אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק
איך האב א גוטע topic
ארויפצוברענגען דא ביי די חיזוק אפטיילונג
עס וואלט געווען אינטארסאנט צוהערן פונעם חשובן עולם , נאכן זיך אויסלופטערן און רעדן - ליינען נייעס און שטותים ... צו ברענגען עפעס שיינע גוטע געדאנקען און אמונה- השגחה פרטית חיזוק קען יעדער כסדר ניצען ... גרויס און- קליין
איך האב געקלערט צו זיין א דוגמה און ממעג מיך נאכמאכן ...
א מענטש דארף אלץ פראבירן צו זיין ווי מער פאזיטיוו , זיך צו האלטען מינטער אין יעדע מצב און אויף יעדע פריוו זיך צו שטארקען ,איז א עקסטערע מצווה פון שמחה וואס גייט אריין אין תחת אשר לא עבדת כמובא בראשונים און מען באקומט אויף דעם שכר חוץ אויף די עצם עשיות המצוות,
חז"ל זאגען חייב אדם לברך על הרעה כשם על הטובה
ווען מען צונעמט עס איז עס מבהיל הרעיון
ווען סקומען אונטער
זאכן וואס עס טוט באמת וויי כ'וואלט מיר אזוי געוואלט ארויסזעהן פון דעם ווייטאג ,
אוודאי דארף מען טוען השתדלות אבער ווען מהאלט שוין נאכדעם און מאיז נאך אין א צער ..,
דעמאלס איז א צייט אריין צואטעמען אמונה און זאגען 'ברוך ה' ' אז איך האב דעם פראבלעם
פונקט אזוי ווי מווערט פרייליך פון אזאך וואס איז א אפענע חסד ה',למשל מען האט געענדיגט באצאלען די גראסערי ביל.. פיהלט מען אין הארץ א הכרות הטוב צום רבש"ע ,און מזאגט (צו מטראכט)..ברוך השם !
די ב"ב קאלט פרעגן אז היות זי וויל גיין איינקויפן צו זי קען אויפשרייבן ... זאגט מען יא 'ברוך השם' איך האב דשאסט באצאלט ...
די ב"ה איז באמת גאר טייער און חשוב, ווי סאיז באקאנט די ווארט וואס ר"ר זישע האט געזאגט פאר אלי'הנביא ואתה קדוש יושב כביכול זיצט אויף קעסט פון די תהלות ישראל פון די ברוך השם'ס...
אבער דאס זעהט מען דאס שפירט מען
חז"ל זאגען דא 'חייב 'אדם לברך על הרעה , ווייל אויפדעם דארף מען התבוננות
אז די זעלבע גיטע באשעפער וואס העלפט מיר 'דעקן די באנק .. ער העלפט מיר יעצט מיט 'ברוך השם' .. מיט די און די אומאיינגענעמטקייט .. מען דארף מכיר אז פארוואס סאיז יעצט אזוי איז ווייל די רבש"ע האט געהאלפען.. און איך וועל מיר מבטל זיין מיין פראזענליכע רצון צום מציאות וואס איז רצון 'און זאגען 'ברוך השם
ווייל כגבהו שמים לארץ אזוי קען אונזער מח
נישט פארשטיין די רבש"ע הנהגה, אונז דארפען זיך לאזען פירן ווי א קינד פון א טאטע
ובכל מדה ומדה שהוא מודד לך הווי מודה לו פארשטייט זיך דאס איז א מדריגה עס זאל זיין נאטירלעך, אבער מען דארף דאס געדענקן עס זאל ווערן א טבע שני
עס איז דא נאך דא א געוואלד צו רעדן ומרחיב צו זיין
אפען הארץ ועוד חזון אי"ה צו מאכן דאס לעבן זיס און לעכטיג אויפן הארץ
יעצט וועלן מיר איבעגעבן דעם ווארט פארן חשובן ציבור
צו הערן געדאנקען -חיזוק אייגענע השגחה פרטיות
איש את רעהו יעזורי
ולאחיו יאמר חזק
תודה למפרע