סארנא מעטאד
ובזה החלי:
די וואך שבת פרייטיג צונאכטס ביי די סעודה איך האלט ביי די המוציא, איך וויל שוין ארייקריצן אין צוויי חלות כמנהגי יעדע וואך, וואס הייסט צוויי חלות? נאר איין חלה אזוי ווי יעדער עסט און א צווייטע וואס עהנדעלט מער צו א פארטריקענטע פייג ווי צו א חלה, עס רופט זיך "גלוטען פרי"... זעהן זעהט ער אויס ווי א אויפגעשוואלענע קיכעלע וואס איז אפגעברוינט געווארן פון די זון, א טעם האט ער פון ניס מיט זעמל מעל און וואס נישט, נאר נישט פון חלה (איך זאג נאר דורך די גרוך ווייל טועם זיין האב איך מיר קיינמאל נישט געטרויעט...) שוין לאמיר צוריקגיין צו די מעשה בקיצור איך זוך די צווייטע חלה ואיננו נאר מיין חלה איז אביסל גרעסער געווארן שוין מ'ווינקט די אידענע מיט א פארשענדע מינע נו? ד.ה. ווי איז דיין חלה? ווינקט זי צוריק עה עה, אזוי ווי איך דארף עס מער נישט, שוין שניידט מען צווויי מוציאס און ווינדער איבער ווינדער זי עסט מיט אפעטיט...
לאמיר אנהייבן פון אנהייב, ווען איך האב חתונה געהאט האט מיין אידענע געגעסן נאר ספעלט, און אויך נישט קיין מילך, שפעטער מיט די צייט האט זי אויפגעהערט אויך מיט ספעלט און געמאכט ממש א חרם אויף גלוטען און סיי וואספארא מילכיג, ס'איז געווען זייער שווער פארשטייט זיך, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז אויב האב איך איינגעטונקען אין די טאמעטא דיפ האט זי שוין נישט געוואלט איינטינקען ווייל אפשר איז אריינגעפאלן א ברעקל און ס'וועט זיין צרות, אויב האט זי אמאל געטשיד און אפאר טעג נישט געווען צו וועם צו רעדן!
ביז... איין טאג האבן מיר אפגעמאכט אז עד כאן! לאמיר פראבירן דר. סארנא!
און די נס האט נישט געשפעטיגט צו קומען מיר זענען געווען אויפן קאנפרענס עטליכע וואכן בעפאר שבועות און שבועות האטזו שוין אריינגערוקט א שיינע פאר פארציעס רייכע טשיסקעיק ואין פוצצה פה ומצפצף!
און דערנאך קומט די מעשה הנ"ל פון די וואך שבת.
פיל איך פאר וויכטיג מודיע צו זייך פארן צוביר, סיי וואספארא כראנישע פראבלעם איר האט פאר איר אינוועסטירט טויזענטערס און קייראפרעקטערס ווייטעמינען וכדו' וכו' וככו' פראבירט קודם דר. סארנא ביליג פארשטענדליך און דער עיקר שנעל.
שכח פארן אויסהערן.
רפואה שלימה