אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

מקען קיינמאל נישט וויסן וואס עס באהאלט זיך אינטער א פשוטע צעטל קלעבער.............
טענק"ס סא"ו מאט"ש
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מיין באליבטע דראון האט געשריבן:
מקען קיינמאל נישט וויסן וואס עס באהאלט זיך אינטער א פשוטע צעטל קלעבער.............
טענק"ס סא"ו מאט"ש
וואווו! א ווארעמען דאנק אייך!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

איינער געדענקט נאך די 'קאראנע'?

ווען די זאך האט זיך אנגעפאנגען האט ר' אהרן פון ניו יארק געוויילט אין א"י אויף חודש תשרי, ווען ערב סוכות באקומט ער א טעלעפאון קאלל פון זיין טרעוועל עידזשענט אז מ'פארמאכט די הימלען, און ער קען מעגליך בלייבן שטעקן פאר א לענגערע צייט, האט ר' אהרן אים געבעטן אים צו ערלעדיגן טיקעטס, זאגט אים דער עידזשענט אז מרוב בהלה זענען שוין אלע פלייטס פול, אבער ער קען האבן טיקעטס קיין לאס אנזשעלעס אויף חוה"מ און פון דארט וועט ער האבן א קאנעקטינג פלייט קיין ניו יארק. פיין, געשלאסן.

חוה"מ סוכות, אפאר שעה פאר הושענא רבה, לאנדעט ר' אהרן אין לאס אנזשעלעס, און צו זיין גרויס באדויער געפונט ער אויס אז די פלייט קיין ניו יארק איז געקענסעלט, און ער האט נישט קיין וועג אנצוקומען קיין ניו יארק פאר שמח"ת.
שוין, גם זו לטובה! מ'האט געטראפן א פלאץ איינצושטיין נעבן עפעס א ביהמ"ד מיט א מניין, ס'וועט נישט זיין אין די סביבה וואס ער איז געוואוינט, אבער כאטש וועט מען וויילן מיט אידן.

שמח"ת ביי די הקפות באמערקט ער אן אינטערסאנטער זאך, א גאר אלטער איד, העכער 80 זיכער, טאנצט און שפרונגט גאנץ יו"ט ווי א אינגער בחור.
ר' אהרן האט געכאפט א שמועס מיט אים, און געהערט א שטוינענדע מעשה, און ער זאגט די גאנצע עגמ"נ האט זיך געלוינט, ווייל נאר יעצט האט ער געכאפט די כח פון 'שמחה'....

דערציילט דער עלטערער, איך בין געווען א אינגע בחור אין געטא, און די חיות האבן זיך געדרייט צעלאזטערהייט אויף די גאסן, שמח"ת ביינאכט האב איך מיט א החלטה פון מסי"נ מחליט געווען צו גיין זיך טרעפן מיט א מניין אידן, מסי"נ מיינט מסי"נ! בלויז גיין אין גאס האט געקענט מיינען א קויל אין קאפ!

אזוי גייענדיג, הער איך פליצלונג יאמערליכע קולות, איך גיי נאך די קול, זעה איך ווי איינע פון די רשעים שטייט איבער אן איד, און געט אים מערדערליכע מכות רח"ל, ס'האט מיר אנגעכאפט א דרייסטקייט, איך האב אויף געהויבן עפעס א הארטן חפץ, און שטילערהייט זיך צוגעגליטשט צום רשע פון הינטן, אים דערלאנגט א גוטן זעץ אין קאפ, אז ס'האט אים גענומען א רגע צו קומען צו זיך, דער צווייטער איד האט אויסגעניצט דעם געלעגענהייט און אונז האבן זיך גענומען לויפן.

ב"ה יענער איז געראטעוועט געווארן, אבער איך האב נישט געקענט אזוי גוט לויפן און ביז א קורצע צייט האט מיר דער רשע ימ"ש דעריאגט, ער כאפט מיר אן ביים האלז און דינערט אויף מיר 'דו ווייסט וואס דו האסט יעצט געטון??? נעם דיך גראבן דא אין די ערד, ווייל דא איז דיין באגרעבעניש'!!! ער האט געשוימט פון כעס פאכענדיג מיטן ביקס.
מיר האט אבער אנגעכאפט עפעס א רוח טהרה, וואס הייסט? איך האב דאך יעצט געראטעוועט אן אידיש קינד! האב איך געקלערט צו מיר, הרג'ענען וועט ער מיר דאך סייווי רח"ל, איז לאמיר כאטש טון די מצוות היום. און אזוי אינמיטן געטא מיט א ביקס צו מיין קאפ האב איך זיך גענומען זינגען, טאנצען און פאטשען מיט די הענט....

דער רשע איז נאך געווארן מער אויפגעברויזט. 'דו ווילסט שטארבן?! אזוי?! איך וועל דיר דאס נישט נאך געבן! דו קומסט יעצט מיט מיר, און איך וועל דיר האלטן פארשפארט און פייניגן יעדן טאג מיט די ערגסטע' רח"ל
אזוי האט ער מיר גענומען שלעפ ביים קארג, און ערגעץ ווי ביי די קליינע געסעלעך, וואס איך - זייענדיג א היגער - האב געקענט אסאך בעסער ווי אים, האב איך זיך געגעבן א רייס ארויס פון זיינע הענט, און אנגעפאנגען לויפן אין די קליינע הינטער וועגן, ביז איך האב אים שוין נישט געהערט....

איז זאג דו מיר, ווי קען איך נישט טאנצן בכל כחי????
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow קומט מיט נייע גיטע מעשיות
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
Wow קומט מיט נייע גיטע מעשיות
נא..
ער אידעך א צעטל קלעבער, לייענט ער די אלע צעטליך....
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

wow unbelievable
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9319
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Massive
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

זושא צוקער האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:
Wow קומט מיט נייע גיטע מעשיות
נא..
ער אידעך א צעטל קלעבער, לייענט ער די אלע צעטליך....
פאלקאוויטש123 האט געשריבן:
wow unbelievable
מטעמים האט געשריבן:
Massive
ש'כויח אייך אלע
איך האב עס טאקע געליינט אין איינע פון די עלונים שמח"ת...
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א יישר כח פאר די מעשה
איך האב דאס נישט געליינט אין די עלונים, נאר יעצט דא

והנקודה חזקה ביותר בה

שטארק שטארק!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שמו האט געשריבן:
א יישר כח פאר די מעשה
איך האב דאס נישט געליינט אין די עלונים, נאר יעצט דא

והנקודה חזקה ביותר בה

שטארק שטארק!!!
יישר כחכם!

א פרייליכן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow
יישר כח הרב צעטיל קלעבער
איר האט געוואלדיגע גיטע ווארע
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

Haklal האט געשריבן:
Wow wow
יישר כח הרב צעטיל קלעבער
איר האט געוואלדיגע גיטע ווארע
א דאנק! ס'געט כח צו שרייבן ווייטער. ס'נעמט מיר בערך א האלבע שעה צו שרייבן אזא מעשה...
אבער אויב האבן אידן הנאה באקומט מען פרישע כוחות.
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

איך האב זייער הנאה געהאט, כרגע גיי איך דורך א מצב, און דעס געט צי א געוואלדיגע חיזוק
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מי הוא זה האט געשריבן:
איך האב זייער הנאה געהאט, כרגע גיי איך דורך א מצב, און דעס געט צי א געוואלדיגע חיזוק
ש'כויח
זאל דיר דער באשעפער אויפלייכטן בתוך כלל ישראל!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אויב מעג איך,
א קליין בקשה צו די חשוב'ע חברים:

היות - ווי באוואוסט - איז דער עולם די טעג אסאך פארנומען דמיון'ען וואס מ'גייט טון מיט די געלט, און ס'שטייט אז אויב איינער האט געוואלט טון א מצווה ווערט עס פאררעכענט כאילו ער האט עס טאקע געטון, וויל איך בעטן דעם עולם מרבה זיין זכותים פאר כלל ישראל, און טראכטן אויף ווי מער מצוות.

לדוגמא: אז דו זיצט אין דיין נייע שיינע ריזיגע הויז, טראכט ווי ס'קומען דארט אלע סארט עניים, און דו נעמסט זיי אויף העפליך, דו הערסט יעדעם אויס געשמאק און מיט געפיל, און די געסט פאר יעדן צוועק, ספעציעל פאר אזאלכע וואס דו קענסט נישט סובל זיין, ווי ס'שטייט אין תנא דבי אליהו, אז די גרעסטע מצוות צדקה איז צו געבן פאר דיין גרעסטן שונא.

אז דו פארברענגסט אויף דיין יאכט, טראכט ווי דו מאכסט דארט שמחות פאר אלמנות, יתומים און עניים וכו'

בוי בניינים אויף הכנסת אורחים אין יעדן אידישן געגנט איבער די וועלט.

בוי מקוואות ווי אימער ס'נאר פארהאן אפילו איין אידישע משפחה.
.
עפן אויף א וויליאמסבורג-בארא פארק באס, מיט באקוועמע נייע באסעס פריי פון אפצאל.

באצאל פאר אלע שרייבער/אחראים/מנהלים אויף אייוועלט.

מאך מחיצות אין אלע פלעצער וואס דו קענסט, גיב ארויס ספרים וואס פעלט זיך אויס וכו' וכו' וכו'

טייל שטריימלעך אהן קיין קרוין, וואס וועגט גארנישט, פאר גאנץ כלל ישראל.

וכו' וכו' וכו' וכו'
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

צעטל קלעבער האט געשריבן:

מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
טייל שטריימלעך אהן קיין קרוין, וואס וועגט גארנישט, פאר גאנץ כלל ישראל.

וכו' וכו' וכו' וכו'
דאס א שטארקע מצוה....
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

צדיקים טייטשן: רש"י הק' אין פר' וירא זאגט אז אלע השקפות זענען נישט גוט - אויסער 'השקיפה ממעון קדשך' וואס הייסט טיילן עסן פאר עניים וואס דאס דרייט איבער דין אויף רחמים וחסדים!
אוועטאר
זושא פון לייפציג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:37 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא פון לייפציג »

גע'הערט א טייער ווארט.

די מעשה פון נח מיט זיין תיבה איז אביסל אונטערסאנט.
די אויבערשטער האט געבעטן נח צו בויען זיין תיבה. פארוואס? אזוי אז די דור זאל תשובה טוהן. נח קלאפט נאגל נאך נאגל און די עולם לאכט זיך אויס!
א'קוציר די מבול קומט אן און די וועלט ווערט חרוב.
טראכט אריין א מינוט, דאס איז א מעשה וואס די תורה וואלט נישט געדארפט שרייבען.
די אויבערשטער בעט נח צו בויען זיין תיבה און אפי' איינער האט נישט תשובה טוהן?!?!

נאר די תורה וויל אונז לאזן הערן א מורא'דיג מוסר השכל:

אפאר פרשת שפעטער זעהט מען ווי אברהם אבינו האט אן "אויפע"ן הייז", ווער עס וויל א פעטע סעודה ווייס ווי צו גיין. ער סערוויט צינג, עוגות. און די עולם פרעגט מי ברא את אלה? ווער האט דאס אלעס באשאפען?

ענפערט אברהם אבינו עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט די וועלט אין ער איז הזן ומפרנס כל חי.

פירט יענע אויס:

ווילסט פארשפרייטן אידישקייט ווילסט ברענגן מענטשן נעהנטער צום אויבערשטע'ן?

די סטראשע וועג ארבעט נישט, אזוי ווי מען זעהט ביי נח, אפי' איינער האט נישט תשובה טוהן אין אנערקענט אז עס דא א באשעפער אויף די וועלט.

נאר טוה וואס אברהם אבינו האט געטוהן מאך א פארברענג, ברענג ארויס צינג, יאפצי'ק, עוגות, און געב עס מיט די גאנצע הארץ. דאן קענסטו זאגן מאך א נאך-ברכה צום בורא עולם.
אין פארשפרייטן די אויבערשטענס נאמען.

אין פארדעם שרייבט די תורה ביידע מעשיות.
מען לעבט נאר איין מאל! מען שטארבט נאר איין מאל, לעבן לעבט מען א יעדע סקונדע!
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זושא פון לייפציג האט געשריבן:
גע'הערט א טייער ווארט.

די מעשה פון נח מיט זיין תיבה איז אביסל אונטערסאנט.
די אויבערשטער האט געבעטן נח צו בויען זיין תיבה. פארוואס? אזוי אז די דור זאל תשובה טוהן. נח קלאפט נאגל נאך נאגל און די עולם לאכט זיך אויס!
א'קוציר די מבול קומט אן און די וועלט ווערט חרוב.
טראכט אריין א מינוט, דאס איז א מעשה וואס די תורה וואלט נישט געדארפט שרייבען.
די אויבערשטער בעט נח צו בויען זיין תיבה און אפי' איינער האט נישט תשובה טוהן?!?!

נאר די תורה וויל אונז לאזן הערן א מורא'דיג מוסר השכל:

אפאר פרשת שפעטער זעהט מען ווי אברהם אבינו האט אן "אויפע"ן הייז", ווער עס וויל א פעטע סעודה ווייס ווי צו גיין. ער סערוויט צינג, עוגות. און די עולם פרעגט מי ברא את אלה? ווער האט דאס אלעס באשאפען?

ענפערט אברהם אבינו עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט די וועלט אין ער איז הזן ומפרנס כל חי.

פירט יענע אויס:

ווילסט פארשפרייטן אידישקייט ווילסט ברענגן מענטשן נעהנטער צום אויבערשטע'ן?

די סטראשע וועג ארבעט נישט, אזוי ווי מען זעהט ביי נח, אפי' איינער האט נישט תשובה טוהן אין אנערקענט אז עס דא א באשעפער אויף די וועלט.

נאר טוה וואס אברהם אבינו האט געטוהן מאך א פארברענג, ברענג ארויס צינג, יאפצי'ק, עוגות, און געב עס מיט די גאנצע הארץ. דאן קענסטו זאגן מאך א נאך-ברכה צום בורא עולם.
אין פארשפרייטן די אויבערשטענס נאמען.

אין פארדעם שרייבט די תורה ביידע מעשיות.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

זושא פון לייפציג האט געשריבן:
גע'הערט א טייער ווארט.

טייער!!!
זייער זייער גוט!
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

WOW שיינע געדאנקען, און גוטע חיזוק.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוי אוי אוי הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קוינו לך! שפעטער פאנגט דער זינגער אן 'אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך מטהר את ישראל' - איין רגע! דו גלייכסט צו דעם באשעפער כביכול צו די מקוה? א נברא וואס ער אליינס האט באשאפן!!!!????? אפשר זאג מה הקב"ה מטהר את ישראל אף המקוה וכו'??? זאגט ר' שלמ'קה זוועהילער זי"ע: אזוי ווי די מקוה נעמט דיר אויף מיט שמחה יעדע מאל דו קומסט זיך מטהר זיין, ער פרעגט דיר נישט 'ר' איד ביסט דאך פאר צוויי שעה צוריק דא געווען'??? שוין ווידער האסטו אנגעכאפט עפעס א שרץ רח"ל??? נאר ער פרייט זיך באמת יעדעס מאל וואס ער האט די זכות מטהר צו זיין נאך א איד.
זאגט ר' שלמ'קה זי"ע: אזוי! ממש אזוי, איז דער רבוש"ע מטהר אידן איין מאל און נאכאמאל און ווידער אמאל! ווידער און ווידער ביז זיי גייען אינגאנצען ארויס! הקב"ה קוקט נישט וואס איז געווען, קוקט נישט וואס גייט זיין, נאר שלעפט אונז ווידער און ווידער ארויס פון די בלאטעס!....
אוי הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם כיייי מעעווולם כי מעוולם קוינו לך!!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”