אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
אוי אוי אוי הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קוינו לך! שפעטער פאנגט דער זינגער אן 'אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך מטהר את ישראל' - איין רגע! דו גלייכסט צו דעם באשעפער כביכול צו די מקוה? א נברא וואס ער אליינס האט באשאפן!!!!????? אפשר זאג מה הקב"ה מטהר את ישראל אף המקוה וכו'??? זאגט ר' שלמ'קה זוועהילער זי"ע: אזוי ווי די מקוה נעמט דיר אויף מיט שמחה יעדע מאל דו קומסט זיך מטהר זיין, ער פרעגט דיר נישט 'ר' איד ביסט דאך פאר צוויי שעה צוריק דא געווען'??? שוין ווידער האסטו אנגעכאפט עפעס א שרץ רח"ל??? נאר ער פרייט זיך באמת יעדעס מאל וואס ער האט די זכות מטהר צו זיין נאך א איד.
זאגט ר' שלמ'קה זי"ע: אזוי! ממש אזוי, איז דער רבוש"ע מטהר אידן איין מאל און נאכאמאל און ווידער אמאל! ווידער און ווידער ביז זיי גייען אינגאנצען ארויס! הקב"ה קוקט נישט וואס איז געווען, קוקט נישט וואס גייט זיין, נאר שלעפט אונז ווידער און ווידער ארויס פון די בלאטעס!....
אוי הטוב הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם כיייי מעעווולם כי מעוולם קוינו לך!!!!
זייער א שיינע געדאנק, מורא'דיג, ייש"כ
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

טעמפל שירה האט געשריבן:
זייער א שיינע געדאנק, מורא'דיג, ייש"כ
ש'כויח
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן פאר בערך 8 חדשים צוריק:
מיין חברותא ר' ב. האט א סטודיאו אפארטמענט (אין בני ברק פארדינגט זיך עס פאר בערך $1,000 פ/חודש), וואס שטייט שוין ליידיג איבער א האלבע יאר.
זיין חבר ר' פ. פארטיילט יעדן ערש"ק חלות, פיש און פלייש פאר צענדליגע צענדליגע משפחות, (ניין, ער איז נישט קיין עושר, ער האט ניטאמאל אן אייגענעם דירה, נאר ער נעמט צאם געלט פאר דעם און איז פאר'חוב'עט אין די שווערע צענדליגע טויזענטע דאלערס פאר די חלוקה!)
איין טאג האט ר' פ. געזוכט א דירה'לע פאר א צובראכאנעם עלנדן איד, און געפרעגט מיין חברותא צו ער קען אים אפשר העלפן, האט מיין חברותא אים געזאגט: צו מיר קען איך אים נישט אריין נעמען צוליב געוויסע סיבות, אבער אויב ווערט מיין דירה פארדינגען ביז דריי טעג קענסטו נעמען די גאנצע רענט און מיט דעם דינגען א דירה פאר דעם נצרך.
דאס איז געווען מיטוואך (איך האב מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה פון אנהייב!), דאנערשטאג אינמיטן טאג איז איינער געקומען זען די דירה, ביינאכט איז עס שוין געווען פארדינגען!

א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן 4 טעג צוריק:
מיטוואך האט דער חברותא הנ"ל מיר דערציילט איבער א כלה וואס איז אין א שרעקליכן מצב, די מאמע האט געכאפט א שווערן בראך רח"ל, און וויל נישט הערן פון גארנישט.
ווען די כלה בעט זיך ביי איר: מאמע! איך האב חתונה נאך אפאר וואכן, לאמיר גיין איינקויפן. איז איר די מאמע מסביר בטוב טעם(?) אז זו איז יעצט פארנומען רעדן מיט מלאכים און פלאנט אויסדרוקליך נישט זיך צו באטייליגן ביים חתונה! זו פירט וויכטיגע מערכות אין הימל....
די צער איז אין לשער!
דער טאטע איז פון דעם שווערן מצב פיזיש שוואך געווארן. קיין געלט איז אויך נישט דא, און די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער.
און מיין חברותא ענדיגט צו גיבנדיג מיר די דריי נעמען, אז מ'מוז פועל'ן אז ביז די חתונה זאל די מאמע זיין געזונט און פריש.
בין איך אריבער געפארן צום אויבן דערמאנטן ר' פ. און אראפ געלייגט די מצב מיט אלע קאלירן בוז אונז האבן ביידע גוט געוויינט, און דאן האב איך אים געזאגט 'היד ה' תקצר'? מיר גייען נישט ווארטן בוז די חתונה (וויפול איז די שיעור פאר אידישע צער????) איך וויל זאלסט יעצט פועל'ן א ישועה! אבער שוין!
אגב, צדיקים זענען מסביר פארוואס מ'בעט ביי אן ערליכן איד א ברכה, ס'שטייט דאך אז תפילת חולה על עצמו איז די שטערקסטע? נאר אז א מענטש איז בעצבות חלילה, פארמאכט און פארקלאפט קען ער נישט דאווענען, אבער דער ערליכער איד שפירט מיט די צער, אבער איז זיך מחזק מיט שמחה און אזוי פועל'ט ער...
אידן! כך הוה! דאנערשטאג אינדערפרי איז די מאמע ארויס געגאנגען מיט די טאכטער איינקויפן. דאס ערשטע מאל ארויס פון שטוב נאך א לענגערע תקופה וואס אפילו די מינימאלסטע שטוב געברויכן האט זו נישט געטון.....

אידן! תפילה האט א מורא'דיגע כח! נעמטס א תהלים'ל און זאגט כאטש אפאר קאפיטלעך פאר אייך, אייער משפחה, באקאנטע בתוך כלל ישראל!
און פועל'טס אלעס גוטס!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

בס"ד

א טייערער אינגערמאן האט געדארפט דורך גיין אן אפעראציע, ווען ער האט געהערט פון וועלכען שפיטאל מ'רעדט איז אים שווארץ געווארן, ער איז שוין דארט געווען אמאל און ער ווייסט אז ס'איז א פלאץ ווי מ'לערנט אויס פאר אינגע נורסעס די ארבייט - און וויפול סתם א שפיטאל איז שווער - איז יענע שפיטאל עשרת מונים שווערער, ס'איז סיי גאר אינגע און סיי פרובירן זיי זיך אויף צו פירן גאר שיין וכו' און ער געדענקט ניטאמאל זען איין מאן-נורס...
ער האט שנעל גערופן אפאר ערליכע אידן זאלן מתפלל זיין אויף אים, אפאר פון זיינע גוטע חברים זענען געפארן צו ר' שמעון עקסטער מתפלל זיין ער זאל חלילה נישט פאלן!

ער איז אנגעקומען אין שפיטאל ארום 8:00, מ'האט אים צוגעגרייט צום אפעראציע ווען ער איז מלא תפילות דער באשעפער זאל אים אפהיטן, ארום 8:30 קומט מען אים זאגן אז ס'איז אריין געקומען אן עמערדזשענסי און מ'שטיפט אפ זיין אפעראציע אויף 3 נאכמיטאג, ער האט געמיינט ער פאלט צאם, וואס טוט מען דא? ער האט ווידער גערופן זיינע חברים און געבעטן מען זאל נישט אויף הערן דאווענען אויף אים, און ער האט זיך גענומען לערנען מאור עיניים (על פר' וישב), יעדע פאר מינוט קומט נאך א נסיון און דער איד שטארקט זיך! 6 שעה האט ער איבער געלערנט דעם שטיקל נאכאמאל און נאכאמאל ביז מ'האט אים אפערירט.....

ווען ער האט זיך אויפגעוועקט - וואס ווי באוואוסט, איז דאן די מח נאך אביסל שיכור, און ס'איז אסאך שווערער זיך צו קאנטראלירן, אבער די הרגשים ארבייטן טויזנט מאל שטערקער - האט ער געשפירט אז ער האלט עס נישט אויס! ער האט פרובירט אויס צו שטרעקן זיין האנט צו נעמען די מאו"ע אבער ער זיין גוף איז נאך געווען צו שוואך. און דא קומט יעדע פאר מינוט אריין א צווייטע פרעגן וואס ער מאכט, און צו מ'קען אים אפשר מאכן באקוועמער וכו'
דא האט ער שוין געשפירט אז ער גיבט אויף, ער האט געגעבן א פלאץ אויס אין א געוויין און געזאגט: רבוש"ע! דער הייליגער מאו"ע זאגט צו אז דו ביסט נישט מנסה א מענטש מיט עפעס מער ווי זיינע כחות! איך בעט דיר, אדער גיב מיר פרישע כחות אדער נעם אוועק די עקלדיגע נסיונות, ווייל איך קען נישט מער!!!!

אפאר סעקונדעס שפעטער עפנט זיך די טיר און אן עלטערע פרוי קומט אריין, זו זאגט אים אז פאר יארן צוריק האט זו זיך געלערנט הארץ-רפואה און זו געדענקט עפעס אז אידן האבן א פראבלעם מיט נשים (זעט אויס עפעס אן ערליכער דאקטאר איז שוין פאר יארן צוריק געווען א גוטער שליח מקדש שם שמים צו זיין און מקדים זיין רפואה למכה).
זאגט ער איר: ריכטיג.
פרעגט זו: פארוואס האסטו גארנישט געזאגט?
זאגט ער: איך האב נישט געקלערט אז ס'וועט עפעס העלפן, היינט איז דאך לעידי"ס-פירס"ט וכו'.... און איך האב ניטאמאל געזען איין מאנס-פערזאן אינעם שפיטאל...
זאגט זו: פארקערט! אדרבה! מיר ווילן זיך צושטעלן, זאג נאר ווי אזוי וואלט איך געקענט העלפן?
זאגט ער: אויב שייך, פון די רגע זאל קיינער מיר נישט צו רירן חוץ אויב ס'איז פיקוח נפש!
זו (פארגאפט): אזוי?!?!? גיב מיר אפאר מינוט, איך וועל זען וואס איך קען טון.
א קורצע צייט שפעטער קומט זו צוריק און זאגט: דא אויף דעם שטאק איז טאקע נישט דא קיין איין מאן, אבער איך האב געהייסן אריבער ברענגען א מאן פון אן אנדערען אפטיילונג פון שפיטאל און נאר ער וועט דיר באדינען! און איך שרייב א צעטעלע אויפן טיר אז קיין שום אשה זאל דיר נישט צו רירן חלילה.

די אומגלויבליכע האט פאסירט! ביז ער איז ארויס פון שפיטאל האט ער קיין צורת אישה נישט געזען ביי זיך אין צימער!

ווער עס ווייסט זענען זיי זייער שטרענג קעגן די זאכן, מיט זייערע פארדרייטע מוחות אז מ'דארף מכבד זיין די פרויען וכו' שלאגן זיי זיך ממש אויף דעם עניין, און אפילו ווען גרויסע רבי'ס דארפן אמאל צו קומען צו א שפיטאל מוטשעט מען זיך מורא'דיג אויף דעם עניין, אבער דא איז נישט געווען קיין עסקנים! דא איז געווען א הייסע תפילה פון א לב נשבר צום רבוש"ע אליין!!!!!

און איך ווייס נישט וועלכע חלק פון די מעשה איז גרעסער... לבי אומר לי די ערשטע האלב פאקט איין די צווייטע...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4906
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6542
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מורא׳דיג! שכח פאר ברענגען און מזכה זיין
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ש'כויח אייך.
אויב איינער קען מיר שיקן די אשכול פון חיזוק אויף שמירת עיניים למצווה יחשב לו
שמואל הלוי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:04 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל הלוי »

א גרויסען יישר כח הרב צעטיל שליט"א פאר די געוואלדיגע ווערטער
איך בין נישט קיין תושב דא נאר געווען צוגאסט איך מיז אבער אריינסיינען צו זאגען שכח
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שמואל הלוי האט געשריבן:
א גרויסען יישר כח הרב צעטיל שליט"א פאר די געוואלדיגע ווערטער
איך בין נישט קיין תושב דא נאר געווען צוגאסט איך מיז אבער אריינסיינען צו זאגען שכח
ש'כויח!
דער אמת איז אז כ'האב עס געשריבן ווייל ווען איך האב עס פרובירט איבער צו דערציילן האבן די טרערן מיר געשטיקט, איך קען דעם אינגערמאן, און ער מוטשעט זיך באמת און מיינט עס באמת למען שמו באהבה. און אז מ'וויל העלפט דער רבוש"ע
אפילו בשעת'ן שרייבן איז מיר עטליכע מאל געקומען טרערן, וואו בין איך? ליגט א איד און פרעגלט זיך אין נסיונות, ער האט אלע תירוצים צו פאלן, און יעדער וועט אים פארשטיין, אפשר אפילו פון הימל איז דא א לימוד זכות אויף אים.... אבער ניין! טאטי איך וויל דיר נישט מצער זיין!!!
ואני אנה אני בא????
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

[quote="צעטל קלעבער"][/quote]
צעטל'ע חזק אותי לגמרי תדליק לי את הנשמה
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

א מאסיווע יישר כח!!!!
טאטי האט נישט באנקראטירט, ער האט ריזיגע אוצרות אין פארשטופטע ווינקלען, אמאל איז מען זוכה א בליק צו טאן.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

פרץ האט געשריבן:
א מאסיווע יישר כח!!!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ויתן לך וכו' - רש"י הק': ויתן ויחזור ויתן, אז אפילו איינער האט שוין באקומען, אבער ער האט מקלקל געווען חלילה, וועט מען אים געבן נאכאמאל.
ספורנו: אז א איד וועט זיך מתבונן זיין און די גוטס וואס דער באשעפער גיבט אים וועט ער באקומען נאך גוטס, דער עצם התבוננות בטובו יתברך איז משפיע נאך גוט'ס.

ויחרד יצחק חרדה גדולה - ס'שטייט אז יצחק אבינו האט געזען גיהנום פתוחה תחתיו, פרעגט זיך ווי אזוי קען עס זיין, די גיהנום רוהט דאך שבת און יו"ט (און דאס איז געווען פסח פרייטאג צונאכטס), נאר ס'שטייט אז די גיהנום רוהט נאר פאר ווער ס'האט גערוהט שבת ויו"ט, און טאקע דאס איז געווען די חרדה גדולה, אז ער האט געכאפט אז מ'רעדט דא פון א מענטש וואס איז מחלל שבת ויו"ט.
ראש חודש איז א עקסטערע שמחה, ווייל די גיהנום רוהט פאר אלע, ווייל ס'נישט דא קיין שביתה ביי ר"ח.

ויתרוצצו הבנים, האט זיך רבקה דערשראקן, ווען מ'האט איר געזאגט אז ס'איז צוויי עקסטערע מענטשן האט זו זיך בארואיגט, ווייל א צדיק איז גוט און א רשע וועט תשובה טון, אבער איינער וואס טאנטצט אויף ביידע חתונות פאלט ניטאמאל איין צו תשובה טון! ער דעקט זיך מיט זיינע מעשים טובים... איך בין דאך א תלמיד חכם, איך טייל דאך אזוי פיל צדקות וכו'... ה' ישמרנו.

ולאם מלאם יאמץ זאגט רש"י כשזה קם זה נופל, דאס איז געווען די דרך הבעש"ט הק', דו זיי עוסק ב'עשה טוב' און אוטאמאטיש וועט שוין זיין 'סור מרע', חלילה נישט פלאטשקען אין די בלאטעס!

'עשיו' זאגט בעל הטורים גימטריא 'שלום', ווייל ווען נישט וואלט ער חרוב געמאכט די גאנצע וועלט,
זעט מען ווי חשוב שלום איז, אז אפילו א נאמען וואס איז נאר בגימטריא שלום איז שוין משפיע.

ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זאגט: ויאהב יצחק את עשיו כי ציד בפיו זאגט רש"י (די ערשטע פשט) בפיו של יצחק, זאגן צדיקים אז יצחק האט מקרב געווען עשיו, אזוי אז אויב חלילה וועט זיין א איד וואס טוט חלילה מעשי עשיו, וועט יצחק קענען טענה'ן פארן רבוש"ע, קוק, איך האב אויך מקרב געווען עשיו, אפילו ער איז געווען אזוי, זיי דו אויך מקרב דיינע קינדערלעך. און דאס מיינט ציד בפיו של יצחק.

אמאל האט ר' מאיר'ל זי"ע געטראפן א איד וואס איז געגאנגען א שיינע בעקיטשע און זיך גערופן א רבי, און מענטשן האבן אים געגעבן געלט וכו'
האט אים ר' מאיר'ל געפרעגט: וואס איז פשט אז איינע פון די מידות של רחמים איז 'אמת'? ס'איז דאך בעסער אז דער באשעפער זאל פארקוקען פון אונזערע מעשים, אך און וויי פאר דער וואס דער באשעפער וועט גיין מיט אים פונקט לפי זיינע מעשים - אם עונות תשמר קה ה' מי יעמוד.
האט יענער נישט געוויסט צו ענטפערען.
זאגט אים ר' מאיר'ל: קום, מאיר'ל וועט דיר זאגן פשט, אמאל איז דא א גראבער יונג וואס פירט זיך ווי א גאנצע צדיק, און מאכט תנועות פון צדיקים, און מענטשן זאגן אז ער איז א צדיק, און ביי א צדיק שטייט דאך אז מען איז מדקדק כחוט השערה, איז דאך ממש א רחמנות אויף אזא איד... איז דא קומט אריין די מידת 'אמת' און פון הימל איז מען אים דן לפי זיין אמת'ע דרגה.
אזוי ברוב חכמתו האט ר' מאיר'ל אויך ממתיק געווען אויף יענעם און אים אויך געשטעלט אין פלאץ.

מ'זאגט ביי די על חטא'ס: על חטא שחטאנו ביצה"ר. וואס זענען אלע עברות? נישט מיטן יצה"ר? נאר ס'דא נסיונות וואס קומט פון הימל, און מ'דארף גרויס רחמים עס צו קענען ביי שטיין.
אבער ס'ליידער דא נסיונות וואס מ'נעמט זיך אליין (צו א כלי וואס טויג נישט, צו א פלאץ וואס טויג נישט וכו') און אויף דעם טוט מען עקסטער תשובה פארוואס מען האט זיך אליינס געברענגט נסיונות...

תהלים ק"ט שטייט די ערגסטע קללות, און רש"י איז מסביר אז ס'גייט אויף עשיו. פארוואס? ווייל ער האט נישט צו געגרייט פאר יצחק עסן ביי די פטירה פון אאע"ה (יצחק האט דאן געקאכט די נזיד עדשים), דער זעלבער עשיו דער רוצח וואס די תורה זאגט עדות אז ער האט געמאכט אלע געמיינע נידריגע מעשים, דער זעלבער עשיו וואס האט כסדר געברענגט עסן פאר זיין טאטן, פארוואס איז ער געשאלטן? ווייל ער איז נישט געווען דארט ווען זיין טאטע האט אים געדארפט - א איד שפירט אמאל, איך בין אזוי נידריג, פארוואס דארף איך נאך מעשים טובים? האלאו! דו ביסט אזוי נידריג ווי עשיו? אוודאי נישט! כאפ אריין מצוות און מעשים טובים וויפול דו קענסט!!!! לאז נישט אפ דיינע נקודות טובות, קענסט טון נאך א מצווה? כאפ אריין!!!

א פרייליכן שבת און חודש כלל ישראל!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4906
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

@צעטל קלעבער זייער שיין
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
@צעטל קלעבער זייער שיין
גא"ממורא'דיגע חיזוק
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:
@צעטל קלעבער זייער שיין
גא"ממורא'דיגע חיזוק
ש'כויח אייך!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

נאר מיט שמחה!
ר' גרשון ליבמאן האט געטראפן א איד אין פראנקרייך (צרפת) וואס האט גארנישט געוויסט פון אידישקייט צו זאגן, אפילו נישט די פסוק 'שמע ישראל' - אבער איין פסוק האט ער געוואוסט: 'תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה...'
האט ער דערציילט אז אין די לאגער האט ער געוויילט נעבן דעם צאנזע'ר רב זי"ע און דאס איז געווען די פסוק וואס ער האט כסדר איבער גע'חזר'ט....
יא אפילו אין די שווערסטע מצבים זענען ערליכע אידן פארנומען מיט איין זאך, שמחה!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בעש"ט הק' - סולם בגימ' ממון, אפשר להשתמש לעלות ואפשר חלילה...

די מעברים וואס יעקב אבינו איז אריבער שטייט קלאר, די 14 יאר בבית עבר שטייט נאר ברמז, ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן זאל ער וויסן דאס איז די עיקר תכלית! מ'דארך זיך פרייען מיט דעם! אזוי ווי ס'שטייט אין רש"י אויף וישא יעקב את רגליו: משנתבשר בשורה טובה שהובטח בשמירה נשא לבו את רגליו ונעשה קל ללכת כך מפורש בב"ר - אז א מענטש פרייט זיך מיט זיין עבודה ווערט אים גרינג צו לויפן און טון, אז א מענטש פרייט זיך מיט א שחרית שפרונגט ער ארויס פון בעט, אז ער איז בשמחה מיט די התגברות העלפט אים זיין הארץ אנטלויפן מיט שמחה.

ביים הייליגן בעלזא'ר רב זי"ע איז אמאל געקומען א מעשה פון א בחור וואס האט נעבעך געפלאנט חתונה צו האבן מיט א בת נכרית, האט ער געטייטשט: והיה ה' לי לאלוקים - אפילו די מידת הדין איז נהפך לרחמים.
און די נאכט פאר די חתונה איז זו משוגע געווארן, אים באשולדיגט אז ער פרובירט איר צו הרג'ענען, און ער האט געמוזט אנטלויפן, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
מ'זאגט פון צדיקים, אז ס'איז א חסד ה' אז די גויים האבן אונז פיינט, ווען נישט ווער ווייסט וויפול נאנטשאפט וואלט געקענט שאדן חלילה.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

רש"י הק' זאגט: פארוואס שטייט די מעשה פון אשת פוטיפר בסמיכות צו די מעשה פון תמר, צו ווייזן אז זו האט אויך געמיינט לשם שמיים.

האבן צדיקים געזאגט, קוקט א חילוק צווישן א צדיקת וואס טוט לש"ש, און א רשע'נטע וואס טוט לש"ש.
די צדיקת איז געווען גרייט זיך צו לאזן הרג'ענען (מיט די צווילינג וואס האט געדארפט געבוירן ווערן) אלץ כדי נישט צו פארשעמען א צווייטן, איי זו האט עס געטון לשם שמים? נישט אויף יענעמס חשבון!
און די רשע'נטע איז געווען גרייט מיאוס'ליך צו פייניגן א מענטש פאר 12 יאר! אלץ לשם שמים!.....

א מענטש דארף זיך גוט נאך קוקן צו ער טוט לשם שמים, און 'וואס'ער טוט לשם שמים.....
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

@צעטל קלעבער יישר כח פאר די דברי חיזוק
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

מוראדיגע דיבורים פונעם הייליגן רמ"ד וואלי (תלמיד פונעם הייליגן רמח"ל).
ea5c2d2d5c5c4933b673a87499fca786.jpg
ea5c2d2d5c5c4933b673a87499fca786.jpg (79.31 KiB) געזען 1513 מאל
e67c41d79cdc4534b43f0c351890a728.jpg
e67c41d79cdc4534b43f0c351890a728.jpg (65.5 KiB) געזען 1513 מאל
242b2a9e8e0b469190dac90c955363a8.jpg
242b2a9e8e0b469190dac90c955363a8.jpg (76.31 KiB) געזען 1513 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”