היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עס איז דא כמה וכמה אשכולות איבער דעם ענין פון שטעטלעך. אויף יעדעם שטעטעל איז דא מיימינים ומשמאילים, מענטשען וואס האלטן אז עס גייט זיך אויסארבעטען, און אנדערע וואס טענהן אז עס גייט זיין א דורכפאל. נו, די גרינגסטע וועג ווי אזוי עס מברר צו זיין, איז דורך מאכן אן אנקעטע דא אויף אייוועלט.
עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,
אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).
אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע "אלע דריי", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט די צוויי יא און איינס נישט.
די אנקעטע האט גארנישט צו טוען וואס איר אליינס פלאנט צו טוען, און צו איר פלאנט בכלל צו מופן.
איך האב נישט אריינגעלייגט די שטעטלעך וואס זענען נאך אין פלאנירונג שטאפל (טשעסטער, טאון אויף מאנרא, יאנקערס, בלומינגראוו וכדומה)
נא??? נו??? העע??? כ׳הער נישט????
אה, יא, זייער פשוט, אזױ װי דו זעסט, די 4% פעסימיסטן זענען גערעכט געװען, בימפל. (קרעדיט; כ׳מײן טשאדעלע)
און בד״װ, אן עי סיריעס נאוט, איז די אשכול נאך קײנמאל נישט געװען אזױ רעלעװאנט װי איצט.
שטעל דיר פאר, נאװעמבער 8 2016, און ס׳איז שא שטיל.. די אלע נעטװארקס װאס האבן חדשים לאנג געהאמערט פאולס טאג אײן טאג אױס, נעמען פלוצים אײן א שטילקײט, און מ׳ריפארט בכלל נישט די אוטקאם פון די עלעקשן...
אײ מין.. איט דאזנט װארק דעט װעי.. מ׳האט געמאלן װאסער דא פאר חדשים בשעתו, מ׳האט נאך אראפגעריסן די פאר נערישע פעסימיסטן.. (װאס איך בין אױך נישט געװען אײנע פון זיי) און ס׳שטעלט זיך ארױס אז 96% זענען געװען דעד wראנג (נישט אז ס׳גארנישט דא, אבער עטליעסט עקארדינג טו די גײד לײנס פון די פאול טעיקער) פאדערט זיך א שטיקל חשבון הנפש... בשל מי הרעה הזאת..ניין?