אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

המשך
2a9ae8b2e512428f88c92314e87a2bc3.jpg
2a9ae8b2e512428f88c92314e87a2bc3.jpg (92.25 KiB) געזען 1534 מאל
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
/
ש'כויח!
חיזקתני!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

די וואך אין די פרשה (בראשית מ"ט כ"ב) זאגט רש"י הק' אז ווען עשיו איז געקומען צו יעקב האט יוסף הצדיק זיך געשטעלט פאר רחל אז עשיו זאל איר נישט זען. האט יעקב אבינו געזאגט פאר עשיו לפיכך זכית לגדולה.
קלער אריין. מ'רעדט דא פון עשיו וואס ס'שטייט אויף אים די ערגסטע זאכן, ער גייט איר מן הסתם נאך אפאר סעקונדעס סיי ווי זען (דאכצעך אז יעדער איז דורך און זיך געביקט), נאר וואס? יוסף הצדיק וויל אפהיטן אזא רשע פון זען א מראה אסורה, איין סעקונדע ווייניגער, די בילד זאל זיין אביסל ווייניגער קלאר....
אויייייי טראכט אריין וואס פארא נחת רוח דער רבוש"ע האט פון מיר יעדעס מאל איך קוק אוועק! יא! אפילו נאך'ן דורך פאלן מיליאנע מיליאנע מאל רח"ל, אבער יעדע קוק ווייניגער איז אין לשער און אין לתאר!!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
די וואך אין די פרשה (בראשית מ"ט כ"ב) זאגט רש"י הק' אז ווען עשיו איז געקומען צו יעקב האט יוסף הצדיק זיך געשטעלט פאר רחל אז עשיו זאל איר נישט זען. האט יעקב אבינו געזאגט פאר עשיו לפיכך זכית לגדולה.
קלער אריין. מ'רעדט דא פון עשיו וואס ס'שטייט אויף אים די ערגסטע זאכן, ער גייט איר מן הסתם נאך אפאר סעקונדעס סיי ווי זען (דאכצעך אז יעדער איז דורך און זיך געביקט), נאר וואס? יוסף הצדיק וויל אפהיטן אזא רשע פון זען א מראה אסורה, איין סעקונדע ווייניגער, די בילד זאל זיין אביסל ווייניגער קלאר....
אויייייי טראכט אריין וואס פארא נחת רוח דער רבוש"ע האט פון מיר יעדעס מאל איך קוק אוועק! יא! אפילו נאך'ן דורך פאלן מיליאנע מיליאנע מאל רח"ל, אבער יעדע קוק ווייניגער איז אין לשער און אין לתאר!!!
שטארקע חיזוק יישר כח
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
יישר כח
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
יישר כח
יישר כחכם!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ.

איך האב געדארפט האבן עפעס א גאר וויכטיגן דאקומענט ביז היינט (דאנערשטאג ויחי פ"ג) 7:00 אינדערפרי, אויב נישט בין איך אויסגעשטאנען א הפסד פון ארום פערציג טויזנט דאללער!

נעכטן (מיטוואך) נאכט, נאך אפאר שעה זוכן, נאכן איבער קוקן צוויי דריי מאל אין יעדן מעגליכן פלאץ, מאכן אלע סארט סגולות (וואס האבן אודאי צוגעהאלפן צום ישועה), האט זיך מיין קאפ געדרייט אויף אזא פארנעם אז איך האב שוין קוים געקענט טראכטן גלייך. אויב האב איך נישט דעם דאקומענט מיינט עס אסאך בירוקראטיע מיט די אינסטאנצן (א ריכטיגע עול דרך ארץ...).

9 אזייגער אווענט האב איך א חברותא ב"ה (*), און ווען די שעה האט זיך דערנענטערט האב איך געהאפט ער וועט נישט רופן, אבער 8:53 האט ער יא גערופן, און ס'האט גענומען א מינוט מחליט צו זיין צו גיין, הגם איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען פאוקעסן אויף די גמרא פאר א מינוט אין א צי, פארט האב איך זיך דערמאנט אז פריערט אין טאג האב איך געהערט ביי א שיעור אז המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ מיינט נישט דער וואס לערנט 18 שעה א טאג ווייל ער האט הנאה צו לערנען, נאר דוקא דער וואס האט נישט הנאה און לערנט מיט אן עול ווייל אזוי האט דער באשעפער באפוילן, די לערנען האט אויסגעקוקט ווי ערווארטעט, מ'האט איבערגעלערנט 3 מאל א זאך ווייל מיין קאפ איז געלאפן פון איין אפיס צום צווייטן וואו מ'וועט קענען שתד'לען (אויף דעם ארגינעלען דאקומענט האב איך שוין געהאט אויפגעגעבן!...), אבער מ'האט זיך מחזק געווען מיט די מאמר חז"ל און פרובירט לערנען וויפול ס'גייט.

אהיים קומענדיג זאגט מיר תיכף מיין רעבעצין, ס'מוז זיין 'דארט', זאג איך איר, איך האב שוין געקוקט 'דארט' 2-3 מאל! סאיז! נישט! דארט! איך האב אפגעמאכט צו גיין שלאפן און וואס דער באשעפער טוט איז גוט. נאך אפאר סעקונדעס הער איך א שריי: איך האב עס!, יא יא, דארט וואו איך האב שוין כמה פעמים געקוקט!

המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ.

(*) ביז אפאר יאר צוריק האב איך ליידער (כמעט) גארנישט געלערנט, אפאר יאר צוריק האט א טייערער איד מיר מציע געווען קובע צו זיין א חברותא'שאפט אין גמרא, איך קען צו זאגן אז די ערשטע פאר יאר(!) בין איך געזעצן דארט וואו א לבן אין טייך, כ'האנישט געהאט קיין אהנונג וואס איך זאג, אבער איך האב געזאגט יעדעס ווארט וואס שטייט אין גמרא און געמאכט איין סיום נאכן צווייטן. אן פארשטיין! אבער פליצלונג האט זיך עס ב"ה גע'עפענט....
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow
די האסט מעשיות
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
Wow
די האסט מעשיות
יעדער האט. מ'דארף זיך נאר מתבונן זיין...
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

איינער ווייסט צו עס איז דא א ספר/ביכעל פון מעשיות פון רבי יונתן אייבשיץ די וויכוחים מיט די גלחים איבער אמונה?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

לערנענדיג אין מס' ר"ה ווי די שכינה האט גולה געווען צען מאל, איז מיר ממש גערינען טרערן, די שכינה הק' האט זיך נישט מסלק געווען בבת אחת, דער רבוש"ע האט געווארט אידן זאלן תשובה טון, געגאנגען ווייטער און ווייטער צוביסעלעך... זיך געזעצט אויף'ן דאך און געוויינט,
שטעל זיך פאר א אינגערמאן קומט אהיים און ער טרעפט נעבעך זיין בני בית טון נארישקייטן, און ער בעט זיך ביי איר 'הער אויף', און זו לאכט אים אין פנים און מאכט זיך ווייטער משוגע, ער גייט ארויס וויינענדיג, איין טריט, און נאך א טריט, ביז ער גייט ארויף אויף'ן דאך און זאגט וואס האב איך צו זוכן דא....

ס'איז מיר געווען שווער ווייטער צו לערנען, נאר א משהו אריין קלערנדיג אין די אומגעהויערע צער השכינה, אבער איך האב זיך פרובירט מחזק זיין אז דער רבוש"ע וויל אוודאי איך זאל ווייטער לערנען! (שלמה המלך זאגט שוין: עת... ועת... יעדע זאך האט זיין צייט - יעצט איז די צייט צו לערנען תורה מיט שמחה)

נאכן לערנען נאך אביסל, דערציילט די גמרא אז ס'פלעגט הענגען א לשון של זהורית אינדרויסן פון היכל, אבער ווען די חכמים האבן געזען אז אידן ווערן בעצבות ווען ס'ווערט נישט ווייס, האט מען עס אנגעפאנגען הענגען פון אינעווייניג, אבער ווען די חכמים האבן געזען אז ס'נאך אלץ דא אידן וואס קוקן אריין און ווערן בעצבות, האט מען מתקן געווען עס בכלל נישט אויף צו הענגען!!! נאר מ'האט עס געבינדען צו א סלע.

איך מיין אז ווען מ'פרעגט מיר, וואלט איך אוודאי געזאגט עס לאזן, זאלן אידן וויסן אז מ'דארף תשובה טון! און כאטש ווען ס'הענגט פון אינעווייניג זאל מען עס לאזן, ווער ס'וויל קוקן און ווערן בעצבות הרשות נתונה בידו, אבער ניין! די חכמים פארשטייען בעסער! נעם עס אראפ! ס'ברענגט צו עצבות קען עס דא נישט זיין!

ענדליך זעט מען ביי די שלשה רגלים, די חכמים האבן געזען אז די שמחה ברענגט ר"ל צו מכשולות האט מען מתקן געווען בה"ב נאך יו"ט...
איך גלייב איך וואלט זיי געפרעגט: אנטשולדיגט, דו בויעסט א שפיטאל אונטער די בריק ווייל מענטשן פאלן אראפ? מאך די בריק ברייטער, לייג צו א פעסטן גדר, און שלום על ישראל.
אבער די חכמים פארשטייען בעסער, שמחה מוז זיין! ס'קומט ארויס מכשולות? וועט מען מאכן ימי תשובה שפעטער! (מן הסתם מוז זיין אז די דערהויבנקייט פון די שמחה ברענגט אזוי פול גוטס, נאך אסאך מער ווי די תוצאות פון די נפילות, די נפילות ווערן אויסגעמעקט מיט איין תשובה, אבער די דערהויבנקייט, און נאנטקייט צום באשעפער בלייבט לנצח נצחים!)

ענדליך האב איך געהערט פון ר' אביש ציינווירט שליט"א: פארוואס איז דא הלכות אבלות? ווייל די חכמים האבן מורא געהאט אז מענטשן וועלן קומען צו עצבות חלילה, האבן זיי מתקן געווען געוויסע זאכן וואס מ'דארף טון, ותו לא! לייג נישט צו! זיי ווייטער בשמחה, ווייל דער רבוש"ע מאכט נישט קיינע טעותים! אלעס אלעס אלעס איז לטובה!

דו זיי בשמחה און אלעס וועט זיך אויסארבייטן לטובה!

ביי חסידים (דאכצעך אין קארלין, אדער אפשר גאר בשם דעם בעש"ט הק'?) האט מען געזאגט: עצבות איז נישט די גרעסטע עבירה, און שמחה איז נישט די גרעסטע מצווה - אבער וואס עצבות קען צוברענגען, ר"ל... און וואס שמחה קען צוברענגען קען קיין שום מצווה נישט.

און מ'זאגט אויך: תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה, שמחה איז א מצוה און מצוות דארף מען טון מיט א שמחה... איז לאמיר זיין בשמחה מיט א שמחה!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער זייער שטארק
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ר' משה, א טייערער אידל וואס האט זיך נאך געדרייט ביים ריבניצער זי"ע האט אן אינטערסאנטן מנהג, יעדעס מאל וואס איך באגריס אים, פרעגט ער מיר: ווי אזוי האסטו געוויסט אז ס'איז מיר?
אנפאנג פלעג איך שמייכלען, שפעטער האב איך זיך איינגעהאלטן פון כעס, און צומאל פלעג איך אים ענטפערן איבערגעקלוגטע תשובות ווי: די ריח איז עפעס אומדערטרעגליך אז ס'האט געמוזט זיין דו... אדער פלעג איך אים פשוט באגריסן: ר' חיים וואס הערט זיך? און ער פלעגט מיר מתקן זיין מיט א פשטות: איך הייס ר' משה.... צומאל פלעג איך צו גיין צו אים מיט א צעמישטע בליק: אנטשולדיגט, ווער זענט איר?
ביז איין טאג האט ער מיר מגלה געווען דעם סוד, געווען איז עס איינע פון די טעג וואס איך האב געהאט גאנץ קנאפ נערוון צו זיינע קאורנ"י דזשאוק"ס, זאט ער מיר, צעטעלע טייערער, דו מיינסט איך וויל דיר סתם משוגע מאכן? איך האב געווארט זאלסט מיר פרעגן פשט, אבער היות דו פרעגסט נישט וועל איך דיר פארשטיין געבן.

איך געב זיך אפ מיט עלטערע אידן, איין טאג האב איך באגלייט אן עלטערן איד צום דאקטער, און זיין רעבעצין זז"ג איז אויך מיטגעקומען (ביידע שוין נישט קיינע אינגעלייט), דער דאקטער - ווילנדיג אביסל הייבן די געמיטער - האט זיך מיט א גרויסן שמייכל געווענדן צו זיי 'אהההה! א אינגע פארל, וואס מאכט איר? ווען האט איר חתונה געהאט? פארוואס האט איר מיר נישט געלאדענט צום חתונה?'
ווען ער זעט אז דער אלטער איד שפילט נישט מיט, פרעגט ער אים, ווער איז די פרוי וואס איז דא מיטגעקומען מיט דיר?

פלאצט דער איד אויס אין א געוויין, און ווייזנדיג מיט די פינגער אויף זיין רעבעצין, זאגט ער: 'דאס איז מיין מאמע ע"ה, אזוי אינג האט זו אונז איבער געלאזט, וויאזוי לאזט מען איבער אזאלכע אינגע קינדער עלנד אליין? זו אליינס איז דאך געווען אן אלמנה, דער טאטע ז"ל האט אונז פארלאזט נאך פריערט, ווי קען זו אונז אזוי איבער לאזן?'
און אזוי האט ער אפאר מינוט באוויינט זיין טויטן מאמען וואס שטייט דא פאר אים......

יעצט פארשטייסטו וואס איך האב געוועלט פון דיר? מיין רצון איז געווען זאלסט זיך אפשטעלן א רגע און מתבונן זיין אין די געוואלדיגע חסד השם, אז דו קענסט פורנאנדשיידן צווישן איין צורה און א צווייטן, צווישן איין קול און א צווייטן וכו' - ס'איז דאך געוואלדיגע נפלאות הבורא!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

פונקט אויף די יארצייט פון ר' ישעי'לע זי"ע האט מיר איינער דאס צוגעוויזן - בעצם באקומט יעדער אויף הוצאות שבת לפי זיין דרגה - אבער אויב איינער וויל מער מכבד זיין דעם הייליגן שבת אדער טון מצוות צדקה הכנסת אורחים וגמילות חסדים וכדומה זענען פארהאן גאנצעטע כיתות מלאכים וואס וועלן זיך 'אנשטרענגען' און טון וואס זיי קענען אים צו העלפן!!! ווייל נאר פון דעם האבן זיי חיות.
אהבת שלום פרשת מצורע~2.jpg
אהבת שלום פרשת מצורע~2.jpg (187.3 KiB) געזען 1041 מאל
אגב, בדידי הווה עובדא כמה וכמה פעמים, מיט א געוואלדיגע סייעתא בענייני צורכי שבת, איך וויל שרייבן אפאר דוגמאות:

יעדע וואך דאנערשטאג גייט מיין זון דורך די פיש געשעפט אויף'ן וועג אהיים פון חדר, און ברענגט אהיים אסאך גרויסע פיש וואס מיר באשטעלן פריערט אין טאג לכש"ק, איין וואך האט די געשעפט אייגענטומער אונז געזאגט אז מיר קענען מער נישט אויף שרייבן ווייל די חוב איז שוין צו גרויס, ווען מיין רעבעצין האט מיר געפרעגט וואס מ'טוט, האב איך איר געזאגט 'אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים' קומענדיגע וואך שפאצירט מיין זון אריין אין שטוב מיט א ריזיגן פישל פון קרוב צו 10 פונט! ווען מיר האבן אים געפרעגט וואס איז די מעשה, זאגט ער: אויף'ן וועג אהיים פון חדר ווען איך בין אריבער נעבן די געשעפט, שטייט דארט דער אייגענטומער און שרייט צו מיר: צעטעלע! צעטעלע! קום אהער, איך האב דעם וואך באקומען א ריזיגן פיש'ל וואס פאסט פונקט פאר אייך....

א צווייטן מאל, האט מען שוין מיטוואך און דאנערשטאג עטליכע מאל פרובירט ניצן די קרעדיט קארטל אבער ס'שוין געווען מעקס"ד או"ט - פרייטאג בין איך ארויס איינקויפן, ארויף געלייגט דאם קארטל, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! האט מיר געכאפט די זאך בין איך שוין געלאפן קויפן הערינג אויך, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! בין איך געלאפן קויפן א נייעם טלית קטן, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! (ניין ס'נישט פונקט געווען די דעיט וואס ס'קלערט.... ס'איז פשוט געווען סייעתא לכש"ק!)

ועוד הרבה כהנה וכהנה!

דערציילנדיג די אויבן דערמאנטע פאר מיין חבר שרוליק, זאגט ער מיר: הער, איך מוז דיר דערציילן, איך בין איין פרייטאג געשטאנען ביי די עי.טי.עם. מאשין, פאר מיר זענען געשטאנען עטליכע אידן אין רייע, און איין איד - גראדע א באקאנטער מיינער - האט פרובירט ארויס צו שלעפן געלט, אבער דער מאשין האט אים נישט געוואלט געבן... האט זיך דער שוטה וואס איז געשטאנען אונטער אים אנגערופן: נו, אז ס'נישטא איז נישטא.... (המקום ירחם עליו בתוך שאר... ישראל), האט דער באטראפענער אים געענטפערט: ניין! אז ס'נישטא וועט דער רבוש"ע שיקן!

ביי קבלת שבת אין שול, קומט דער באטראפענער צו צו מיר מיט א שטריילנדער פנים: שרוליק! דער באשעפער האט געשיקט! אפאר מינוט שפעטער קומט צו צו מיר א איד, און זאגט מיר, הייסט איר אפשר משה משהפאוויטש? 'יא' ענטפער איך אים, איר האט אפשר א קרידעריזעק געשעפט אויף די טויקעצירעל גאס? 'איך פלעג אמאל' ענטפער איך אים, ס'האט זיך ליידער פארמאכט פאר בערך אכט יאר צוריק... אההה!!! ברוך השם! איך זוך אייך שוין בערך צען יאר! איך בין אייך שולדיג 900 שקל (קרוב צו $300). עד כאן מפי שרוליק.

און אז מ'רעדט שוין פון שבת קודש, קען מען צו לייגן, אז אין די וויין געשעפט האט מיר אויך איין וואך דער ארבעטער געזאגט אז די חוב איז שוין צו גרויס און מ'קען מער נישט אויף שרייבן, קלינג איך אריין דעם אייגענטומער און איך זאג אים אז ער איז נישט מחוייב מיר צו פארבארגן, און אויב ס'איז אים שווער איז ער פטור, אבער אויב האט ער פשוט מורא קען ער זיין רואיג, ווייל דער רבוש"ע אליין איז ערב, 'לוו עליי ואני פורע' ער האט מיר ניטאמאל געלאזט אויס רעדן, נאר גלייך געזאגט אז איך קען רואיג אויף שרייבן, ווייל ער ווייסט אז איך קויף לכש"ק.

ווען איך האב אים שפעטער באגעגענט זאגט ער מיר, אז ער וויל מיר דערציילן עפעס: די ערשטע פאר יאר וואס איך האב געהאט די געשעפט האב איך פארדינט יעדן וואך א געוויסע סכום, אפאר דאלער ארויף אפאר דאלער אראפ, אבער בערך די זעלבע, איין וואך ביים זיך אהיים יאגן פון געשעפט נאנט צום זמן, האב איך געקלערט צו זיך, ס'פאסט דען אזוי? אנקומען די לעצטע רגע צום הייליגן שבת??? אומר ועושה, איך האב אויף'ן פלאץ געמאכט א קבלה אז פון קומענדיגן וואך און ווייטער מאך איך בלי נדר אלע הכנות דאנערשטאג נאכט, איך גיי נישט שלאפן פאר איך האב געטון אלעס וואס איך דארף טון אין שטוב לכבוד שבת קודש! שפעטער קען איך זיין אין געשעפט ביז שפעט (סך הכל שטייט אז איינער וואס נעמט אריין געסט און בעט געלט אויף דעם האט אויך די מצוה פון הכנסת אורחים - סך הכל טייל איך וויין פאר אידן לכבוד שבת קודש!).

וואס זאל איך דיר זאגן צעטעלע, פון יענע וואך און ווייטער - נישט א חודש און נישט א האלב יאר. נאר ממש יענע וואך! - האבן זיך די סעיל'ס געדאפעלט!! איך קען דיר ווייזן דעם עקסעל! יענע וואך איז 'פונקט' אריין געקומען איינער וואס מאכט א שמחה און געקויפט א ריזן קוואנטום, אבער פון יענע וואך און ווייטער איז עס סטעדי דאפלט מיט נארמאלע סעילס!!!....

ווער ס'פארשטייט, דאפלט סעילס, איז אסאך מער ווי דאפלט אינקאם, ווייל די רענט, לעקטער, פראפערטי טעקס, ארבייטער וכו' וכו' וכו' איז שוין געדעקט, די סעילס איז כמעט ריינע אינקאם נאך טעקס....

און ער איז ממשיך צו דערציילן אז ער האט א קאסטומער א סוחר וואס קויפט און פארקויפט אסאך סארט סחורות האללסעי"ל, וואס פלעגט אריין קומען יעדן פרייטאג, איין וואך מאנטאג קומט ער אריין צום געשעפט, פרעגט ער אים: מה יום מיומיים? איר מאכט א שמחה? ענטפערט דער קונה: ניין, איך האב מיר פשוט לעצטנס געמאכט אזא מנהג יעדן טאג צו טון כאטש איין פעולה לכבוד שבת קודש, און היינט בין איך געקומען קויפן די וויין, און ער לייגט צו, אז הגם ער האט נישט קיין קלארע עקסעל צו ווייזן דערויף, אבער זינט ער האט אנגעהויבן טון דעם מנהג, זעט ער א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אין זיינע געשעפטן, דא באקומט ער 'פונקט' עפעס אויף ביליג, דא פארקויפט ער 'פונקט' עפעס אויף טייער וכו' וכו'....

אידן! לוו עליי ואני פורע! אז מ'וויל באמת וועט זיין גענוג און נאך! אויף, שבת קודש, אויף גמילות חסדים און אויף אלע מצוות! מ'דארף נאר וועלן...
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

דיסקלעימער: איך לערן נישט קיין קבלה, און איך פארשטיי נישט אין די זאכן!

איינער האט מיר צו געוויזן א ר' חיים וויטאל זי"ע (שמעתי אז ער איז א תלמיד פון אר"י הקשו זי"ע) אין ספר 'שער הכונות':
וזה לשון קדשו: ענין מנהג שנהגו ישראל ללכת ביום ל"ג לעומר על קברי רשב"י ור' אלעזר בנו אשר קבורים בעיר מירון כנודע אוכלים ושותים ושמחים שם.

אידיש טייטש לפי קטנות שכלי: לגבי דעם עניין פון די מנהג אז אידן פירן זיך צו גיין אין דעם 33'סטען טאג צום עומר צו די קברים פון רשב"י און זיין זון ר' אלעזר און מ'עסט און מ'טרונקט און מ'פרייט זיך דארט.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

זוהר חדש כ"ג ע"א

אָמַר ר' יְהוֹשֻׁעַ, הָתָם בְּמַאי קָאַמְרֵי, כְּשֶׁסִּיֵּים כָּל תּוּשְׁבַּחְתָּן בַּיּוֹם. וּמִפַּלְגוּתָא דְלֵילְיָא וּלְהָלְאָה, דְּעָסִיק בַּתּוֹרָה. מַאי טַעְמָא. מִשּׁוּם דִּבְהַהִיא שַׁעֲתָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא נָפִיק מֵאִינוּן עוֹלָמוֹת דִּכְסִיף בְּהוּ, וְאָזִיל לְאִשְׁתַּעְשָׁע עִם צַדִּיקַיָא בְּגִנְתָּא דְעֵדֶן. וְהַיְינוּ דְּאָמַר דָּוִד חֲצוֹת לַיְלָה אָקוּם לְהוֹדוֹת לָךְ.

דְּתָנָא, כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא נִכְנַס עִם הַצַּדִּיקִים בַּגַּן עֵדֶן, כָּל שַׁעֲרֵי שָׁמַיִם לְמַעְלָה, עַל הַחַיּוֹת וּלְמַטָה מֵהֶם, כּוּלָּם נִפְתָּחִים, וְהוּא עֵת רָצוֹן לַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה.

וְאוֹתָם כִּתּוֹת שֶׁל מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת, וְכָל בּוּסְמֵי גַּן עֵדֶן, וְהַצַּדִּיקִים, כּוּלָּם פּוֹצְחִים רִנָּה, לִפְנֵי מִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם. הֲדָא הוּא דִכְתִיב, (שם קמ) אַךְ צַדִּיקִים יוֹדוּ לִשְׁמֶךָ. אֵימָתַי צַדִּיקִים יוֹדוּ לִשְׁמֶךָ. כְּשֶׁיּוֹשְׁבִים יְשָׁרִים אֶת פָּנֶיךָ, דְּהוּא בְּשָׁעָה שֶׁיּוֹשְׁבִין לְפָנָיו בַּגַּן עֵדֶן.

וְכַת שְׁלִישִׁית שֶׁל מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת אוֹמֶרֶת שִׁירָה, עַד שֶׁיִּבָּקַע הַשַּׁחַר. וְיֵשׁ חוֹבָה לְיִשְׂרָאֵל, בְּשָׁעָה שֶׁעוֹלֶה עַמּוּד הַשַּׁחַר, לָקוּם וּלְהִתְגַּבֵּר בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא. מַאי טַעְמָא מִשּׁוּם דְּנָסְבִין שִׁירָתָא בָּתַר מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מָצוּי לְמַטָה עִמָּהֶם. הֲדָא הוּא דִכְתִיב, (משלי, ח) וּמְשַׁחֲרַי יִמְצָאֻנְנִי. וְאָמַר רִבִּי יְהוּדָה וּבִלְבַד שֶׁלֹּא יַפְסִיק מִשֶּׁיַּתְחִיל, עַד שֶׁיִּתְפַּלֵּל כְּשֶׁהַחַמָּה זוֹרַחַת.

אָמַר רִבִּי יוֹחָנָן אָמַר רב, כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹצֵא מֵאוֹתָן הָעוֹלָמוֹת דִּכְסִיף בְּהוּ, וּבָא לְהִכָּנֵס עִם הַצַּדִּיקִים בַּגַּן עֵדֶן, הוּא מַמְתִּין וְרוֹאֶה אִם שׁוֹמֵעַ קוֹל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה, הַהוּא קָלָא נִיחָא קַמֵּיהּ, מִכָּל שִׁירִין וְתוּשְׁבְּחָן דְּאָמְרֵי מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת לְעֵילָא. הֲדָא הוּא דִכְתִיב, (שיר השירים, ו) אֶל גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי לִרְאוֹת, מַאי לִרְאוֹת, אוֹתָם הָעוֹסְקִים בַּתּוֹרָה.

אידיש וואס מיין פיצי קעפעל האט אויף געכאפט: ביינאכט לאזט כביכול דער רבוש"ע אפ אלע וועלטן וואס ער איז כוסף אין זיי, און גייט אריין אין גן עדן זיך משתעשע זיין מיט די צדיקים, אבער פאר ער גייט כביכול אריין הערט ער צו ס'איז דא א איד אין 2023 וואס לערנט תורה ביינאכט אויף'ן קול! און נאר דערנאך גייט ער אריין אין גן עדן! און די קול איז אים כביכול געשמאקער ווי אלע שירות ותשבחות וואס די מלאכי השרת זאגן אויבן!!!!!!!!!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

אן אמת'ע פאון קאלל וואס איך האב געהאט מיט מיין טאטען זז"ג א תקופה צוריק:

טאטע זז"ג: צעטעלע טייערער, איך וויל זאלסט גיין אויף א געשמאקען וואקאציע.
צעטעלע: איך אויך!
טאטע זז"ג: האסט נישט פארשטאנען, איך וויל דיר עס אויסצאלן! זוך אפיר א שיינעם ערליכן פלאץ און באשטעל די בעסטע אויף צוויי וואכן אויף מיין קאסטן! פייוו סטאר!
צעטעלע: אםםםם... איך ווייס נישט וואס צו זאגן... עההה... איך עפרישיעיט עס ממש, אבער טאטע טייערער, ס'איז ממש נישט שייך, וואס וועל איך טון מיט די קינדער?
טאטע זז"ג: באשטעל בעיבי-סיטערס וכו' און שיק מיר א בילל!
צעטעלע: טראנספארטאציע איז אויך נישט ביליג טאטע.
טאטע זז"ג: צעטעלע! האסט נאך אלץ נישט פארשטאנען? באשטעל רייזע-בילעטן, באקוועמע קארס וכו' און שיק מיר א בילל.
צעטעלע: וואוו! איך דאנק דיר ממש טאטע, אבער איך קען זיך נישט ערלויבן צו נעמען אורלויב פון די ארבייט אויף צוויי וואכן, איך דארף די געלט צו דעקן מינימאלע שטוב-הוצאות...
טאטע זז"ג: צעטעלע! וויפול באקומסטו א שעה ביי די ארבייט? מאך א חשבון פון אלע שעות פון די צוויי וואכן, פון די רגע וואס די פאנגסט אן מאכן טעלעפאון קאללס צו באשטעלן דעם פלאץ, ביז 8 אזייגער אינדערפרי די טאג נאך וואס דו קערסט זיך אום פון די וואקאציע - יא! אויך די שעות וואס דו שלאפסט דארט! - און שיק מיר א בילל, איך גיי דיר באצאלן דאפלט וואס דו פארדינסט נארמאל א שעה!
צעטעלע: איך איך איך ווייס נישט וואס צו זאגן.....
טאטע זז"ג: דארפסט גארנישט זאגן, איך וויל נאר זאלסט מיר צוריק רופן אז אלעס איז ערלעדיגט!
צעטעלע: טאטע, פארוואס טוסטו דאס?
טאטע זז"ג: ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן ווי שטארק איך האב דיר ליב!
צעטעלע געשטיקט אין טרערן: ..........(ווערטער-לאז)..............

איך האב נישט געקענט רעדן פאר אפאר מינוט! איך בין באמת געווען אין שאק! און איך האב זיך אנגעפאנגן מתבונן זיין:
דער גרויסער טאטע באגיסט דאך אונז מיט גוטס יעדן רגע, על כל נשימה ונשימה תהלל קה! ר' אביגדור מיללער האט אמאל געוויזן איינעם א האלב-פולן-גלאז, און געפרעגט: וואס זעט איר דא? יענער האט מיט א זיכערקייט גע'ענטפערט: א האלב 'פולן' גלאז...
האט אים ר' אביגדור גע'ענטפערט: איר האט א טעות! אויב זעט איר א 'האלב' פולן גלאז, מיינט עס אז איר אנערקענט אז ס'דא נאך א האלב וואס איז פארט ליידיג, אבער דאס איז א גרויסער טעות!
נעם א רגע א גרויסן טאפ און פול עס אן מיט וואסער, יעצט שטעק אריין דיין קאפ אין דעם פאר פינוף מינוט.
נאך בערך א מינוט האט יענער ארויס געשטעקט זיין קאפ זיך כאפענדיג דעם אטעם, רבי ס'נישט שייך! איך דארף לופט! - זאגט אים ר' אביגדור: איר זעט? די צוויטע האלב גלאז איז געווען פול מיט עפעס אסאך וויכטיגער ווי וואסער - לופט!

דער רמב"ם רופט די תרי"ג מצוות = תרי"ג עצות, ווייל דער גרויסער גוטער טאטע האט אונז פשוט געגעבן 613 עצות ווי אזוי זוכה זיין צו א גוטן לעבן בזה ובבא, אבער ס'איז אים נישט גענוג, ער וויל אונז ווייזן ווי שטארק ער האט אונז ליב , שטעלט ער אונז נאך צו אלע צוגעהערן ארום און ארום, און גיבט אונז נאך שכר פארן טון די מצוות אויך! ס'איז דאך אומדערהערט!!!!!

לאמיר נעמען מצוות תשובה פאר א דוגמא:
א מענטש האט זיך אריינגעבראכן ביים קעניג אין פאלאץ און בא'גנב'עט פון דארט די שענסטע כלים, מיט די כלים איז ער געגאנגען אונטערקויפן און איבער-רעדן אנדערע צו ווידערשפעניגן אינעם קעניג, (א איד דרייט זיך מיט די הייליגע אברים וואס דער ממ"ה אליינס האט אים געשאנקען, און קוקט/רעדט/טוט חלילה נגד רצונו יתברך), און דער קעניג גיבט אים די מעגליכקייט אים איבער צו בעטן, און נישט נאר דאס! נאר אויב וועט ער מאכן א סעודה, און זיך מודה זיין מיט א שיינעם ניגון פרייליכערהייט, איז נישט נאר דאס וואס דער מלך איז אים מוחל אלעס, נאר ער גייט אים נאך צו געבן כהנה וכהנה אויף דעם וואס ער איז זיך מודה, און נאך אסאך אסאך מער אויב טוט ער עס מיט שמחה, (מצוות תשובה איז אויך איינס פון די תרי"ג מצוות! און א מצווה בשמחה איז פילפאכיג מער...) - ס'איז דאך אומדערהערט! נאר וואס? ווען איך בין דיר מגלה אז דער גנב-ווידערשפעניגער איז דער פרינץ - דעם קעניגס איינציג באליבט קינד - פארשטייסטו אז דער קענייג האט אים אזוי שטארק ליב, אז אלעס שטומט שוין!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

רש"י הק' אין תהלים איז מדייק אז ס'שטייט נישט יתמו חוטאים נאר 'יתמו חטאים' - אז נישט חלילה די 'זונדיגערס', נאר ס'זאל קומען אזא רוח טהרה אז ס'זאל מער נישט זיין קיין 'זונד'.

אסאך צדיקים זאגן מ'זאל זען אפצוהאקן דעם פראבלעם פון זיך, נישט חלילה זאגן כעסן עצלן וכו', נאר זאגן איך האב א גרויסן ייצר הרע בעניין כעס, עצלות וכו'

א משל צו דעם קען מען זאגן: איינער זאגט מיר אמאל אז די וואסער אין מקווה איז שרעקליך שמוציג, זאג איך אים: די וואסער איז ממש ציכטיג ריין, נאר ס'דא שמוץ אין דעם, והא ראיה אז ווען מצינדט אן דעם פילטער אויף אפאר שעה ווערט עס צוריק ריין.
א אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט שמוציג! ס'בלייבט אלעמאל הייליג, ציכטיג און ריין, ס'קען זיך רח"ל אמאל מאכן אז ס'קען זיין א שמוץ אויף דעם, אבער מ'גיבט זיך א טובל אין מקוה און מ'ווערט ווי א בריה חדשה.
די מיליטער האט שוין אזאלכע קליינע פלעשלעך וואס די סאלדאטן קענען ניצן אין פלעצער ווי די וואסער איז ממש פארפעסטעט אז ס'איז סכנת נפשות ממש עס צו טרונקען, אבער נאכן ליגן א וויילע אין דעם פלעשל קען מען טרונקען ציכטיג ריינע וואסער...

האט מיר א טייערער איד געזאגט אן אינטערסאנטער דערהער:
וואס איז 'שנאה'? לכאורה די היפך פון אהבה. ווען קומט די הרגשה פון שנאה? בד"כ ווען איינער שטערט אים פון זיין אהבה, למשל א קאץ, וואס האט ליב א מייזעלע און איינער קומט און כאפט אים צו זיין מייזעלע וועט ער יענעם פיינט האבן. ער האט נישט קיין שנאה צום מייז, ער איז פשוט הונגעריג.... אבער דעם וואס כאפט אים צו זיין עסן, דעם האט ער פיינט.

להבדיל אלף אלפי הבדלות (נישט אז איינער פרובירט מסביר צו זיין דרכי ה' - נאר אונז פרובירן לשבר את האוזן) ווען דער רבוש"ע שיקט איינעם א נסיון איז עס א וועג ווי אזוי דער אייבערשטער פרובירט צו ברענגען דעם איד נענטער צו זיך (ווי דער הייליגער מאו"ע, נוע"א און נאך פולע צדיקים זי"ע דערמאנען כסדר), יעצט קען מען פארשטיין אז ווען ס'שטייט 'אלוקים של אלה שונא זימה' מיינט עס נישט חלילה אז כביכול האט פיינט דעם מענטש ח"ו, נאר פונקט פארקערט! דער רבוש"ע האט אזוי שטארק ליב יעדן איד, עד כדי כך אז ער האט פיינט די זימה וואס דערווייטערט דעם איד פון אים.

זיי נישט געפאלן ביי זיך! רעד זיך נישט איין אז דער רבוש"ע האט דיר חלילה פיינט נאך א נפילה רח"ל, נאר פונקט פארקערט! ער האט דיר מורא'דיג מורא'דיג ליב! און זוכט יעצט וועגן דיר אויף צו הייבן העכער און נענטער צו אים!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה מורא'דיג
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

היינט איז די יארצייט פון הקדוש רבי שלומ'קה זוועהיל'ער זי"ע

ס'לויפט א מעשה (אויב איינער קען ברענגען א מקור, וועט עס מיר דערפרייען):
אפאר וואכן צוריק שפאצירט א צען יעריג קינד מיט זיין מאמע'ן אויף די גאסן פון רמות, ווען פלוצלינג ווערט ער בלאס ווי די וואנט און כאפט ער זיך אן מיט ביידע הענט אין זיין מאמעס האנט, זו שפירט ממש ווי ער ווארפט זיך פאר שרעק, ווען זו פרובירט אים פרעגן וואס איז געשען, איז ער נישט מצליח צו רעדן בכלל.
נאכן אהיים קומען אין שטוב שטאלפערט ער ארויס אז אין די רויטע קאר וואס איז אריבער געפארן הארט נעבן זיי איז געווען א טעראריסט!
די מאמע וויסנדיג קלאר פון וועלכען קאר מ'רעדט, האט אים מסביר געווען אז ס'געווען זייער שכן, א וואוילער אינגערמאן דוקא, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, דער קינד האט נישט געוואלט ארויס גיין.
פון טאג צו טאג איז עס געווארן ערגער און ערגער, ער האט קוים געקענט רעדן א ווארט, מ'האט אריבער געברענגט פראפעסיאנאלע הילף, אבער גארנישט! אזוי פול יא, האבן זיי מצליח געווען ארויס צו נעמען פון אים אז אפאר וואכן פריערט איז זיין חבר פון כתה (פלאי) נעבעך אומגעברענגט געווארן אויף קידוש ה' דורך א טעראריסט, און ער האט עס גענומען גאר שווער.
ערגעץ וואו האט זיין מאמע געהערט פון רבי' שלומ'קה זי"ע, און זו האט פרובירט איבער צו רעדן דעם קינד צו קומען צום צדיק'ס ציון, פון באסעס איז נישט געווען וואס צו רעדן, אפילו פון א טעקסי האט ער מורא געהאט, ביז מ'האט אים ב"ה מצליח געווען צו ברענגען צום צדיק.
די עלטערען האבן געגעבן א פרוטה לצדקה לע"נ און הייס מתפלל געווען.
אויף'ן וועג אהיים האבן זיי מסביר געווען פאר'ן קינד אז דער צדיק גייט אים אוודאי פועל'ן א ישועה.
צו מארגנס(!) אינדערפרי וועקט זיך דער אינגל אויף, און פאנגט אן קעקעצען 'מודה אני', אבער ניין! ס'פארט עפעס זייער גלאטיג, ער דעקט זיך איבער מיט די דעקע ביז איבער'ן קאפ און מורמלט ווייטער 'ראשית חכמה' און ס'פארט.... ער פרובירט 'תורה צווה' און אלעס איז גוט! ער שפרינגט ארויס פון בעט און לויפט צו זיין מאמען 'מאמע! מאמע! איך קען שוין געהעריג רעדן!'
די מאמע רופט שנעל אהיים דעם פאטער, און ער גלייבט נישט וואס ער זעט.... דער אינגל רעדט כאחד האדם! ער זאגט אים 'טאטע! איך האב שוין גארנישט מורא! הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל!'....

זכותו תגן עלינו ועל כל ישראל אמן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דו ביסט גיט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”