די לעצטע תגובה פון פענסטער געב איך דיר א פשוט'ע עצה, קוק איבער דיין תגובה מיט ישוב הדעת, וועסטו שוין כאפן וואס ער מיינט.
פענסטער;
כ'דאנק דיר פארן מיר איבערנעמן מיט מיין שווערע ארבעט אויפצומערקן יעדן פרט ופרט.
קרעמער;
דו האסט געהאנדלט כמעט ריכטיג, אבער דא בין איך מיט יאנאש'ן אויף איין זייט, ער טענה'ט אז דו וואלסט געדארפט געבן דעם איד די געפיל אז ער האט דיר באצאלט, הגם ער האט דיר בעוולה'ט, אבער תורה'דיג מאראליש, איז דא אן ענין פון המעביר על מדותיו, דו דארפסט פארשטיין אז די זעלבע זאך קען פאסירן ביי דיר, און א מענטש איז נאר א מענטש.

אני כשלעצמי וואלט קיינמאל נישט געבארגט פאר קיינעם קיין גארטל, כ'וואלט עס איהם גלייך געגעבן, -אזוי ווי יאך פיר זיך ביי די אלע סארט זאכן וואס געווענדליך קומט עס נישט צוריק- און איך זאג יענעם, אז איך געב דיר עס, וועסטו וועלן זאלסטו מיר עס צוריק געבן, אויב נישט לוינט זיך מיר נישט אראפצוקומען נאכאמאל JUST פאר א גארטל אדער פען אדער קוואדער אדער אפילו דאלער.
די זעלבע זאך טוה איך ווען יאך נויטיג זיך אין אזא סארט זאך זאג איך קלאר פאר יענעם, איך נעם עס פון דיר, איך בארג נישט, ביסטע מסכים, נעמיך עס, אז נישט גיי איך צו א צווייטן. צוליב די זעלבע סיבה.
ווען איך פאר(בארג)געב אזא גארטל, גיי איך גלייך צו צום שמש אדער ספרים געשעפט, און איך קויף מיר א נייע גארטל, אויב יענער טרעפט מיר -א חודש אדער צוויי שפעטער- און ער וויל מיר דאס אפגעבן, נעם איך עס אן בספ"י, סאו יענער האט נישט קיין דאגה, איך אויך נישט, און זיכער וועט יענער דאס נישט קויפן א פרישע אויב פארלירט ער עס באיזה אופן שיהי', און ס'קומט אויס אז זה נהנה וזה נהנה.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 12:09 pm
דורך יאנאש
פענסטער;

דו פלאנסט ארויסצוקומען מיט א געדריקטן ספר הקרעטשמע, ווייל אויב יא מיין איך אז דו דארפסט פרעגן יעדן רשות פארדעם.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 12:33 pm
דורך קהל'ס נאר
קרעמער;

איך וואלט אים געגעבן דעם פינגער.

איך בין גאנץ זיכער אז דעם גארטל וועסטו מער קיינמאל נישט זען, במילא וואלסטו רואיג געקענט נעמען דאם גארטל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 1:58 pm
דורך איך_הער
נאך אזויפיל מיינונגען , איז שוין ערגעץ ארויס געברענגט געווארן , וואס איך וואלט געטוהן , אבער אז כעל נישט ענטפערן , וועט עס נישט אזוי פאסטן פאר (מיר)די קרעטשמע , אז ס'איז דא א ערענסטע ענין , און איך ברענג נישט ארויס מיין מיינונג , וועל איך עס יא זאגן ( שרייבן ) , איז אזוי די ערשטע זאך וועל איך קודם מוזן ענטפערן , די צווייטע קשיא , וואס וואלט איך געטוהן אין אזא פאל ? ווייל די קשיא קען ארויף גיין אויף די גאנצע מעשה , ווען איינער קומט צו מיר בארגן איינע פון די זאכן וואס מ'פירט זיך נישט צו בארגן , וואס דרך אגב האט שוועמעל שוין אויסגערעכנט וואס זיי זענען , ער האט אבער פארגעסן אויסצורעכענען , א קאר און א וו... , פראביר איך מיך ארויס צו דרייען אויף אלע אופנים , פשוט פאר איין סיבה , ווייל איך האב ליידער פון גארנישט איבעריג , געווענליך געלונגט עס , אויב וואלט אבער יענער אויך געהאט דעם כלל ביי זיך , אז געווענליך געלונגט עס , און זיין כלל האט גובר געווען מיין כלל , וואלט איך געטוהן דאס וואס יאנאש האט פארגעשלאגן , עס גענומען און אריינגעלייגט ביי די גמ"ח גארטלעך פושקע , אויף די ערשטע קשיא צו די ביסט גערעכט דערמיט ? צו ס'איז דא עפעס א סיבה פארוואס נישט צו נעמען די גארטל ? איז אזוי מיין מיינונג איז אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פאר וואס נישט צו נעמען דאס גארטל , אויב דו פילסט עס סתם אלץ א שלעכטע פילינג אז דו נעמסט יענעם'ס א זאך , מאך אפ , אפילו דו האסט נישט קיין גמ"ח פושקע , אז דו האלטס עס אין טאש ביז ס'וועט דיר אונטער קומען נאך אזא מעשה און דו וועסט עס יענעם בארגן ( געבן ) בלב שלם , און אין איינוועגס , מזכה געווען א מצוה פאר דעם איד ( דער ערשטער לוה ) .

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:32 pm
דורך קרעמער
איך האב אזוי הנאה פון אלע מגיבים, אז קומענדיגע מאל קלער איך טאקע יא צו פארבארגן מיין גארטל פאר א איד וואס קומט עס בעטן... אפשר וועט געשען אזא מעשה (איך וויצל זיך נאר, די מעשה איז א מעשה שהיה, ביי מיר האט עס פאסירט).

סאכדעס;

פון בארגן פאר יענעם א גארטל און נישט צוריקבאקומען, ווערט מען נאך נישט מגולגל (ליין איבער דיין תגובה מלה במלה וועסטו אפשר כאפן וואס איך מיין).

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:01 pm
דורך סאכדעס
כ'פארשטיי זייער גוט וואס דו מיינסט, אבער פארוואס זאגסטו אזוי? אויב דארף ער עס אפגעבן, וועליך דאך דאס דארפן קומען נעמן. ניין?

כעל פרעגן דעם דאיען, ער טוט דאך אין די קליינע אותיות, עפשער וועט ער מיר זאגן. אבער אזוי מייניך ביז היינט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:10 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער האט געשריבן: אגב, די שוהל וואו איך דאוון געווענליך פארמאגט - דערווייל, ליידער - נישט אזא סארט גמ"ח, ווען יא, וואלט די גאנצע מעשה זיך נישט אנגעהויבן, און דו וואלסט נישט געהאט קיין ארטיקל צו ליינען (...).


לויט ווי כ'דענק, האט די רבי ז"ל נישט געלאזט אריינטרעטן אין אזא שוהל.

חוץ דעם וואס איך האב דיר שוין נישט איינמאל געזען ארויסקומען פון ביהמ"ד אויף איסט סייט.

אוקיי?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:22 pm
דורך יאנאש
גרויזאמער;

לא ראיתי אין ראיה.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:25 pm
דורך סאכדעס
יאנאש האט געשריבן: גרויזאמער;

לא ראיתי אין ראיה.

יאנאש דו האסט געטראכט פאר דו האסט געפאוסט? ער זאגט דאך אז ער האט איהם "יא" געזעהן ארויסקומען פון די שוהל דארט אויף איסט סייד.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:27 pm
דורך יאנאש
יו עס איז בושות.

איך מיין אז די וואך שרייב איך מער נישט, פשוט עס איז נישט מיין וואך ווי יענער זאגט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:42 pm
דורך סאכדעס
יאנאש זאג מיר נישט אז דו האסט געהאט נאך דורכפעלער די וואך.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:49 pm
דורך יאנאש
דענקסט נישט אז איך האב געשריבן זזאך און ווער ווייס וואס נאך.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 3:58 pm
דורך סאכדעס
נו פארוואזשע שרייבסטעס נישט ביין דורכפעלער טישל?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:04 pm
דורך יאנאש
עס איז דאך זאכן וואס יעדער קען אליינס זעהן.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: