דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

בלומינגבערג
77
20%
זשערזי סיטי
83
22%
לעיקוואד
68
18%
אלע דריי
130
35%
קיין איינס נישט
18
5%
סך הכל שטימען: 376

איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

געשטימט פאר אלע דריי, ווייל כ'האלט אז אלעס האט מיטן עולם און ציווישן 130 אידן איז נאר דא 3 וואס האלטן אז סהעט זיך נישט אויסארבעטן שטיי מיר גוט
און וועגן דעם האלט איך אז דזערסי סיטי שטייט די שענסטע
געווענליך האב איך א אייגינע דעה אבער דא האט עס נישט מיט וואס איך האלט ס'האט צו די עולם האלט ביים פארן און דאס זעט אויס פיין
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

לפענ"ד וועט זיך אי"ה אלע דריי אויסארבייטן, דער עולם איז געדריקט דער עולם וויל לויפן. די שאלה איז נאר ווער גייט זיין דער אויסטויש פון וויליאמסבורג, ווער גייט ריפלעיסן וויליאמסבורג. און אט אויף דעם איז די תירוץ קיין איינס פון די דריי. און אויב אזוי איז קיין לעזונג פאר דירות קריזיס נישט דא.

וויליאמסבורג איז א געמיש פון אלע סארט מענטשן, יעדער מענטש טרעפט זיך זיינס גלייכן, פון יעדע סארט איז דא כמה וכמה. אצינד יעצט ביים מופן שטעלט זיך דערווייל ארויס אז נאר דריי סארטן מענטשן טרעפן זיך דאס פלאץ. איין סארט אין לעיקוואד, אן אנדערע סארט אין בלומינבערג, און א דריטע סארט אין גרינוויל. אדערווייל איז דא 80% וויליאמסבורג וואס באלאנגט פאר די אנדערע חלק.

כך נראה לפענ"ד וניתן מקום לכל אחד לחלוק.
גליטשעדיג
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

בן נון האט געשריבן: גליטשעדיג,

האבן א מאלל א שפאן אוועק איז נאר א חסרון פאר לאקאלע ביזנעס.

און וויאזוי געבן זיך א עצה מענטשן וואס נוצן נישט אינטערנעט?


מאלס זענען נאר א חסרון ווען עס עפנט זיך נאך די לאקאלע געשעפטן, משא"כ ווען איינער עפנט א לאקאלע געשעפט און ער ווייסט פון די מאלס, דארף ער באשליסן צי עס לוינט צו עפענען.
די נקודה פון אפיסעס, אנליין, אינטערנעט, איז נאר ארויסצוברענגען די אנדערשקייט פון 40 יאר צוריק אין קרית יואל ווען 90 פראצענט שטעטל האט געדארפט פארן ארבעטן קיין ניו יארק סיטי. משא"כ היינט, וואס א גרויס חלק ארבעטער קען מארגן מופן און אנהאלטן זייער פרנסה לאקאל, שרייבערס, מחברי ספרים, אנליין סעלס, ועוד הרבה מאוד, וואס דארפן נאר אן אפיס.

דאס איז זיכער אז סייווי מען גייט מופן, גייט מען דארפן טוישן די געוואוינהייט אביסל.
מען גייט נישט האבן יעדע 5 מינוט קיין מנין שחרית מנחה מעריב.
און אז מען וועט דארפן קויפן א הוט, רעקל, שטריימל, חתונה קלייד, ועוד. וועט מען מוזן צופארן צו א נאנטן שטאט וואו ס'איז דא מער געשעפטן.
אבער איך קען ענק גאראנטירן, אז קיינער וועט נישט גיין בלי בגדים, מען וועט זיך מסדר זיין.
הרחבת הדעת איז ווערד מער פון די לוקסוס צו האבן אלעס 24\7.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מיר קיקט אזוי אויס די דריי שטעטליך
איינס איז א פראדוקט און האט נישט קיין מארקעטינג, איינס נישט קיין פראדוקט אבער האט יא א מארקעטינג, און די אנדערע איז נישט קיין פראדוקט און נישט קיין מארקעטינג.
.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך געב דיך גערעכט.

איך האב עס נישט געליינט אין די קאנטעקטס צו קאמפעירן ק"י 40 יאר צוריק.

---
אלד האקט
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מיר קיקט אזוי אויס די דריי שטעטליך
איינס איז א פראדוקט און האט נישט קיין מארקעטינג, איינס נישט קיין פראדוקט אבער האט יא א מארקעטינג, און די אנדערע איז נישט קיין פראדוקט און נישט קיין מארקעטינג.

בין איך זייער נייגעריג וועלכע שטעטל דו לייגסט אריין אין וועחכע קאטאגאריע...
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נאך 21 שעה און 137 שטימען איז צייט צו מאכן א שטיקל אנאליז פון די אנקעטע.

געווינער

דער קלארער געווינער איז.. די אפציע פון "אלע דריי", 39% האלט אז אלע דריי יישובים גייען זיך פעסט אויסארבעטען, און.דאס איז גוטע נייעס פאר די יישובים בויערס.

דער נעקסטער געווינער איז.. זשערזי סיטי, וואס קומט אריין ביי א הויכע 29%, וואס איז 50% העכער ווי דער נעקסטער יישוב. א שטוינענדער סוקסעס פאר א יישוב וואס איז נישט די בעסטע ארגאנעזירט, און האט נישט קיין דעוועלאפער, און "דערווייל" נאך נישט קיין אפיציעלע עפענטליכע בעקינג פון קיין שום קהלה.

פארלירער


די גרעסטע פארלירער איז... אן א פראגע די "פעסעמיסטען" וואס שרייען אז קיין שום שטעטל גייט זיך נישט אויסארבעטען, זיי האבן אנגעצויגן א נישטיגע 2%...

די נעקסטע פארלירער איז... בלומינגבערג, נאך 3 יאר און מיליאנען געספענד, ציט זי אן נאר 11% די נידריגסטע פון אלע דריי יישובים.

מייסדי בלומינגבערג- עפעס ברויכט איר פארבעסערן, אויב איר ווילט דער עולם זאל האבן מער קאנפידענס.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נאך א פארלירער: די קהלית וואס רעדן זיך איין אז אן זיי קען מען גארנישט אויפטון.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נאך א פארלירער: 'דער בלאט' וואס טרייט צו שטיפן בלומינגבורג.. פאר סאם ריאזן האלט ער אז בלומינגבורג איז זיין קרעדיט, מסתמה וויבאלד ער האט עס ס'ערשטע געמאלדן...
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

האמיר הנאה צו זען אז דער עולם האט אזויפיל קאנפידענס אין זשערזי סיטי.. עס איז צום האפן אז עכ"פ א חלק פון די דא וואס האבן קאנפידענס וועלן זיך טאקע ארויסציען אויף פסח הבעל"ט, און האבן א חלק אינעם אויפבלי פונעם יישוב.
איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: מייסדי בלומינגבערג- עפעס ברויכט איר פארבעסערן, אויב איר ווילט דער עולם זאל האבן מער קאנפידענס.

כ'האלט נישט אז זיי זענען שולדיג אז ס'איז די ווייטסטע
- אפשר ביסטו גערעכט אז ס'העט זיין ביליגער העט מען נישט קוקן אויפן ווייטקייט
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נאך א פארלירער: די אנקעטע פאר לאזן אויסוועלן נאר איין אפציע,
איך האב געוואלט וועלן פאר לעיקוואד און דשורזי סיטי, אבער מען קען אויסוועלן נאר איינס...

וואלע מען געוועלט וועלן פאר צוויי וואלע די אפציע פון ״אלע דריי״ געהאט אסאך ווייניגער שטומען.
איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

מחותן האט געשריבן: נאך א פארלירער: די אנקעטע פאר לאזן אויסוועלן נאר איין אפציע,
איך האב געוואלט וועלן פאר לעיקוואד און דשורזי סיטי, אבער מען קען אויסוועלן נאר איינס...

וואלע מען געוועלט וועלן פאר צוויי וואלע די אפציע פון ״אלע דריי״ געהאט אסאך ווייניגער שטומען.

אין אנדערע ווערטער וואלט בלומינגבורג געווען א גרעסערע פארלירער
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע דריי", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט די צוויי יא און איינס נישט.
תושב בלומינגבורג
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תושב בלומינגבורג »

אינטערסאנט אז אין די ישובים ווי אין פאקטישען טעגליכען הלוך ילך איז נאכנישט דא קיין געהעריגע ווירטשאפט, דארט שטימט דער עולם צו אז עס וועט זיך אויסארבייטען.
ווי מער א פלאץ קוקט אויס מער חלום'דיג ווי מציאות לאזט זיך קוועטשן די פינגער אז אפשר צו יענעם חלום וואלט איך יא געגאנגען [אבער דערווייל יושב'ט מען אין די ווילי מייזען לעכער פאר 3000 א חודש].
ודוק
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודוק »

געשטימט קיין איינס נישט
איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

זיי מסביר פארוואס
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מיין געפיל זאגט מיר אז אלע דריי וועלן זיך אי"ה פיין אויסארבעטן (נישט געשטימט, איך מיט ווייב שטימען נישט...), און נישט נאר די דריי נאר אלע פינעף:
גערזי סידי
בלומענפעלד
לייקוואד
יאנקערס
סטעטן איילענד
און נאך ווי בלומינגראוו, און נאך.

ווייטער זאגט מיין געפיל (איינער איז נייגעריג? יא כ'הער וואיסעס) אז פונקט ווי היצטערט גייט ווייטער בלייבן א קאמפעטאציע צווישן דעם עולם וועלכע ס'איז די בעסטע געלונגען, און וועלכע איז עכט וויליאמסבורג, אדער וועלכע איז דוקא נישט וויליאמסבורג און טאקע בכוונה אא"וו, און דאס קען אנהאלטן ביז משיח וועט קומען.

די פראבלעם וועט זיין ווען אין יעדע עדש וועלן די ראצערס אפמאכן ווי "יעדער" גייט היינט, (עיין ערך שטריימלעך שפילערס) און א טאטע וועט קענען אפערן א דירה אומזיסט דארט ווי די יאנטשי אדער די אויפגעקלערטע גייען און ס'וועט נישט זיין צו וועם צו רעדן, במילא וועט מען האבן קינדער צוזייעט און צושפרייט, סא רעדט איך נישט אויף קיין איינע פון אלע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן: דער אשכול איז אן אנקעטע, די דעבאטעס זענען אויסגעדראשן ככלב שב על קיאו.

דער סך הכל היוצא מן הסקר, דעת הקהל איז אז בדרך הטבע וועלן אלע דריי ישובים מצליח זיין, און די שטערקסטע און נענטסטע פון די דריי שטייט זשערסי סיטי.

וואס איז שייך צו דעבאטירן, פאללאו די נאמבערס, אדער זאל לאם באצאלן פאר אייוועלט ניקים צו שטימען פאר בלומענבורג און פארהאנד פאר לייקוואוד.

די פלא איז אז דוקא די שטארקסטע זאך ווי מוסדות פאר די קינדער, שפילט בכלל נישט אזא גרויסע ראלע ווי איינער קען מיינען, והא ראי' אין זש. ס. האט קיינער מבטיח געווען מוסדות און דער עולם איז מער ענטוזיאסטיש דערצו ווי די אנדערע צוויי וואס האבן באקומען הבטחות פון א מולטי-מיליאן דאלאר מוסד.

וויאזוי איז מען דאס מסביר?

האסט שוין אמאל געזען א אידישע ישוב אן מוסדות? וועלכע פלאץ האט באקומען הבטחות פארן הגירה
הבטחות דארף מען ווען ס'איז שוואכע מעשיות האפט מען מיט דעם צו שטופן
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

שיין צו זעהן מען וואלט געדארפט מאכן מער אזעליכע אשכולות ווי די עולם קען וועלן און מען קען זעהן דעת הקהל על רגל אחת.
אגב האב איך הנאה צו זעהן וואס איך האב שוין לאנג געהאלטען אז דזערסי סיטי איז די מערסטע געאייגענט (פון די אנדערע נייע מקומות) פאר א אייוועלט יונגערמאן.
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

בן נון האט געשריבן:
יעצט זאל מיר קיינער נישט זאגן אז נאר אויף אייוועלט האלטן מענטשן אזוי אדער אזוי, און אין די ׳ריעל ווארלד׳ איז אנדערש.

וואס מיינען ענק ווער שרייבט אויף אייוועלט, מענטשן וואס זענען אין א ׳פעיק ווארלד׳?


ניין איך זאל דיר נישט זאגן?!?! הוי ווי איך גיי דיר זאגן, נישט זאגן נאר איך גיי שרייען "טאטע אין הימל וואו זענען די מענטשען אויף איי וועלט אין ריעל לייף ווען מ'דארף סאפאורט אויף גיין וואוינען קיין דזשערסי סיטי???

איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר אבער אדער שעמט זיך דער עולם צו זאגן בגילו זייער מיינונג אדער רעד מען דא פון א געוויסע עידזש לאמיר זאגן ביז דרייסיג.

איך ווייס איין זאך איך וואלט שוין לאנג געווען אין דזשערסי סיטי אבער נישט קיין טאטע, נישט קיין מאמע, ברודער, שוועסטער, שווער, שוויגער, איז גינסטיג דערביי נאר זענען דערקעגן אויך. און די אלע האבן געטוען די ריסערדזש ביים עולם און קיינער 'נאכאמאל קיינער' איז נישט צירוק געקומען זייער פאזעטיוו.

און אויב איך מעג פרעגן, אויב איז דער עולם איז אזוי הייס פאר די זאך דאן פארוואס שטייט עס נאך ביי פיר משפחות די לעצטע צוויי חדשים, בעת וואס עס האט געהייסן לאנג צירוק אז ביז צוויי וואכן איז דא 12 משפחות אויף זעכער......

העסטו פרעגן פארוואס איך שריי ? ווייל עס טוט וויי שרייט מען.
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

און פאר מ'הייבט אן מיך באווארפען מיט שלעק, לאמיר זעהן אזוי. האסטו געזוכט צו קויפן א דירה? האסטו ערענסט געטוען דערין און געפרעגט דיין טאטע, שווער?

סתם פון וואטס עפפ און פלעפקענען מיט קופקעס דאס ווייס איך אויך. אבער תכלית ווען דו דארפסט אן הלוואה פאר דיין דאון פעימענט, וואס זענען די ריספאנס ווען דו זאגסט זיי פארוואס דו דארפסט די געלט?

איי העסטו פרעגן 'זכאי' מ'האט שוין געהערט פון דיר דיין בויך ווייטאג און אן אנדערע אשכול לאז געמאך.... זאג איך ענק ניין שוין גארנישט קיין בויך ווייטאג, מ'רעד פון וואכן ארבייט, זוכן א דירה, רעדן מיט בראוקערס מארגעטזש וכו' וכו' און למעשה דארף מען סאפאורט פון די עלטערען "ואיננו נישטא......."

ובזה יצאתי
לעצט פארראכטן דורך זכאי אום דינסטאג יאנואר 19, 2016 9:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Tameevate
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 19, 2015 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tameevate »

If you like jersey city, I would suggest you 1st to rent over there, after u anyway live in JC and u like it, it will be easier to get funding from your parents to buy.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נשים רחמניות בישלו ילדיהן...
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

די נושא איז לאוו דווקא די געלט עס איז די סופאורט וואס יעדע נארמאלע מענטש דארף ווען ער טוט אזא שריט אין לעבן, און אויב נישט סופאורט כאטש נישט דאס פארקערטע.

עכ"פ איך מיין אז די עסקנים שאצן איבער די בליק פונעם עולם און מ'טוט נישט גענוג דאס אויפצובויען. איך פארשטיי אז מהאט נישט קיין אינוועסטערס וואס קענען אויסלייגן די נויטיגע געלט אבער עס וואלט געווען כדי צו מאכן די ריכטיגע אויפוואכונג.

און וועגן דעם האלט איך איז זייער וויכטיג צו האבן בעקינג פום א קהילה לאוו דווקא די חלק המוסדות נאר די גאנצע מצב ווטס דאס ברענגט מיט זיך, דער עולם זעהט אז מ'ממיינט עס ערענסט. עס טוט זיך אין דער איד וואך איין וואך אויס, אויפן וואנט אין ביהמד"ר וכו'

באדעם ליין: איי וועלט איז נישט אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”