שמחה זאלן אין קרית יואל
די איינציגסטע זאל וואס איך ווייס דערווייל וואס מען קען ארויסדינגען אן א קעיטערער איז די זאל פון "המספיק", אבער דאס איז זייער ווייט פון די אלע מענטשן וואס דארפן אנטייל נעמען אין יענע שמחה
מיט יארן צוריק איז געווען עטליכע קליינע זאלן וואס אידן האבן פארדינגען זייערע בעיסמענטס, א שטייגער ווי לאנדא זאל, בראך זאל, און נאך.
ווייסט איינער צי עס איז נאך דא אזא זאך היינט צו טאגס?