איך האב געדארפט האבן עפעס א גאר וויכטיגן דאקומענט ביז היינט (דאנערשטאג ויחי פ"ג) 7:00 אינדערפרי, אויב נישט בין איך אויסגעשטאנען א הפסד פון ארום פערציג טויזנט דאללער!
נעכטן (מיטוואך) נאכט, נאך אפאר שעה זוכן, נאכן איבער קוקן צוויי דריי מאל אין יעדן מעגליכן פלאץ, מאכן אלע סארט סגולות (וואס האבן אודאי צוגעהאלפן צום ישועה), האט זיך מיין קאפ געדרייט אויף אזא פארנעם אז איך האב שוין קוים געקענט טראכטן גלייך. אויב האב איך נישט דעם דאקומענט מיינט עס אסאך בירוקראטיע מיט די אינסטאנצן (א ריכטיגע עול דרך ארץ...).
9 אזייגער אווענט האב איך א חברותא ב"ה (*), און ווען די שעה האט זיך דערנענטערט האב איך געהאפט ער וועט נישט רופן, אבער 8:53 האט ער יא גערופן, און ס'האט גענומען א מינוט מחליט צו זיין צו גיין, הגם איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען פאוקעסן אויף די גמרא פאר א מינוט אין א צי, פארט האב איך זיך דערמאנט אז פריערט אין טאג האב איך געהערט ביי א שיעור אז המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ מיינט נישט דער וואס לערנט 18 שעה א טאג ווייל ער האט הנאה צו לערנען, נאר דוקא דער וואס האט נישט הנאה און לערנט מיט אן עול ווייל אזוי האט דער באשעפער באפוילן, די לערנען האט אויסגעקוקט ווי ערווארטעט, מ'האט איבערגעלערנט 3 מאל א זאך ווייל מיין קאפ איז געלאפן פון איין אפיס צום צווייטן וואו מ'וועט קענען שתד'לען (אויף דעם ארגינעלען דאקומענט האב איך שוין געהאט אויפגעגעבן!...), אבער מ'האט זיך מחזק געווען מיט די מאמר חז"ל און פרובירט לערנען וויפול ס'גייט.
אהיים קומענדיג זאגט מיר תיכף מיין רעבעצין, ס'מוז זיין 'דארט', זאג איך איר, איך האב שוין געקוקט 'דארט' 2-3 מאל! סאיז! נישט! דארט! איך האב אפגעמאכט צו גיין שלאפן און וואס דער באשעפער טוט איז גוט. נאך אפאר סעקונדעס הער איך א שריי: איך האב עס!, יא יא, דארט וואו איך האב שוין כמה פעמים געקוקט!
המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ.
(*) ביז אפאר יאר צוריק האב איך ליידער (כמעט) גארנישט געלערנט, אפאר יאר צוריק האט א טייערער איד מיר מציע געווען קובע צו זיין א חברותא'שאפט אין גמרא, איך קען צו זאגן אז די ערשטע פאר יאר(!) בין איך געזעצן דארט וואו א לבן אין טייך, כ'האנישט געהאט קיין אהנונג וואס איך זאג, אבער איך האב געזאגט יעדעס ווארט וואס שטייט אין גמרא און געמאכט איין סיום נאכן צווייטן. אן פארשטיין! אבער פליצלונג האט זיך עס ב"ה גע'עפענט....
לערנענדיג אין מס' ר"ה ווי די שכינה האט גולה געווען צען מאל, איז מיר ממש גערינען טרערן, די שכינה הק' האט זיך נישט מסלק געווען בבת אחת, דער רבוש"ע האט געווארט אידן זאלן תשובה טון, געגאנגען ווייטער און ווייטער צוביסעלעך... זיך געזעצט אויף'ן דאך און געוויינט, שטעל זיך פאר א אינגערמאן קומט אהיים און ער טרעפט נעבעך זיין בני בית טון נארישקייטן, און ער בעט זיך ביי איר 'הער אויף', און זו לאכט אים אין פנים און מאכט זיך ווייטער משוגע, ער גייט ארויס וויינענדיג, איין טריט, און נאך א טריט, ביז ער גייט ארויף אויף'ן דאך און זאגט וואס האב איך צו זוכן דא....
ס'איז מיר געווען שווער ווייטער צו לערנען, נאר א משהו אריין קלערנדיג אין די אומגעהויערע צער השכינה, אבער איך האב זיך פרובירט מחזק זיין אז דער רבוש"ע וויל אוודאי איך זאל ווייטער לערנען! (שלמה המלך זאגט שוין: עת... ועת... יעדע זאך האט זיין צייט - יעצט איז די צייט צו לערנען תורה מיט שמחה)
נאכן לערנען נאך אביסל, דערציילט די גמרא אז ס'פלעגט הענגען א לשון של זהורית אינדרויסן פון היכל, אבער ווען די חכמים האבן געזען אז אידן ווערן בעצבות ווען ס'ווערט נישט ווייס, האט מען עס אנגעפאנגען הענגען פון אינעווייניג, אבער ווען די חכמים האבן געזען אז ס'נאך אלץ דא אידן וואס קוקן אריין און ווערן בעצבות, האט מען מתקן געווען עס בכלל נישט אויף צו הענגען!!! נאר מ'האט עס געבינדען צו א סלע.
איך מיין אז ווען מ'פרעגט מיר, וואלט איך אוודאי געזאגט עס לאזן, זאלן אידן וויסן אז מ'דארף תשובה טון! און כאטש ווען ס'הענגט פון אינעווייניג זאל מען עס לאזן, ווער ס'וויל קוקן און ווערן בעצבות הרשות נתונה בידו, אבער ניין! די חכמים פארשטייען בעסער! נעם עס אראפ! ס'ברענגט צו עצבות קען עס דא נישט זיין!
ענדליך זעט מען ביי די שלשה רגלים, די חכמים האבן געזען אז די שמחה ברענגט ר"ל צו מכשולות האט מען מתקן געווען בה"ב נאך יו"ט... איך גלייב איך וואלט זיי געפרעגט: אנטשולדיגט, דו בויעסט א שפיטאל אונטער די בריק ווייל מענטשן פאלן אראפ? מאך די בריק ברייטער, לייג צו א פעסטן גדר, און שלום על ישראל. אבער די חכמים פארשטייען בעסער, שמחה מוז זיין! ס'קומט ארויס מכשולות? וועט מען מאכן ימי תשובה שפעטער! (מן הסתם מוז זיין אז די דערהויבנקייט פון די שמחה ברענגט אזוי פול גוטס, נאך אסאך מער ווי די תוצאות פון די נפילות, די נפילות ווערן אויסגעמעקט מיט איין תשובה, אבער די דערהויבנקייט, און נאנטקייט צום באשעפער בלייבט לנצח נצחים!)
ענדליך האב איך געהערט פון ר' אביש ציינווירט שליט"א: פארוואס איז דא הלכות אבלות? ווייל די חכמים האבן מורא געהאט אז מענטשן וועלן קומען צו עצבות חלילה, האבן זיי מתקן געווען געוויסע זאכן וואס מ'דארף טון, ותו לא! לייג נישט צו! זיי ווייטער בשמחה, ווייל דער רבוש"ע מאכט נישט קיינע טעותים! אלעס אלעס אלעס איז לטובה!
דו זיי בשמחה און אלעס וועט זיך אויסארבייטן לטובה!
ביי חסידים (דאכצעך אין קארלין, אדער אפשר גאר בשם דעם בעש"ט הק'?) האט מען געזאגט: עצבות איז נישט די גרעסטע עבירה, און שמחה איז נישט די גרעסטע מצווה - אבער וואס עצבות קען צוברענגען, ר"ל... און וואס שמחה קען צוברענגען קען קיין שום מצווה נישט.
און מ'זאגט אויך: תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה, שמחה איז א מצוה און מצוות דארף מען טון מיט א שמחה... איז לאמיר זיין בשמחה מיט א שמחה!
ר' משה, א טייערער אידל וואס האט זיך נאך געדרייט ביים ריבניצער זי"ע האט אן אינטערסאנטן מנהג, יעדעס מאל וואס איך באגריס אים, פרעגט ער מיר: ווי אזוי האסטו געוויסט אז ס'איז מיר? אנפאנג פלעג איך שמייכלען, שפעטער האב איך זיך איינגעהאלטן פון כעס, און צומאל פלעג איך אים ענטפערן איבערגעקלוגטע תשובות ווי: די ריח איז עפעס אומדערטרעגליך אז ס'האט געמוזט זיין דו... אדער פלעג איך אים פשוט באגריסן: ר' חיים וואס הערט זיך? און ער פלעגט מיר מתקן זיין מיט א פשטות: איך הייס ר' משה.... צומאל פלעג איך צו גיין צו אים מיט א צעמישטע בליק: אנטשולדיגט, ווער זענט איר? ביז איין טאג האט ער מיר מגלה געווען דעם סוד, געווען איז עס איינע פון די טעג וואס איך האב געהאט גאנץ קנאפ נערוון צו זיינע קאורנ"י דזשאוק"ס, זאט ער מיר, צעטעלע טייערער, דו מיינסט איך וויל דיר סתם משוגע מאכן? איך האב געווארט זאלסט מיר פרעגן פשט, אבער היות דו פרעגסט נישט וועל איך דיר פארשטיין געבן.
יעצט פארשטייסטו וואס איך האב געוועלט פון דיר? מיין רצון איז געווען זאלסט זיך אפשטעלן א רגע און מתבונן זיין אין די געוואלדיגע חסד השם, אז דו קענסט פורנאנדשיידן צווישן איין צורה און א צווייטן, צווישן איין קול און א צווייטן וכו' - ס'איז דאך געוואלדיגע נפלאות הבורא!
פונקט אויף די יארצייט פון ר' ישעי'לע זי"ע האט מיר איינער דאס צוגעוויזן - בעצם באקומט יעדער אויף הוצאות שבת לפי זיין דרגה - אבער אויב איינער וויל מער מכבד זיין דעם הייליגן שבת אדער טון מצוות צדקה הכנסת אורחים וגמילות חסדים וכדומה זענען פארהאן גאנצעטע כיתות מלאכים וואס וועלן זיך 'אנשטרענגען' און טון וואס זיי קענען אים צו העלפן!!! ווייל נאר פון דעם האבן זיי חיות.
אהבת שלום פרשת מצורע~2.jpg (187.3 KiB) געזען 1042 מאל
אגב, בדידי הווה עובדא כמה וכמה פעמים, מיט א געוואלדיגע סייעתא בענייני צורכי שבת, איך וויל שרייבן אפאר דוגמאות:
יעדע וואך דאנערשטאג גייט מיין זון דורך די פיש געשעפט אויף'ן וועג אהיים פון חדר, און ברענגט אהיים אסאך גרויסע פיש וואס מיר באשטעלן פריערט אין טאג לכש"ק, איין וואך האט די געשעפט אייגענטומער אונז געזאגט אז מיר קענען מער נישט אויף שרייבן ווייל די חוב איז שוין צו גרויס, ווען מיין רעבעצין האט מיר געפרעגט וואס מ'טוט, האב איך איר געזאגט 'אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים' קומענדיגע וואך שפאצירט מיין זון אריין אין שטוב מיט א ריזיגן פישל פון קרוב צו 10 פונט! ווען מיר האבן אים געפרעגט וואס איז די מעשה, זאגט ער: אויף'ן וועג אהיים פון חדר ווען איך בין אריבער נעבן די געשעפט, שטייט דארט דער אייגענטומער און שרייט צו מיר: צעטעלע! צעטעלע! קום אהער, איך האב דעם וואך באקומען א ריזיגן פיש'ל וואס פאסט פונקט פאר אייך....
א צווייטן מאל, האט מען שוין מיטוואך און דאנערשטאג עטליכע מאל פרובירט ניצן די קרעדיט קארטל אבער ס'שוין געווען מעקס"ד או"ט - פרייטאג בין איך ארויס איינקויפן, ארויף געלייגט דאם קארטל, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! האט מיר געכאפט די זאך בין איך שוין געלאפן קויפן הערינג אויך, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! בין איך געלאפן קויפן א נייעם טלית קטן, געזאגט לכבוד שבת קודש און ס'איז אריבער! (ניין ס'נישט פונקט געווען די דעיט וואס ס'קלערט.... ס'איז פשוט געווען סייעתא לכש"ק!)
ועוד הרבה כהנה וכהנה!
דערציילנדיג די אויבן דערמאנטע פאר מיין חבר שרוליק, זאגט ער מיר: הער, איך מוז דיר דערציילן, איך בין איין פרייטאג געשטאנען ביי די עי.טי.עם. מאשין, פאר מיר זענען געשטאנען עטליכע אידן אין רייע, און איין איד - גראדע א באקאנטער מיינער - האט פרובירט ארויס צו שלעפן געלט, אבער דער מאשין האט אים נישט געוואלט געבן... האט זיך דער שוטה וואס איז געשטאנען אונטער אים אנגערופן: נו, אז ס'נישטא איז נישטא.... (המקום ירחם עליו בתוך שאר... ישראל), האט דער באטראפענער אים געענטפערט: ניין! אז ס'נישטא וועט דער רבוש"ע שיקן!
ביי קבלת שבת אין שול, קומט דער באטראפענער צו צו מיר מיט א שטריילנדער פנים: שרוליק! דער באשעפער האט געשיקט! אפאר מינוט שפעטער קומט צו צו מיר א איד, און זאגט מיר, הייסט איר אפשר משה משהפאוויטש? 'יא' ענטפער איך אים, איר האט אפשר א קרידעריזעק געשעפט אויף די טויקעצירעל גאס? 'איך פלעג אמאל' ענטפער איך אים, ס'האט זיך ליידער פארמאכט פאר בערך אכט יאר צוריק... אההה!!! ברוך השם! איך זוך אייך שוין בערך צען יאר! איך בין אייך שולדיג 900 שקל (קרוב צו $300). עד כאן מפי שרוליק.
און אז מ'רעדט שוין פון שבת קודש, קען מען צו לייגן, אז אין די וויין געשעפט האט מיר אויך איין וואך דער ארבעטער געזאגט אז די חוב איז שוין צו גרויס און מ'קען מער נישט אויף שרייבן, קלינג איך אריין דעם אייגענטומער און איך זאג אים אז ער איז נישט מחוייב מיר צו פארבארגן, און אויב ס'איז אים שווער איז ער פטור, אבער אויב האט ער פשוט מורא קען ער זיין רואיג, ווייל דער רבוש"ע אליין איז ערב, 'לוו עליי ואני פורע' ער האט מיר ניטאמאל געלאזט אויס רעדן, נאר גלייך געזאגט אז איך קען רואיג אויף שרייבן, ווייל ער ווייסט אז איך קויף לכש"ק.
ווען איך האב אים שפעטער באגעגענט זאגט ער מיר, אז ער וויל מיר דערציילן עפעס: די ערשטע פאר יאר וואס איך האב געהאט די געשעפט האב איך פארדינט יעדן וואך א געוויסע סכום, אפאר דאלער ארויף אפאר דאלער אראפ, אבער בערך די זעלבע, איין וואך ביים זיך אהיים יאגן פון געשעפט נאנט צום זמן, האב איך געקלערט צו זיך, ס'פאסט דען אזוי? אנקומען די לעצטע רגע צום הייליגן שבת??? אומר ועושה, איך האב אויף'ן פלאץ געמאכט א קבלה אז פון קומענדיגן וואך און ווייטער מאך איך בלי נדר אלע הכנות דאנערשטאג נאכט, איך גיי נישט שלאפן פאר איך האב געטון אלעס וואס איך דארף טון אין שטוב לכבוד שבת קודש! שפעטער קען איך זיין אין געשעפט ביז שפעט (סך הכל שטייט אז איינער וואס נעמט אריין געסט און בעט געלט אויף דעם האט אויך די מצוה פון הכנסת אורחים - סך הכל טייל איך וויין פאר אידן לכבוד שבת קודש!).
וואס זאל איך דיר זאגן צעטעלע, פון יענע וואך און ווייטער - נישט א חודש און נישט א האלב יאר. נאר ממש יענע וואך! - האבן זיך די סעיל'ס געדאפעלט!! איך קען דיר ווייזן דעם עקסעל! יענע וואך איז 'פונקט' אריין געקומען איינער וואס מאכט א שמחה און געקויפט א ריזן קוואנטום, אבער פון יענע וואך און ווייטער איז עס סטעדי דאפלט מיט נארמאלע סעילס!!!....
דיסקלעימער: איך לערן נישט קיין קבלה, און איך פארשטיי נישט אין די זאכן!
איינער האט מיר צו געוויזן א ר' חיים וויטאל זי"ע (שמעתי אז ער איז א תלמיד פון אר"י הקשו זי"ע) אין ספר 'שער הכונות': וזה לשון קדשו: ענין מנהג שנהגו ישראל ללכת ביום ל"ג לעומר על קברי רשב"י ור' אלעזר בנו אשר קבורים בעיר מירון כנודע אוכלים ושותים ושמחים שם.
אידיש טייטש לפי קטנות שכלי: לגבי דעם עניין פון די מנהג אז אידן פירן זיך צו גיין אין דעם 33'סטען טאג צום עומר צו די קברים פון רשב"י און זיין זון ר' אלעזר און מ'עסט און מ'טרונקט און מ'פרייט זיך דארט.
רש"י הק' אין תהלים איז מדייק אז ס'שטייט נישט יתמו חוטאים נאר 'יתמו חטאים' - אז נישט חלילה די 'זונדיגערס', נאר ס'זאל קומען אזא רוח טהרה אז ס'זאל מער נישט זיין קיין 'זונד'.
אסאך צדיקים זאגן מ'זאל זען אפצוהאקן דעם פראבלעם פון זיך, נישט חלילה זאגן כעסן עצלן וכו', נאר זאגן איך האב א גרויסן ייצר הרע בעניין כעס, עצלות וכו'
א משל צו דעם קען מען זאגן: איינער זאגט מיר אמאל אז די וואסער אין מקווה איז שרעקליך שמוציג, זאג איך אים: די וואסער איז ממש ציכטיג ריין, נאר ס'דא שמוץ אין דעם, והא ראיה אז ווען מצינדט אן דעם פילטער אויף אפאר שעה ווערט עס צוריק ריין. א אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט שמוציג! ס'בלייבט אלעמאל הייליג, ציכטיג און ריין, ס'קען זיך רח"ל אמאל מאכן אז ס'קען זיין א שמוץ אויף דעם, אבער מ'גיבט זיך א טובל אין מקוה און מ'ווערט ווי א בריה חדשה. די מיליטער האט שוין אזאלכע קליינע פלעשלעך וואס די סאלדאטן קענען ניצן אין פלעצער ווי די וואסער איז ממש פארפעסטעט אז ס'איז סכנת נפשות ממש עס צו טרונקען, אבער נאכן ליגן א וויילע אין דעם פלעשל קען מען טרונקען ציכטיג ריינע וואסער...
האט מיר א טייערער איד געזאגט אן אינטערסאנטער דערהער: וואס איז 'שנאה'? לכאורה די היפך פון אהבה. ווען קומט די הרגשה פון שנאה? בד"כ ווען איינער שטערט אים פון זיין אהבה, למשל א קאץ, וואס האט ליב א מייזעלע און איינער קומט און כאפט אים צו זיין מייזעלע וועט ער יענעם פיינט האבן. ער האט נישט קיין שנאה צום מייז, ער איז פשוט הונגעריג.... אבער דעם וואס כאפט אים צו זיין עסן, דעם האט ער פיינט.
להבדיל אלף אלפי הבדלות (נישט אז איינער פרובירט מסביר צו זיין דרכי ה' - נאר אונז פרובירן לשבר את האוזן) ווען דער רבוש"ע שיקט איינעם א נסיון איז עס א וועג ווי אזוי דער אייבערשטער פרובירט צו ברענגען דעם איד נענטער צו זיך (ווי דער הייליגער מאו"ע, נוע"א און נאך פולע צדיקים זי"ע דערמאנען כסדר), יעצט קען מען פארשטיין אז ווען ס'שטייט 'אלוקים של אלה שונא זימה' מיינט עס נישט חלילה אז כביכול האט פיינט דעם מענטש ח"ו, נאר פונקט פארקערט! דער רבוש"ע האט אזוי שטארק ליב יעדן איד, עד כדי כך אז ער האט פיינט די זימה וואס דערווייטערט דעם איד פון אים.