בלאט 4פון 7

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:21 pm
דורך גלאזער
אוהב ספרים האט געשריבן: טאמער געסט עס פאר די מוסד נאך די געווינס באצאלסטו קודם טעקס, משא"כ אויב די געסט אס פאר די מוסד גראד ביים קויפן.

ב. די באקומסט עס טאקע נאך די טעקס אראפגענומען, אבער סוף יאר פיילט מען טעקס דארפסו פיילען די אינקאם פון די לאטערי און דיינע דידאקשענס, אזוי פון דיין פעי טשעק, ממילא לכאורה איז דאס א וועג זעך א עצה צו געבען אביסעלע

פינף און צוואנציג פערסענט פעדערעל טעקס גייט אראפ פארן באקומען און די איבריגע דארף מען פיילן, די סטעיט און סיטי טעקס גייט אראפ פארן באקומען.

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:42 pm
דורך קאליפארניע
א היימישע איד מיט א משפחה מיט 10 קינדער האט געווינען נעכטען די 165M מעגע מיליאן און סטעטן איילענד!

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:43 pm
דורך גיי שוין גיי
קאליפארניע האט געשריבן: א היימישע איד מיט א משפחה מיט 10 קינדער האט געווינען נעכטען די 165M מעגע מיליאן און סטעטן איילענד!

אמתדיג ?
א שאד איך האב נישט געמופט קיין סטעטן איילענד.

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:22 pm
דורך שנאפס
נישט געוואוסט אז מ'האט אויסגעראפעלט סטעטן איילענד אויך...

----

מען שרייבט אין, נישט און




אגב, ס'איז א ק/פ און לכאורה נישט אמת, איף איט מעטערס

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:29 pm
דורך געלעגער
קרעפלעך

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:31 pm
דורך אויסגערעכנט
אין די נייעס שטייט אז מען ווייסט נאך נישט ווער עס איז די געווינער

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:32 pm
דורך מייקל סעוועדזש
אפשר האט זיך יענער מגייר געווען ממש נאכן געווינען

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:34 pm
דורך בן נון
ער האט געהאט 10 קינדער ווען ער איז נאך געווען א גוי?

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:38 pm
דורך מייקל סעוועדזש
א קשיא אויף א וויץ..

געשריבן: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:45 pm
דורך גיי שוין גיי
אויף סאציאלע מידיע פארט ארום בילדער פון א ליבאוויטשע פאמיליע.
קען נעבעך זיין מען מאכט סתם פורים פון א משפחה.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:46 am
דורך איד'ל מיטן פידל
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ..לאמיר זיך נישט נארן, יעדער ווערט אביסל צוחוש'ט ווען ער באקומט פלוצלינג א ביליאן טאלער....

פון וואנעט ווייסטע? דו קענסט איינעם וואס איז צוחוש'ט געווארן? כ'רעד נאכן געווינען א בעלאנע

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:44 am
דורך פרידן
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ..לאמיר זיך נישט נארן, יעדער ווערט אביסל צוחוש'ט ווען ער באקומט פלוצלינג א ביליאן טאלער....

.לאמיר זיך נישט נארן, יעדער ווערט אביסל צוחוש'ט ווען זיין חבר באקומט פלוצלינג א ביליאן טאלער....

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:26 am
דורך גיי שוין גיי
לא דובים ולא יער,

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:49 am
דורך נאטרוליסט
א בפירוש׳ע גמרא אין ע״ז בשינוי לשון: אז אין אדם מתקנא אלא חכם בחכם, גבור בגבור וכו׳

רוב מענטשן וועלן מער זיין דזשעלעס אז מ׳הערט אז זיין חבר/שכן / קאזין איז געווארן א מולטי מיליאנער איבערנאכט. וזה פשוט. אבער אז איינער פון די בונדאקס האט געוואונען וועט נישט ברענגען קיין ספעציעלע קנאה געפילן.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:50 am
דורך וואוילע שעפעלע
גיי שוין גיי האט געשריבן: לויט ווי איך הער אויב ח״ו דער געווינער ווערט ל״ע נפטר.
באקומען נישט די יורשים די איבריגע געלט.
לפי זה לוינט זיך אפשר יא צו נעמען די גאנצע געלט אויף איינמאל.
חוץ אפשר אז מען מאכט זיך א ריזיגע לייף אינשארנס מיט די יערליכע פעימענטס. און דאס געלט בלייבט איבער פאר די קינדער.

מ'קען עס לייגן אויף א טראסט

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:56 am
דורך וואוילע שעפעלע
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ..לאמיר זיך נישט נארן, יעדער ווערט אביסל צוחוש'ט ווען ער באקומט פלוצלינג א ביליאן טאלער....

פון וואנעט ווייסטע? דו קענסט איינעם וואס איז צוחוש'ט געווארן? כ'רעד נאכן געווינען א בעלאנע

פון אסאך קלענערע געלטער אין סאך א לענגערע צייט ווערן מענטשן צו'חוש'ט [אבער נישט סתם.....] מיינסט טאקע אלע עשירים זענען געבוירן אזוי ?? [אזא פקחות נעמט יארן זיך איינצוקויפן....]:lol::lol:

געשריבן: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:03 am
דורך אוהב ספרים
גלאזער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן: טאמער געסט עס פאר די מוסד נאך די געווינס באצאלסטו קודם טעקס, משא"כ אויב די געסט אס פאר די מוסד גראד ביים קויפן.

ב. די באקומסט עס טאקע נאך די טעקס אראפגענומען, אבער סוף יאר פיילט מען טעקס דארפסו פיילען די אינקאם פון די לאטערי און דיינע דידאקשענס, אזוי פון דיין פעי טשעק, ממילא לכאורה איז דאס א וועג זעך א עצה צו געבען אביסעלע

פינף און צוואנציג פערסענט פעדערעל טעקס גייט אראפ פארן באקומען און די איבריגע דארף מען פיילן, די סטעיט און סיטי טעקס גייט אראפ פארן באקומען.


איך מיין אז די ביסט זעך טועה, מען דארף פיילען די גאנצע געווינס נאר דאס ווען מען האט לכתחלה ארפגענומען גייט אראפ פון וואס מען דארף סוף יאר אריינשיקען

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:51 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
גענומען פון א קאממענט אויף דענס דיעלס וזל''ק

I am just thinking that if its worth for me to spend $2 to have a opportunity (and dreams) of becoming rich, does it have to be 1.5 billion wouldn't I do it for 50 Million as well, for some reason everyone is running to buy the lottery now you can think that for all these people 50 million is not enough, I think that for most people 50 million would be better and safer then 1.5 billion.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:18 pm
דורך גאון הגאונים
ווי האלט עס?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:21 pm
דורך Jobless
קען מען עס מיטהאלען לייוו די גורל?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:23 pm
דורך גאון הגאונים
Jobless האט געשריבן: קען מען עס מיטהאלען לייוו די גורל?

כ'האב הנאה ווי מ'רעדט פונם לאטערי פרעגסטו די שאלה

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:25 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
גאון הגאונים האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן: קען מען עס מיטהאלען לייוו די גורל?

כ'האב הנאה ווי מ'רעדט פונם לאטערי פרעגסטו די שאלה

ווען די ביזט ווען jobless טוסטו נישט דאס זעלבע?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:27 pm
דורך גאון הגאונים
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
גאון הגאונים האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן: קען מען עס מיטהאלען לייוו די גורל?

כ'האב הנאה ווי מ'רעדט פונם לאטערי פרעגסטו די שאלה

ווען די ביזט ווען jobless טוסטו נישט דאס זעלבע?

;l;p-

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:28 pm
דורך ישתבח שמו לעד
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן: ..לאמיר זיך נישט נארן, יעדער ווערט אביסל צוחוש'ט ווען ער באקומט פלוצלינג א ביליאן טאלער....

פון וואנעט ווייסטע? דו קענסט איינעם וואס איז צוחוש'ט געווארן? כ'רעד נאכן געווינען א בעלאנע

פון אסאך קלענערע געלטער אין סאך א לענגערע צייט ווערן מענטשן צו'חוש'ט [אבער נישט סתם.....] מיינסט טאקע אלע עשירים זענען געבוירן אזוי ?? [אזא פקחות נעמט יארן זיך איינצוקויפן....]:lol::lol:
עי׳ בליקוטי מוהר״ן ח״ב סי׳ ס״ד וז״ל: מַה שֶּׁאָנוּ רוֹאִים, שֶׁכָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ כְּמוֹ שֶׁאָנוּ רוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁכָּל מִי שֶׁהוּא עָשִׁיר, יֵשׁ לוֹ שִׁגָּעוֹן גָּדוֹל דַּע

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:38 pm
דורך יאצמעך
די חילוק פונעם עושר ביזן אריממאן איז נאר די

מַה שֶּׁאָנוּ רוֹאִים,

כְּמוֹ שֶׁאָנוּ רוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁכָּל מִי שֶׁהוּא עָשִׁיר,

אבער באמת איז די אריממאן די זעלבע משוגע נאר קיינע קוקט נישט אויף אים:roll:

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: