נאך אפאר וואכן ווארטן, האב איך פיינעלי היינט געהאט א מיטינג מיט איינער וואס לפי וואס מענטשן האבן מיר געזאגט וועט ער מיר העלפן אויף א געוויסע גאר וויכטיגע זאך, ער האט מיר אויפגענומען זייער ווארעם, און מיט א גרויסע שמייכל געזאגט ניין אויף א' ב', א דריטל יא אויף ג', ניין אויף ד', און א פערטל יא אויף ה', א גראבע ניין אויף ו' און א לאכעדיגע ניין אויף ז'!!!! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!
און עקסטער דאנק איך דיר באשעפער אז איך שרייב יעצט דיע ווערטער! דוד המלך שרייבט 'האמנתי כי אדבר' איך האב אמונה דורך דעם וואס איך רעד עס איבער און איבער נאכאמאל און נאכאמאל! דער באשעפער וויל מיין גוטס מער ווי איך קען זיך פארשטעלן! איך בין ארויס פון דארט שוואך, מיט א געפיל אז איך פאל יעצט אריין אין בעט פאר אפאר טאג, אבער ב"ה מ'דאנקט און מ'דאנקט ווידער און ווידער ביז מ'גלייבט!
ערגעץ דא אויפן וועלטל האב איך געליינט אז א איד פארציילט, ער האט פארקויפט א בניין פאר 20 מיליאן וואס ער האט געקויפט פאר א האלבע מיליאן. און דו ווייסט? בזמנו איז די גאנצע גאס דארט געווען אויף סעיל פאר פעני"ס.... דו ווייסט וויפול געלט איך וואלט היינט געהאט אויב קויף איך ווען נאך?
א מעשה וואס כ'האב געהערט ערשט האנטיג (דער מדובר איז דער חברותא פון מיין חברותא!) א פשוטער כולל אינגערמאן האט זיך מקבל געווען צו מקבל זיין שבת ביי חצות מיט די גאנצע משפחה! אנפאנג איז עס געווען גאנץ געשמאק, די קינדער זענען אהיים געקומען 10:00 פון חיידר, מ'האט זיך געוואשן, אנגעטון שבת'דיג און געגאנגען אין ביהמ"ד... אהה מעין עולם הבא!
פארשטייט זיך יענער בחור האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האט זיך אנגעפאנגן נסיונות, איין וואך גרינגער און איין וואך שווערער... ביז ס'געקומען איין מאל וואס זיי האבן געהאט א שמחה אין א צווייטע שטאט, פארשטייט זיך אז אין חדר גייט מען נישט אין אזא טאג, מ'דארף שוין זיין אויפ'ן באס 10:00.... מה עשה הקב"ה? מ'האט פארשפעטיגט דעם באס! ביז וואס ווען וואו איז אויסגעקומען אז אפילו מ'באשטעלט יעצט א טעקסי וועט מען שוין אנקומען נאך חצות.... די נסיונות זענען געווען איבערמענטשליך, זו שרייט לאמיר מאכן התרת נדרים... און... ב"ה זיי זענען בייגעשטאנען די נסיון, געגאנגען זוכן אוואו צו עסן סעודות שבת און געפראוועט א פרייליכן שבת!
א קורצע תקופה שפעטער קומט צו צו אים א פארמעגליכער איד און זאגט אים 'היות איך האב יעצט א גרויסע סומע געלט אין די זייט, און איך ווייס אז דו האסט א פיצקעלע דירה, וויל איך דיר עס פארבארגען און דו זאלסט צו בויען צו דיין דירה...' דער אינגערמאן ווערט הייס און קאלט 'וואס הייסט? אםםם... איך... עעעעה.... ווי אזוי וועל איך דיר צוריק צאלן? וכו'?' זאגט אים דער איד 'נישט געזארגט, לכשירחיב!' שוין, אומר ועושה, מ'האט געבויעט און געבויעט, און געבויעט ... און געבויעט.... פתום ורעמסס... פון א 3 צימער דירה איז געווארן א ריזיגע ריזיגע אמעריקאנע-פרייוועט-האום-סטייל דירה, א ריייזיייגגגע קיך, נאך א גרעסערע דיינינ"ג רום (לכש"ק...) פילע שלאף צימערן פול מיט אלע באקוועמליכקייטן וכו' וכו' פלאאאאס אפאר קליינע (סטודיו) דירה'לעך צו פארדינגען! שטעלט זיך ארויס אז די גרויסע סומע איז געווען אן אסטראנאמישער סומע.... פון די הכנסה פון די דירות צאלט ער צוריק מסודר'דיגע אפצאלונגען פאר'ן מלווה, און ס'בלייבט נאך אפילו אביסל פאר אים. וויכטיג צו באמערקן, אז ער האט נישט ארויסגענומען קיין איין פערמיט צו בויען, און אלע שכנים האבן מסכים געווען....
ער זאגט ס'איז אינמיטן שטאט גאר הויעך, און מ'זעט דעם גאנצן געביידע פון אסאך גאסן ארום, ער האט מיר געלאדענט צו קומען אויף א באזוך פון אינעווייניג, בל"נ וועל איך מודיע זיין 'בעיניי ראיתי'...
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
ר' אברהם גניחובסקי קיבל סכום עצום בירושה, ואנשים החתימו אותו על כל מיני דברים, ובסוף נשאר ללא הכסף... דאג לתמוך גם בכאלה שנישלו אותו מנכסיו, כי הרי הם לא אשמים... שמעתי מאחד הדיינים, שבדין תורה, ר' אברהם (התובע), הסביר בטוב טעם את צד הנתבעים, הביא מכל החושן משפט למה הצדק עמהם. הדיין אמר שעוד לא ראה דבר כזה, ולא רצה יותר לשבת על כס הרבנות. סיפר פ"א שרק ע"י שאיבד את כספו זכה למה שזכה, וכי אם היה לומד תוספות אחת פחות בגלל עסקי הממון לא היה שווה כל הון, והרי הייתי בוודאי לומד הרבה פחות אם הייתי עסוק ב'ביזנעס'... אבל אפילו על תוספות אחת ואפילו אם הייתי נשאר ב'צריך עיון' היה שווה לאבד כל הממון. תמיד הודה להשי"ת על זה.
וואס מיינט איר? חנה ושבעת בניה איז עפעס געווארן אין איין מינוט? הרי ברור שקדם לזה הרבה הרבה הכנה, וכי ילדים קטנים שראו איך אחיהם נשחטים לעיניהם רח"ל עומדים בזה? הרי בוודאי אמם הצדקת הכינה אותם שנים רבות לעמוד על נפשם למען קדושת שמו יתברך.
רבי ר' מיילך טייטשט להזהיר גדולים על הקטנים, אריין שיינען ביי די לעכטיגע מינוטן אויף די צייטן פון קטנות.
מ'דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו ווען מ'האלט חלילה אינמיטן א נפילה, אפילו וואס מ'האט זיך אריין געלייגט בידיים, קען מען זיך געבן א כאפ מיט א שמחה!
די מסעות וואס א מענטש גייט אריבער איז א חסד ה' - וועגן דעם האט א רשע, א נידריגער, מער נסיונות - ח"ו נישט אים אראפ צו ווארפן - נאר אים אויף צו הייבן אלץ העכער.
אמאל פאר א מוצלח איז יא דא אזא עניין לטובתו אים צו געבן א ירידה. חת"ס בהר (שערי תשובה פ"ח) כי לפעמים מועיל לצדיק עבירה א' יותר מכל מצוותיו שעשה כל ימיו שע"י אותו החטא קונה כניעה ושפלות בנפשו.
הבעל התניא - הגם שהיו לו מלחמות עם נפאליאן - הפליא מאוד איך שחייליו יוצאים למלחמה עם מארש, והיה שר ככה בימים נוראים. הרבה יהודים עברו ככה את סיביר. מיט א שמחה!
אמאל האט א רב געוואלט מאכן א ח' ר' אויף די עדה"ח, האט ער געמאכט אן אסיפה מיט אסאך רבנים, ביניהם דער טשעבינער רב, און נאך וואס יענער רב האט פארגעלייגט די טענות, האט דער טשעבינער רב געבעטן הרה"ח ר' חיים לייב זאל יענעם ענטפערן, האט ער געזאגט, וואס איז די וויכטיגסטע זאך אין א מאשין (קאר)? די ברעיק"ס... ס'קען פליען ווי שנעל דו ווילסט, אבער גוטע ברעיק"ס מוז עס האבן. אונז קענען טאקע בויען ישיבות וכו' אבער זיי זענען די ברעיק"ס.... מ'דארף זיין קלוג צו מאכן שלום.
ר' אברהם יאראוויטש זי"ע אמר על 2 מיני אנשים העולם עומד. 1. על בעל תשובה שמגיע ממשפחה חילונית מסודרת, ויודע שנכנס עכשיו להיות סוג ב' או ג' אצל החרדים, לא רוצים לקבלו לקהילה, לחיידר ולישיבה, לשידוכים וכו' ועם כל זה עוזב את הבלי עולם הזה. 2. בחור שעושה תשובה בינו לבין קונו, קיינער גייט פון דעם נישט וויסן, זיין נאמען אין גאס איז שוין.... אבער דאס הייסט בלתי לה' לבדו!
אבער נאר מיט שמחה ואמונה.
אין פרי ישע אהרן שטייט, אז ער האט זיך מתבונן געווען בתלמידיו של ר' אהרן הגדול, און נישט די תענוג איז געווען שי עבודה, נאר דייקא די 'זיך ברעכן' איז געווען די עבודה. ביז זיי האבן זוכה געווען צו שפירן א טעם אין די 'זיך ברעכן'. דייקא כשאין טעם זה מתנה מהשי"ת וזה התיקון שלו עכשיו, לאז פארן רבוש"ע מחליט זיין ווען דו זאלסט באקומען א טעם אין די עבודה.
ר' שלום שבדרון האט מחזיר געווען בתשובה פולע בחורים'לעך, איינמאל האבן זיי געהאט א שאלה וועגן שפילן באלל שבת, האבן זיי אים מסביר געווען אז מ'ווארפט אריין די באלל אין אזא קארב וואס הענגט אין די הייעך, האט ער געפרעגט, וואס איז די פראבלעם? ווארפטס עס אריין ערב שבת און שוין. האבן זיי זיך גענומען לאכן, עההה דער רב פארשטייט נישט, די גאנצע פאן/תענוג איז ווען ס'דא מענטשן וואס שטערן, און עם כל זה איז מען מצליח. האט ער זיך צופלאמט: איך פארשטיי נישט??? איר פארשטייט נישט! זאגט נאכאמאל איבער וואס איר האט געזאגט! די תענוג איז דייקא ווען ס'דא מניעות און מ'קומט עס איבער!!!
וואלטסט געוואלט האבן 20 קינדער? ערליכע, געזונטע וכו'? אבער ס'שווער? די חבלי לידה, די אויפצוען, ברענגען אין חדר, מחנך זיין, קאסט געלט וכו' נו? אפשר געב איך דיר 20 קינדער, אבער זיי וועלן געבוירן ווערן ביי א צווייטן, און ביי די 70 וועסטו זיך פליצלונג טרעפן מיט דורות ישרים ומבורכים? אההה דו ביסט גרייט זיך צו מוטשענען.... די שאלה איז נאר אויף וואס.... אההההה.... זיך מוטשען אויף עבודתו יתברך 'מיט השי"ת', דאס הייסט להתענג על ה'.
החזו"א שאל האיך נכתבה מגילת איכה, הרי אין הנביאה שורה אלא מתוך שמחה, וענה, היעלה על דעתך שאמר זאת בעצבות? הגיע לדרגות של שמחה עד שזכה לכתוב איכה.
ווי לאנג א מענטש פרייט זיך נאך נישט מיט די שוועריקייטן, האט ער נאך נישט געכאפט די נקודה. דער מאו"ע שרייבט: בה' אהלל דבר באלוקים אהלל דבר, מיט מידת הרחמים, און מיט מידת אלוקים דאנק איך די זעלבע.
דאנקן אלס א פאטענט צו באקומען ישועות? נו נו, אויך גוט. אבער דאנקן מיט אמונה!!! ווייל איך גלייב אז נאר דער רבוש"ע ווייסט וואס איז גוט פאר מיר! און וויפול איך זאל פרובירן זיך צו מאכן גוטס קען איך גארנישט.
איך זוך שוין אפאר וואכן איינער זאל מיר געבן א געוויסע סערוויס פאר א גוטן פרייז, היינט האב איך געוואלט פארמאכן מיט איינעם, אבער יענער האט נישט געענטפערט מיינע קאלל"ס.
פריערט בעט מיר א חבר איך זאל אים צופירן מיט די קאר קויפן ספעציעלע סארט לייכטער'ס. ווען מ'גייט אריין אין קאר, פרעגט ער מיר, ווילסט געלט פאר געז? זאג איך אים 'יא', לייגט ער אריין די האנט אין קעשענע, זאג איך אים, 'ניין! נישט (אביסל) פון דיר, איך וויל (אסאך) פון אונזער גרויסן טאטען'. ממש נעבן די געשעפט, זעה איך א איד, וואס טוט אין די ליין פון וואס איך דארף, אבער זיין נאמבער האב איך נישט געהאט, זאג איך אים וואס איך דארף, גיבט ער מיר גלייך א נאמבער פון איינער וואס טוט עס פאר$2,000(!!!) ביליגער.... ווערטער זענען איבעריג. גדול ה'! ווידער און ווידער. כ'האב מיר שטארק באדאנקט פאר מיין חבר, זאגט ער מיר, דו ווייסט פאר וועם איך האב געקויפט די לייכטער? איך צינד יעדן טאג א ליכטל פארן טאש'ער רבי זי"ע, פאר'ן קדושת יו"ט זי"ע און פאר ר' ישעי'לה קערעסטירער זי"ע.... אשרינו אז מיר האבן שייכות מיט צדיקים.
סייד נאו"ט 1: א מינוט שפעטער (בשעת איך האב נאך געווארט אין קאר פאר מיין חבר) האט מיר דער ערשטער צוריק גערופן אז ער איז געווען ביזי אגאנצן טאג.... סייד נאוט 2: דעם ווער איך האב געטראפן זאגט מיר, איך האב א מסודר'דיגע סדר היום, און ס'בכלל נישט מיין צייט צו זיין דא יעצט.
איך זוך שוין אפאר וואכן איינער זאל מיר געבן א געוויסע סערוויס פאר א גוטן פרייז, היינט האב איך געוואלט פארמאכן מיט איינעם, אבער יענער האט נישט געענטפערט מיינע קאלל"ס.
פריערט בעט מיר א חבר איך זאל אים צופירן מיט די קאר קויפן ספעציעלע סארט לייכטער'ס. ווען מ'גייט אריין אין קאר, פרעגט ער מיר, ווילסט געלט פאר געז? זאג איך אים 'יא', לייגט ער אריין די האנט אין קעשענע, זאג איך אים, 'ניין! נישט (אביסל) פון דיר, איך וויל (אסאך) פון אונזער גרויסן טאטען'. ממש נעבן די געשעפט, זעה איך א איד, וואס טוט אין די ליין פון וואס איך דארף, אבער זיין נאמבער האב איך נישט געהאט, זאג איך אים וואס איך דארף, גיבט ער מיר גלייך א נאמבער פון איינער וואס טוט עס פאר$2,000(!!!) ביליגער.... ווערטער זענען איבעריג. גדול ה'! ווידער און ווידער. כ'האב מיר שטארק באדאנקט פאר מיין חבר, זאגט ער מיר, דו ווייסט פאר וועם איך האב געקויפט די לייכטער? איך צינד יעדן טאג א ליכטל פארן טאש'ער רבי זי"ע, פאר'ן קדושת יו"ט זי"ע און פאר ר' ישעי'לה קערעסטירער זי"ע.... אשרינו אז מיר האבן שייכות מיט צדיקים.
סייד נאו"ט 1: א מינוט שפעטער (בשעת איך האב נאך געווארט אין קאר פאר מיין חבר) האט מיר דער ערשטער צוריק גערופן אז ער איז געווען ביזי אגאנצן טאג.... סייד נאוט 2: דעם ווער איך האב געטראפן זאגט מיר, איך האב א מסודר'דיגע סדר היום, און ס'בכלל נישט מיין צייט צו זיין דא יעצט.
Wow ס'מורא'דיג זיי ממשיך צעטיל קלעבער מיר האבון אזא הנאה פון דעם אשכול
פריערט געווען אין וויין געשעפט, איך בין משתדל קויפן געשמאקע טייערע וויין לכש"ק. איך בין שוין שולדיג דארט א גרעסערן סכום, בס"ד באצאל איך יעדן תקופה, האב איך אים געזאגט אז ס'שטייט 'לוו עליי ואני פורע' אבער דו ביסט נישט מחוייב צו זיין די מלווה, אויב איז דיר שווער וועל איך בארגן ביי א צווייטן און באצאלן, זאגט ער מיר: נעה, מיט דיר בין איך רואיג, דו שטרענגסט דיך איבער לכש"ק און דער באשעפער באצאלט.
מוצ"ש אין די ניין טעג ביי מלווה מלכה, האט זיך ר' איציקל (?, אדער ר' יענקעלע?) זי"ע פון פשעווארסק, אויפגעשטעלט, און אויסגערופן, ווער ס'עסט פלייש יעדן מלווה מלכה קען ממשיך זיין עסן אויך אין די ניין טעג, ווער נישט, זאל שוין די וואך אנהייבן!....