נשמות בחתונה
קומען זיי אראפ צי אלע דורות?
איז דא תנאים דערצו?
רבי'ס אויך?
קינדער פונעם פארפאלק?
קענען משתתפים מעורר רחמים זיין ביי די צדיקים?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מאקאווער האט געשריבן: אינעם רמ"ק אויפן זוהר דארט אנפאנג פ' פנחס זאגט אז אויך ביי א ברית שיקט מען אויך אראפ
כגעדענק נישט יעצט אויפן פלאץ אבער כהאב שוין געזען פריערדיגע קראנטע מקורות אין ספרים הקדושים אז יא טאקע ביי יעדע עידן חדוותא איז מען מודיע פאר די נשמות אין עולם העליון און זיי קומען זיך דא מיטפרייען
איבער חתונה שטייט אז די נשמה בלייבט דא ביזן לעצטע שבע ברכות
אויף אלעם איז דא מקורות כהאב עס נישט יעצט צו די האנט אבער אי"ה לכשאפנה וועל איך בל"נ ארונטער ברענגען די מקורות
אגב ביים מעמד פון התייסדות קרן הצלה האט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל מיט גרויס התרגשות געזאגט אז די אבות געפונען זיך יעצט דא
סתם אזוי האט געשריבן: לעניות דעתי איז דעס ענין אביסעלע אריבער די גבולים, ס'איז געווארן אביסל 'טא מאטש', וואס מיין איך צו זאגן? אין זוה"ק שטייט אפשר וועגן א חתונה [ההוא חדוה], דאס מיינט נאכנישט אז ביי יעדע איבעראשנדע גרויסע מעמד פון די פארטיי מוזן אויך די צדיקים אראפקומען,
.
שפרו מעשיכם האט געשריבן: יסוד ושורש העבודה שער הכולל פרק טו
מענטשאלע האט געשריבן: דא האט איר פון א גרויסן רב (נישט קיין חסידישער רבי) וואס שרייבט אויך אזוי, דרך אגב דעם ווארט האט ער געזאגט ווען ער האט געפירט זיין זון הגאון הצדיק רבי ישראל משה דושינסקיא זצוק"ל צו די חופה, און אויסגעפירט 'מיר שפירן דאס' אזוי האבן דערציילט תלמידים וואס זענען געווען אנוועזנד
פעלעד האט געשריבן:מענטשאלע האט געשריבן: דא האט איר פון א גרויסן רב (נישט קיין חסידישער רבי) וואס שרייבט אויך אזוי, דרך אגב דעם ווארט האט ער געזאגט ווען ער האט געפירט זיין זון הגאון הצדיק רבי ישראל משה דושינסקיא זצוק"ל צו די חופה, און אויסגעפירט 'מיר שפירן דאס' אזוי האבן דערציילט תלמידים וואס זענען געווען אנוועזנד
וויאזוי פארגרעסער איך דעם בילד פון ספר מהרי"ץ וואס האסט צוגעשטעלט?
איך דריק אויף דעם און ס'געשענט גארניש.
שפרו מעשיכם האט געשריבן: אבער וואו איז די מקור [חוץ יואלי לעבאוויטש] אז מ'ברענגט אויך די נשמות וואס דארפן געבוירן ווערן פון דער זיווג?